מבשר בחסד עליון!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

שוין לאנג נישט געהערט . אבער לעצטענס פארנדיג אין קאנטרי צווישן איין טרעפיק באריכט אינעם אנדערן . שטויס איך מיך אן אין א נייעם אפטיילונג . אינטערוויוס מיט סוקסעספול ביזנעסלייט . א געוואלדיגע איידיע . איך האב אויסגעהערט א שמועס דארט מיט איינעם ברייער פון . john2go .דוכט זיך געווען באשריבן אין איינע פון די מאגאזינען לעטלי. אלענפאלס דער אינטערוויוער מאכט א גוטן ארבעט . ער דארף נאר זען צו לאזן נאר דעם אינטרוויער אויף די אפטיילונג ואכ"מל
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

מבשר בחסד עליון!

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גאר גאר א שיינער ארטיקל, אויף גאר א הויכער ניווא, פונקט גענוג הומאר אריינגעשנירט סזאל זיך ליינען אמחיה,
כ'געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געליינט אין אידיש אזא קלאסישער ארבעט, א גרויסן יישר כח מאראנצןזאפט.

איצט צום ארטיקל.
ר' זלמן ווידער איז א דזשעני, מיט אן אומגלויבליכן ענדאורענס קראפט (איך וואלט נישט געגלייבט אז אזא אנהאלטס קראפט איז מעגליך, ווען נישט וואס באזני שמעתי די לעצטע צען יאר :P)
איין קריטיק, איך וואונדער זיך אז קיינער האט עס נישט באמערקט/ארויפגעברענגט ביז איצט, ר' זלמן איז באוואוסט פאר זיין אומפארטייאישקייט אין חסידישע פאליטיק, אמעריקאנער פאליטיק, און זיין זשורנאליסטישע סטאנדארט אויף סתם וועלטליכע נייעס, וואס סאיז צום שטוינען ביים ליינען אמאל די אלגעמיינע מעדיע קענען זיי באריכטן וועלטליכע נייעס מיט א היבשע בייעס, ווי למשל אנטי רוסלאנד אין די אוקראינע באריכטן, אדער אטאמישע פארהאנדלונגען מיט איראן, וואס ווי שלעכט רוסלאנד אדער איראן זאלן נאר זיין קומט עס נישט 'אין' די נייעס באריכט, און ר' זלמן איז דווקא יא נייטראל, באמת א ווערטפולער סערוויס,
איין אויסנאם איז מוצאי שבת ויו'ט וואס אן א ספק טוט א צווייטער צושטעלן די נייעס דאן, ר' זלמן לויפט אריבער די צוויי דריי הויפט וועלטליכע נייעסן און דאן פאנגט ער אן א לאנגע לאנדרי ליסט פון 'געשטעטנער'סקווע' ''נייעס'' (ליין: לימבאו/ברייטבארט/העניטי טאוקינג-פוינטס), רוב דערפון איז נישט נייעס ווירדיג, און די עטליכע וואס זענען יא זענען שוין פינף טעג אלט, און שוין געמאלדן געווארן אויף ק.מ. לעצטע וואך, אסאך מאל שטוין איך וואס ער רעדט דארטן צוזאם, (דן צו זיין לכף זכות העט מען דארפן אננעמען אז יצחק קלאר האט נאר ברייטבארט, נעשינאל ריוויו, אמעריקען טהינקער, און פאקס אויף זיין אינטערנעץ ווהייטליסט :) )


הרב דרעזנער איז מיר ממש א חידוש, ער שרייבט געוואלדיג, און א געוואלד בכמות, אבער ביים רעדן חוץ וואס ער איז לאנגווייליג און מאנאטאניש און ער פרעגט אסאך מאל היבש נארישע שאלות האלט ער אין איין איבערפרעגן דעם אינטערוויואי זאכן וואס דער אינטערוויואי האט קוים געענדיגט זאגן פאר די לעצטע פיר אהאלב מינוט, .... ה.ר.ב.xxxxxx .... איז .xxxxx... שטארק.. געשעדיגט געווארן..? חכם איינער הרב xxxx האט יעצט געענדיגט דערציילן פונקטליך xxxxx'נס מצב!

יוסי געשטעטנער האסטו גאר גוט צעלייגט, ouch,
איך האלט אז ער ווערט ערגער און ערגער, איך האלט אז סאיז א דיססערוויס צו ק.מ. צוהערער אז ער האט נישט קיין אלטערנאטיוו אין די פאליטישע נייעס (און איז גורם אלע צוהערער צו ווערן דעמאקראטיש געשטימט, להכעיס! :lol: )

יונה כהן איז געוואלדיג, פול מיט תוכן און מדע, אשאד וואס ער האט נישט יוסי'ס צונג און מאטיוואציע ;)

יצחק קלאר איז דאך ממש א היימישער דזשעניפער רובין ריאינקארנעיט,

הערשל פרידמאן איז גאר באליבט ביי א גרויסן עולם, דאס אז סאיז א וועכנטליכע פורים שפיל אויף די נייעס איז די הויפט allure,

נאכאמאל א שכוח פארן ארטיקל,
אשאד אז סאיז נישט דא א פובליקאציע אין אידיש מיט אזא ניווא ארטיקלען און שרייבער, איך וואלט גערן געצאלט דערויף פינף דאלער א וואך פאר צען זייטן, אנשטאט 'דער מאמענט' מיט אירע זיבעציג שטוינענד-ליידיגע זייטלעך.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ווייסט איינער וואס ער וויל?

איך בעט אנטשולדיגונג פון די חשובער ליינער, איך קען נישט אויספיגערן וויאזוי ארומצודרייען די פיילס
בייגעלייגטע פיילס
20140725_111358-1.jpg
20140725_111358-1.jpg (99.98 KiB) געזען געווארן 4224 מאל
20140725_111153-1.jpg
20140725_111153-1.jpg (174.47 KiB) געזען געווארן 4224 מאל
20140725_111321-1.jpg
20140725_111321-1.jpg (236.05 KiB) געזען געווארן 4224 מאל
20140725_111339-1.jpg
20140725_111339-1.jpg (252.5 KiB) געזען געווארן 4224 מאל
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ארומדרייען די פיילס וועט נישט העלפן, זיינע ווערטער זענען קרום בכל אופן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איינציגסטע צייטונג וואס האט נאכנישט קיין איסור איז די ניו יארק פאסט.
אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג פארזיכערט א טויט שיין אויפן פארגוססטן כוח הרבנות.
# כי הלל רשע על תאות נפשו
אך, סגרוילט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כוכב האט געשריבן:אזא ת'ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו'דיגע צוגאנג

כ'זעה דא ריכטיגע רייד פאר די וואס האלטן זיך פאר סאטמערע חסידים. ער טענה'ט מיט רעכט, אז קול מבשר האט שמועסן מיט רבנים פון פארטייען! רח"ל.

וואס איז מיר יא אינטערסאנט להעיר, אז די קובץ עץ חיים באבוב 45&49 איז דא פון אים, ר' וויינבערגער א תשובה אז מ'טאר נישט הערן קול מבשר מטעם מוציא דבה הוא כסיל, דהיינו אז ער מעלדט שלעכטע נייעס וכדומה. און אין די תשובה (תשובה?! עבירה!) דערמאנט ער בכלל נישט דעם פראבלעם. וי"ל דס"ל קם ליה בדרבה מיניה.
Under influence
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך האב נישט געזעהן די תשובה פון קובץ עץ חיים, אבער ער צייכענט עס צו אין די תשובה און זאגט אז דארט האט ער מברר געווען על פי הלכה און די תשובה איז על פי השקפה.

בד"וו, די רבינו בחיי פרשת וישב שרייבט אז מוציא דיבה כסיל איז נאר ווען מ'זאגט עפעס וואס איז נישט אמת
פארדריי די דיר דיין קאפ
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

אוי וויי!! זאג מיר נישט אז מגייט יעצט הערן א גאנצע וואך אויף קו"מ. " סערדעהלי רב " איז געגאנגען דא . געקומען דארט. וכו
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

איך דערהער נישט די גרויסער שטורעם דא
אין ארץ ישראל גייט שוין יארן אהן א סיסטעם פון טעלעפאנען וואס זענען געבלאקט צו די קווי הנייעס צוליב די ארויסטריט פון די ארטיגע מנהיגים קעגן די נייעס האטליינס, וואס איז דער בריוו יעצט עפעס אויפפאלענד אז די אויסגעהינגערטע דא נאך א שטיקל אויפגעקלערטקייט און רבנים האקעריי האבן זיך אזוי צוגעכאפט דערצו.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

נישטא קיין שום שטורעם איך זעה נאר א תשובה פון דריי בלעטער און איך פארשטיי נישט וואס ער וויל. אדרבה, ליין דורך די תשובה און שרייב אין צוויי שירות א קיצור הדברים.
פארדריי די דיר דיין קאפ
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20140801_190336.jpg
IMG_20140801_190336.jpg (182.58 KiB) געזען געווארן 6204 מאל
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

דער װאס טראגט מיט די עירוב טאר נישט רעדן..
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, און רבנים וואלטן געווען ריאליסטיש וואלט דאס געווען די תמצית...

היות עס איז - נאך פינף יאר וואס עס גייט אן - אנגעקומען צו מיינע אויערן אז בחורים און יונגעלייט פון אפילו פיינע שטובער דרייען זיך מיט איי-פאונס וואס איז אפען צום אינטערנעט (טראץ די מולטי מיליאן דאלארדיגע אסיפות דערקעגן); אייפאונס אויף וואס מען שיקט שמוציגע בילדער און קליפס פון אומאיידעלע זאכן און לשון הרע׳ס; טעלעפאון ליניעס וואו מען הערט זיך צו צו די מיאוסע ניוול פה פונעם ״וויקטים אקטיוויסט,״ טו איך אויפפאדערן דא בשער בת רבים אז די היימישע ציבור זאל הערן קול מבשר וויפיל מען קען און גלייכצייטיג אויך איינקויפן דער שטערן, שפאקטיוו און בליץ; יעדע אויסגאבע באזונדער. די אויסגאבעס און קול מבשר זענען ווייט נישט קיינע לכתחילות, אבער נאכ׳ן זיך דורכרעדן מיט גדולי הדור רבנים הגאונים שליט״א איז מען געקומען צו די החלטה אז - לכאורה - איז בעסער פאר׳ן עולם צו ליינען איבער האניגיידס/האני בעדזשערס און הערן באריכטן איבער אנטיסעמיטישע אטאקעס אין פאריז ווי איידער צו זיין פארנומען מיט שטותים אין פארעם פון פאלשע ק/פ אויף וואטס עפס; אין פארעם פון בילדער מיט ניוול ווערטליך פון דזשימי קימעל אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

[center]החותם בכובד ראש
הלל וויינבערגער[/center]

C/P
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

אדער אין פארעם פון א ווידיאו וואו בחורים זענען נהנה זה מזה ולא מעם אחר.

:lol: :lol: :lol: :lol:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

http://bshch.blogspot.com/2014/08/blog- ... 9.html?m=0
חיים שאולזון איז דער גולם וואס נעמט דאס אן מיט אן ערנסטקייט
אין באריכט כאילו דאס איז טאקע די פאקט....
ליצי ליצנות :roll: :roll: :roll:
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

אז מען דערלעבט דערלעבט מען! אוי ווען די צדיקים וואס האבן געוויינט אויף טעלעוויזיע און די היינטיגע מנהיגי הדור אויף אינטערנעט, ב''ה אז דער פראבלעם איז נאר 'קול מבשר' משיח'ס צייטן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט אויף א אינטערוויא מיט א זוהן פון הרב סענדר דייטש זאגט ער אז זיין טאטע וואלט זיך ווען מחי' געווען מיט קול מבשר...
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

אין אן אייגנארטיגן שריט האט קול מבשר ארויפגעשטעלט אן אינטערוויו מיט זיין אייגענעם פאטער ר' שלום יונתן ווידער, איבער דער נושא פון אויפשטיין פארטאגס.
אויך הענדל ברייער האט אמאל אינטערוויואירט זיין פאטער מיט א צייט צוריק. יעצט ווארט מען צו הערן פון יצחק שלמה דרעזנער'ס פאטער...

אגב, דער אשכול איז ארויסגעפירט געווארן פון שבת אחים צו אנשי שם, צו געבן צוטריט פאר'ן ברייטן פובליקים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: מבשר בחסד עליון!

שליחה דורך נופת צופים »

lazar האט געשריבן:איך וואלט שטארק געוואלט זעהן א בילד פון הני תרי צנתרי, ר' זלמן ווידער און ר' יצחק שלמה דרעזנער.

עמעצער האט?


דרעזנער בין איך מוחל. דעם ווידער וואלט איך געקענט באשטיין צו זעהן.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

אויס געהערט ביי די קליינע אונטערוויאוס ווי דרעזנער מיט הרב מניקולסבורג ב״פ סאיז צום לאכען און צום וויינען הוי! שומר פתיים ה'
...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאמענטירער האט געשריבן:אויס געהערט ביי די קליינע אונטערוויאוס ווי דרעזנער מיט הרב מניקולסבורג ב״פ סאיז צום לאכען און צום וויינען הוי! שומר פתיים ה'

ער מאכט די אינטערוויא מיט אים שוין פאר אפאר יאר, יעדע יאר פאר די זימער, און אויך יעדעס מאל וואס די רבי טוט אויף פאר יודישקייט (לדוגמא: ווען די רבי איז געפארען צו די פרידאם טאוער - 9/11 מאמאריעל צו מאכן א קידוש השם) און יעדעס מאל עקסטער ברענגט עס ארויף א שמייכל אויף אסאך יודישע פנים׳ער.
למעשה דארף מען נישט חוזק מאכן פון א יוד וואס טוט אויף, און איז מקרב אונזערע דערווייטערטע בחורים.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פארוואס מעלדט נאך נישט קול מבשר די פטירה פונעם צאנז זווהילער רבי?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט