זאג נאר, ביסט דא פאר די פלייש אדער פאר'ן מחותן?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

זאג נאר, ביסט דא פאר די פלייש אדער פאר'ן מחותן?!

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]נו וואו איז די בעבי סיטער? נאך נישטא? סארא מעשה.. מ'האט דאך אפגערעדט זי זאל זיין אין צייט.

שוין וואכן לאנג וואס די גאנצע משפחה גרייט זיך פאר די דערהויבענע שמחה אין די משפחה. א קלייניקייט מ'גייט האבן א קרוב'ס חתונה אבער נישט סתם א חתונה ס'גייט זיין עפעס געוואלדיג, נישט אזוי ווי לעצטע חתונה וואס איז געווען סתם אין א פשוטע זאל, ווי סתם עמך אידן. ( נישט אז דאן האט ער נישט געהאט די יכולות, נאר פשוט ער איז נישט געווען לכאורה אין די גיסטע) אבער דא גייט עס קנאקן, בשר בקר ווי ביי אברהם אבינו, וויין ווי ביי יואב'ס שבת טיש, מוזיק ס'זאל קנאקן אזש די אויער זאל קלינגען ביז די יארצייט, בקיצר א פיינע געשמאקע זאפטיגע נארהאפטיגע נאכט צום געדענקען.

שוין פון שמחת תורה נאכ'ן קידוש מאכ'ן, האלט איך מיך עסן-לאז חלילה נישט צו פארפּאטשקענען דאס אפּעטיט מיינער, און מגרייט זיך פעסט צום גרויסע נאכט.

די שמחה האט ביי מיר געהאט א ספעציעלע חשובות נאכדעם וואס מיין פעטער - דער מחותן - איז מיר זייער נאנט, און באמת א פיינע מענטש וואס וועט גיין אין פייער פאר א צווייטען ממילא איז דאס געווען גאר א גרויסע שמחה ברוך השם.

דינג דאנג.... אה די בעבי סיטער איז דא. געוואלדיג, פיין לאמיר לויפן כדי אנצוקומען אין צייט. די זאל איז נישט ווייט פון מיר ממילא האמיר געכאפט א געשמאקע שפאציר מיט'ן אשת חיל אויף די םיינע קלארע לופט.

מיין גאנצע פרייליכע גוסטע האט אבער געגעבן א טראסקע אראפ ווי נאר איך בין אנגעקומען אין זאל. וואס איז? נישטא וואו צו זיצן! פשוטו כמשמעו נישטא קיין בענקעל ליידיג. וואס הייסט מען האט זיך דאך יעצט געוואשן, וואס גייט פאר? איי קעינט העלפּ יאָ נישטא קיין פלאץ. און אזוי בבושת פנים האב איך מיק געזעצט בדד ווי א מצורע ביי די קינדער טיש.

וויל איך וויסן, טייערע אידן וואס זענען געקומען זיך מיט פרייען מיט די שמחה, איך האב פאר ענק איין קליינע פראגע: אם מלכה אנא אמאי עד השתא לא באתית להכא. זאג דו ביסט דא זיך מיט צו פרייען מיט די שמחה, דאן וואו זענט איר געווען א יאר צירוק ווען דער זעלבער מענטש האט חתונה געמאכט אין א פשוטע זאל? הא?! דארט איז געווען האלב אזוי פיל טישן און עס איז געווען ברווח בענקלעך פאר יעדעם איינעם, אז איך האב געקענט זיך אויסלייגן אויף דריי. וואס איז יעצט געשעהן? אז ער טיילט אביסעל פלייש ווערסטו זיין פריינד, איז דאס יושר? דו ביסט בכלל נישט דא פאר'ן מחותן דו ביסט דא פאר די פלייש, פאר די וויין, אדער פאר פרייליך בענד, נישא מער, דו האסט מיט גארנישט אנדערש.

ממילא בעט איך ענק טייערע מחותנים אויב ווילט איר וויסן ווער זענען אייערע אמת'ע פריינד, דאן מאכט א שמחה אין די מילקשעיקע בעיסמענט מיט אביסעל געפילטע פיש און דארט לאמיר זעהן ווער עס וועט קומען.[/justify]
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מצטמק ויפה האט געשריבן:ממילא בעט איך ענק טייערע מחותנים אויב ווילט איר וויסן ווער זענען אייערע אמת'ע פריינד, דאן מאכט א שמחה אין די מילקשעיקע בעיסמענט מיט אביסעל געפילטע פיש און דארט לאמיר זעהן ווער עס וועט קומען.


אויב עס איז מיט [tag]געפילטע פיש[/tag] וועל איך קומען צו לויפן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

ווי איז נאר פרייליך געווען נעכטן?? אה. אין עטרת חי'.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס איז דיין אייגינער שולד, דער טיש פין די פעטערס, די מגולחים פין פלעטבוש, די פעטערס איז געוועהן האלב ליידיק, און דיר האט פשוט נישטגעפאסט זיך דארט זעצען, האסט דווקא געוואלט אריינשטופען א בענקעל צו דער טיש וואס "יעדער" איז געזעצען, און האט שוין איינהאלטען אריין געשטופטע בענקלעך..
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

BTW די רעדסט אזוי פונעם בעבי סיטער איך מיין אז סאיז שוין צייט אז דער אלטער פעטער וואס בלאזט ווען מ'קומט נישט ווען ער מאכט חתונה זאל אנהייבן צאלן די בעבי סיטער געלט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דעמאלס וועט ער הערשט בלאזען, כ'צאל און מען קומט שפעט...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט