ניגוני השואה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

ניגוני השואה

שליחה דורך איך אויך »

בינעך איצט געוואויר אז יד ושם האט א וועב-בלעטל געווידמעט פאר שואה ניגונים. פון די גאנץ מפורסם'דיגע אומאפיציעלע פארטיזאנער ניגון 'זאָג ניט קײן מאָל אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג' ביז לאקאלע געטא טיאטער ניגונים.

אלע זענען מביאים לידי בכי אבער די מערסטע האט מיר געכאפט 'בײַם געטאָ טױערל' פון דער קאוונער געטא. הערטס עס און איר וועט פארשטיין פארוואס.

עס לוינט אויך צו ליינען די היסטארישע באשרייבונגן וואס קומען מיט די עקזיביט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

זעכציג ניגונים אלע פון זיי אין אידיש?
נישט אפי איינס אין מאדערן העברעאיש, פויליש, רוסיש, אדער אונגאריש?
חידוש.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

60 איז די נומער פון אלע אזעלכע ניגונים וואס זיי ווייסן ,דא ביי די אנליין עקזיביט קען מען הערן 20 דערפון.

יא לדבריהם איז אלעס אין אידיש נאר אסאך זענען געבויט אויף רוסישע און אנדערע פריערדיגע ניגונים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

א ניגון פון זמן השואה, האט ביי מיר א אינסופ'דיגע חשיבות, עס צו טרייסעלט מיר מער, ווי א באזוך און אושביץ, די חילוק פון א דומם און א חי איז גאנץ פשוט, א ניגון פון יענעם צייט איז נישט בלויז, א תנועה א טאן, עס איז א דעקע וואס באהאלט אונטער זיך טיפע רגשות, פון נחמה און נקמה, פון הויכע תקווה, ביז שפיץ ייאוש, ווען איך הער א ניגון פון יענע צייט דארף איך אנטלויפען במסתרים ווייל איך קען נישט אריבער טראגען אלעס וואס דער ניגון באהאלט און זיך, איך ווער איינגעהילט און א אינערע שרעק וואס איך קריך שווער פון דעם ארויס, ומאותו סיבה קען איך נישט צופיל מסביר כוחו של ניגון מזמן השואה...
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

דאס פארטיזאן לידל 'זאג ניט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג אויף יוטוב:
http://m.youtube.com/watch?v=D4OiDY29jFs

איך געדענק ליינען אין יהודא פיינגאלד'ס בגיא צלמות איבער זינגען דעם לידל ביים ווארשעווער אויפשטאנד. זעט אויס דער ליד האט געמאכט זיין וועג פון ווילנער געטא צום ווארשעווער געטא.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי געשריבן איז דער ניגון היבש א באקאנטער (זיכער ביי די וואס סעלעברירן יום הזכרון והשואה ווי מען זינגט עס יערליך). אבער די מעלה פונען יד ושם ווערסיע איז אז עס איז רעקאדירט געווארן תיכף נאכן קריג אין יארע 46' ספעציעל פאר די וועדה ההיסטורית היהודית אין מינכן ,און דאס איז כמובן עדיף איבער א היינטיגע יוטוב ווערסיע.

תמליון'ס זוהן ,דער ניגון האט ער טאקע געמאכט פאר די פארטיזאנער פונעם ווילנער געטא אבער האט זיך איבעראל פארשפרייט ווי אימער עס זענען געווען אידישע פארטיזאנער. דער מחבר אליינס הירש גליק הי''ד איז אומגעבראכט געווארן אין 44' אין יונגן עלטער פון 22 יאר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז פארהאן עפעס א מאביל בראוזער מיט וואס מען קען הערן די ניגונים?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:זעכציג ניגונים אלע פון זיי אין אידיש?
נישט אפי איינס אין מאדערן העברעאיש, פויליש, רוסיש, אדער אונגאריש?
חידוש.

און דאך זענען די פארפאסערס און די מערסטע זינגערס פון זיי געווען נישט רעליגיעז. דאס איז נאך א לעקציע אז די שואה האט פונקט אזוי באטראפן פרייע ווי ערליכע און חסיד'ישע אידן. נאר דאמאלס איז דער טרענד געגאנגען אין די פארקערטע ריכטונג (ווי היינט.) די פרייע, נישט רעליגיעזע אידן האבן באשולדיגט די ערליכע און חסידישע אידן אז צוליעב זיי איז געקומען דאס אנטיסעמיטיזם. זיי האבן זיך נעבעך געלערנט א ביטערע לעקציע אז די גויים די רשעים ימ"ש האבן זיי פונקט אזוי אריינגעכאפט און געשיקט אין די גאז קאמערן ווי די ערליכסטע אידן. היינט מאכן א טייל פון די ערליכע אידן דעם טעות. זיי מיינען אז דאס אנטיסעמיטיזם ביי די גויים, וועלכע זענען גרייט היינט ח"ו איבערצוחזר'ן די שואה, קומט צוליעב מדינת ישראל. (יא, איך מיין דיך אויך.). און ווען נישט מדינת ישראל וואלט געווען א גוטע, וואוילע און רואיגע וועלט. קיין שום גוי וואלט נישט געטשעפעט קיין איד. דאס איז א פאטאלער טעות. די גויים האבן פיינט א יעדן איד, באשר הוא שם. ווייל ער איז א איד. אין די קאמוניסטישע רוסלאניד (דו דאראפסט דאך צו וויסן.) האבן זיי באשולדיגט די אידן אז זיי זענען קאפיטאליסטן. און אין אמעריקע האבן די גויים געשריגן אז די אידן זענען קאמוניסטן...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחד העם האט געשריבן:א ניגון פון זמן השואה, האט ביי מיר א אינסופ'דיגע חשיבות, עס צו טרייסעלט מיר מער, ווי א באזוך און אושביץ, די חילוק פון א דומם און א חי איז גאנץ פשוט, א ניגון פון יענעם צייט איז נישט בלויז, א תנועה א טאן, עס איז א דעקע וואס באהאלט אונטער זיך טיפע רגשות, פון נחמה און נקמה, פון הויכע תקווה, ביז שפיץ ייאוש, ווען איך הער א ניגון פון יענע צייט דארף איך אנטלויפען במסתרים ווייל איך קען נישט אריבער טראגען אלעס וואס דער ניגון באהאלט און זיך, איך ווער איינגעהילט און א אינערע שרעק וואס איך קריך שווער פון דעם ארויס, ומאותו סיבה קען איך נישט צופיל מסביר כוחו של ניגון מזמן השואה...

איך פיל מיט יעדעס ווארט, ספעציעל ווען איך הער אזעלכע ניגונים ווי אין א ליטוויש דערפעל אדער אפילו מיכאל'ס ניגון לעכטעלע ווער איך ווי פארשוועמט מיט די געדאנק אז די צרות פונעם שואה זענען נישט נאר געווען דאס אז 6 מיליאן אידן האבן פארלוירן זייער לעבן נאר אויך די אימבשרייבליכע געפילישע צער וואס אינזערע זיידעס זענען אדורך, ווי דאס ציטיילן טאטע מאמע פון קינדער ווען מען שפירט אין די ליפט ווי מען פירט זיי אין די שרעקליכע בילדער פון די געטאוס ווי מאמעס זיצן מיט די קינדערלעך הויט אין ביין אויסגעשטרעקט ארום ואין לאל ידיה צי געבען עפעס צי דערהאלטן ביים לעבען
צער גופני קען זיך יעדער מער וויניגער אויסמשל'ן אבער די צער פין זען א אייגן קינד אויפן וועג צום טויט אין גארנישט קענען טין איז זייער שווער משיג צי זיין ווי טיף עס גייט

(בד''א אז מען איז דאס משיג קען אביסל פארשטיין פארוואס אזעלכע אידן ווי רב געלדצעלער זענען געווען ברוגז אויף ר' אביגדור פארן זאגן אז די שואה איז געקימן אלס א פשוטע עונש)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זעכציג ניגונים אלע פון זיי אין אידיש?
נישט אפי איינס אין מאדערן העברעאיש, פויליש, רוסיש, אדער אונגאריש?
חידוש.

און דאך זענען די פארפאסערס און די מערסטע זינגערס פון זיי געווען נישט רעליגיעז. דאס איז נאך א לעקציע אז די שואה האט פונקט אזוי באטראפן פרייע ווי ערליכע און חסיד'ישע אידן. נאר דאמאלס איז דער טרענד געגאנגען אין די פארקערטע ריכטונג (ווי היינט.) די פרייע, נישט רעליגיעזע אידן האבן באשולדיגט די ערליכע און חסידישע אידן אז צוליעב זיי איז געקומען דאס אנטיסעמיטיזם. זיי האבן זיך נעבעך געלערנט א ביטערע לעקציע אז די גויים די רשעים ימ"ש האבן זיי פונקט אזוי אריינגעכאפט און געשיקט אין די גאז קאמערן ווי די ערליכסטע אידן.


איך פרוביר מיר שוין לאנג אויסצימשל'ן די שמועס צווישן דעם פרייען איד מיטן phd אין דעם תמימות'דיגע שיסטער ווען זיי האבן זיך ציזאמגעטראפן אינעם גאז קאמער ווארטענדיג אויפן שאוער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זעכציג ניגונים אלע פון זיי אין אידיש?
נישט אפי איינס אין מאדערן העברעאיש, פויליש, רוסיש, אדער אונגאריש?
חידוש.

און דאך זענען די פארפאסערס און די מערסטע זינגערס פון זיי געווען נישט רעליגיעז. דאס איז נאך א לעקציע אז די שואה האט פונקט אזוי באטראפן פרייע ווי ערליכע און חסיד'ישע אידן. נאר דאמאלס איז דער טרענד געגאנגען אין די פארקערטע ריכטונג (ווי היינט.) די פרייע, נישט רעליגיעזע אידן האבן באשולדיגט די ערליכע און חסידישע אידן אז צוליעב זיי איז געקומען דאס אנטיסעמיטיזם. זיי האבן זיך נעבעך געלערנט א ביטערע לעקציע אז די גויים די רשעים ימ"ש האבן זיי פונקט אזוי אריינגעכאפט און געשיקט אין די גאז קאמערן ווי די ערליכסטע אידן.


איך פרוביר מיר שוין לאנג אויסצימשל'ן די שמועס צווישן דעם פרייען איד מיטן phd אין דעם תמימות'דיגע שיסטער ווען זיי האבן זיך ציזאמגעטראפן אינעם גאז קאמער ווארטענדיג אויפן שאוער

דאס איז דאך מיין טענה צו די אלע "הייליגע אידן", וועלכע טענה'ן אז אלע צרות קומען פון די ציונים און מדינת ישראל. ס'איז א שאד אז מ'זאלל ח"ו דארפן אויסגעפונען אין אזא פלאץ אז מ'האט געמאכט א טעות.
נעם למשל דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל וואס קאכט זיך אונטער די סצענעס און איז מלובש אין פאליטיק, אין די מאנסי געיגנט. וואו אזא שמוציגער פאליטישן ווי עד דעי האט די חוצפה אויפצוהעצן די שווארצע אקעיגן די אידן. וכל המסתעף.
אדער די ראיאטן פון די שווארצע מערדערס אין קרוינהייטס. מילא א פאר נארישע אידן פון די סאטמאר'ער קהילה האבן בשעתו געטענה'ט אז די שווארצע אטאקירן ליובאוויטש ווייל זיי זענען ציונים. אבער זיי האבן נישט געהערט אויף די ראדיא ווי דער שווארצער מערדער "רעוורענד דאוטרי" ימ"ש זאגט פאר זיינע ברודערס די בני חם אז זייער נעקסטע סטאפ צו גיין מאכן ראיאטס גייט זיין וויליאמסבורג...!
פארשפארט