וז"ל
ס'איז א שווערע זאך אין כמה אופנים, ס'איז שווער בעצם און ס'איז אויך שווער ווייל ס'האט זיך לעצטנס אריינגעכאפט א שטארקע מהלך אז מ'האט אינגאנצן נישט איזין דעם "רבים" מ'האט איזין איין זאך, מ'זאל נישט פוגע זיין אינעם "יחיד". כ'מיין אז די מעשה איז א טעות, וייל "יחיד ורבים הלכה כרבים" .... אויב מ'מיינט חלילה יענעם פוגע צו זיין ח"ו טויג עס טאקע נישט, אבער טאמער מ'טוהט עס לטובת הענין - אין א "רבים" מעג מען יא פוגע זיין?!.. סאיז נישט קיין קלייניקייט.
כלומר, אונז אלע אינדערויסען פין סקווירא שטייען מיר און שטוינען, וויאזוי קען א רבי זיך אויפפירען און אריין לייגען פארשידענע יחידים אין די אדמה, מיט אכזריות וכו'. און דא שטארצט ארויס די ווערטער פינעם רבי'ן, ווי ער מאכט במחי יד אוועק די רעכטען פין יחידים. אויב איז עס לטובת הרבים, דארף מען זיך נישט רעכענען מיט יחידים, מען מעג זיי צוטרעטען און פוגע זיין און ווער ווייסט וואס נאך, פארוואס? ווייל עס איז לטובת הרבים, און יחיד ורבים הלכה כרבים.
איז ער גערעכט?