למה נגרע? שטודירען חסידישע הויפען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

למה נגרע? שטודירען חסידישע הויפען

שליחה דורך משה געציל »

וואס וואלט איר געזאגט צו אזא געדאנק, א קאלעדזש אויף היינטיגע חסידות? איך ווייס עס קלינגט זיך היבש מאדענע, אבער טראכט אריין א מינוט, פארוואס זאל חסידות זיין אנדערשט פון אלע אנדערע פאליטיק, וואס ווערען שטודירט מיטען פולסטען מאס ערענטסקייט?

מיין פלאן לויטעט מען זאל אויפשטעלען א קאלעדזש דערעקט געאייגענט פאר חסידישע בחורים און יונגעלייט, וואו דער סטודענט זאל נאך פינעף יאר שטודירען האבען דער מעגליכקייט צו באקומען א דעגרי אויף חסידות.

דער ערשטער קלאס זאל מען לערנען איבער יסודות החסידות, ווען חסידות האט זיך געגרונדעט, וואס די ציל פון חסידות איז, וכו'. נאכער א סטודענט וואס איז גענוג רייף וועט קענען אריין גיין אינעם צווייטען קלאס, וואס דארטען וועט מען שטודירען מער גרינטלעך איבער די היינטיגע חסידישע הויפען א שטייגער וואו, גור, סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, פאפא, סקווירא, וכו', קודם זאל מען לערנען די פינקטלעכע ביאגראפיע פון די חסידתען, ווען עס האט זיך געגרנדעט, ווער עס זענען אלטס געווען די מנהיגים, די פאליטיקיס וואס זי איז געווען פארמישט אין, (פארשטייט זיך די ערשטע האטליינס און טוויטער אקאנטס...), דערנאך וועט מען צוטיילען די קלאסען וואו יעדער וואס האט גראדעירט ביז אהער וועט זיך קענען אויס וועלען אין וועלעכע ספעציפישען חסידות ער וויל זיין אויסגעקאכט, וואס דארטען וועט מען לערנען פינקטלעך די מהלך המחשבה פון די ספעציפשע חסידות, וויפיל קינדער אין ברודער דער רבי' האט, אין אלעס ארום נישט אויס לאזענדיג קיין פרט קטן, אזוי ארום וועט דער סטודענט קענען אנפאנגען פאראויס צו שאצען זאכען מיט זיין ניי געשאפענעם פאליטישען קאפ, למשל, ווען כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט חתונה מאכען זיין יונגסטע זין וועט זיין דריטע ברידער קומען צו די חתונה?... וועט זיין שוואגער פון בארא פארק נאך רעדען דעמאלטס מיט איהם?... וכו' וכו'... איינמאל דער סטודענט וועט דורך גיין די אלע שווערע בחינות, וועט ער ענדליך קענען באקומען זיין לאנג ערווארטעטע דעגרי אויף חסידות בכלל, און אויף די ספעציפעשע חסידות בפרט.

איי וועט איר אוודאי אויף הייבען א פאר גרויסע אויגען ברעמען און פרעגען, וואס גייט זיין פון דא און ווייטער? מהיכן ירק זה חי? מען דארף דאך מאכען פרנסה אויך?

גאר פשוט, עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם א זיין א גבאי אין א רבישע הויף איז א גאר שיינער אינקאם, איינמאל עס וועלען זיין אויפען מארקעט צו באקומען גבאים מיט א פאליטישען דעגרי וועט מען זיך צוכאפען צו זיי וואו גאלד, עפעס א קליינעקייט? ס'הייסט א גבאי וואס וועט פארען זעלבען פרייז אויך קענען פירען די אלע פאליטישע חשבונת? קאן דאך בעסער נישט זיין...

דער פלאן לויטעט נאך מער, ווען דער גבאי וועט עלטער ווערען און ער וועט שוין נישט זיין ביי די כוחות צו פירען א יעדע קליינעקייט, וועט זיך עפענען פאר איהם א פרישע ליין, נעמליך צו ווערען א "סיניאר עדווייסער" צו א חסידות... נאך אזויפיל יארען עקספירענס, און באזירט אויף זיין ביז יעצטיגען רעקארד, וועט מען אוודאי איהם צוכאפען...

נא! ווי אזוי געפעלט עס אייך? אזא שלעכטע פלאן? איך מיין איר זאלט עס נאכאמאל איבערטראכטען....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און דער וואס באקומט די העכסטע דעגרי אין חסידות וועט קענען זיצן און עסן טשאלענט א גאנצן טאג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

איך וויל גיין נאר אינעם ערשטן קלאס, נעמסט מיר אן?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

chasid האט געשריבן:איך וויל גיין נאר אינעם ערשטן קלאס, נעמסט מיר אן?

פארבינד זיך אין פרטי...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די ערשטע קאורס האט זיך יעצט גע'ענדיגט מיט גרויס הצלחה.
מ'קען זיך שוין איינשרייבן פארן צווייטען מחזור, וואס איז כולל אויך וויכטיגע דעטאלן און אפגרעדטס פון די לעצטע צוויי יאר.
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער קאלעדזש איז אקטועל און לעבעדיג. יעדעס מוצאי שבת שטודירט מען די ענינים.

און אויף דיין קשיא מהיכן ירק זה חי, אידאך ידוע פין בעל שם טוב אז מעשיות מוצאי שבת פין אלעקסיי זענען א סגולה אויף פרנסה....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

קאווע שטיבעל האט שוין א לאנגע צייט צוריק מיחד געוועהן א אשכול מיוחד מיטן שבחי אלעקסיי, צו פאראייביגען שמו וזכרו פון איינער פון די גאהר מפורסם'דיגע ערלים פון חסידישע היסטוריה.
viewtopic.php?f=8&t=3968
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט