אין די אוטרעמאנט געגנט אין מאנטריאל איז נעכטן פארגעקומען א פאבליק הירינג איבער ווילאנג עס איז ערלויבט צו האלטן א סוכה.
כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר פעלט זיך אויס מסביר צוזיין וואס דער חסידישע ציבור אין מאנטריאל גייט אדורך די לעצטע פאר יאר.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער אלעמען באקאנטע מרשעת סעלי"ן פארזשע"ט איז ערוועלט געווארן אלץ סיטי קאונסלער פאר אפאר יאר צוריק און זייט דעמאלטס טיילט זי אויס צרות פארן היימישן ציבור ווי אימער, א שטייגער ווי סקול באסעס, פורים מאבילס, שריפת חמץ, עירוב (ווי זי האט ברוב חכמתה מסביר געווען אז ווען איינער פליט מיט א קייט קען זיך עס איינהאנקערן אין די עירוב), הכנסת ספר תורה, וואס זי האט אלעס דורכגעפירט אין נאמען פון געזעץ.ווי אויך האט זי דורכגעפירט א ספעציעלע געזעץ פאר סוכות אז א סוכה טאר נישט שטיין פאר מער ווי פופצן טעג מיטן אויסרייד אז ס'איז א פייער העזערד און נאך פארשידענע לעכערליכע תירוצים.
אפגערעדט אז די אלע אידן וואס זענען אוועקגעפארן אויף האלב יו"ט אדער שוואכע מענטשן אדער סתם פארנומענע אידן האבן נישט געקענט נאכקומען די רעגולאציעס אפקאסטנדיג שווערע געלטער אין טיקעטס יעדע יארץ
פארשטייט זיך אז פארזשעט איז ארומגעלאפן כאפן בילדער און אריינגערופן מיט קאמפלעינס
ווען מרת מינדי פאלאק איז ערוועלט געווארן פארגאנגענע ווינטער אלס סיטי קאונסלער האט זיך די מצב אביסל געטוישט, ס'הייסט אז נייע געזעצן האט מען מער נישט געמאכט אבער יעדע מאל וואס זי האט פרובירט צוריקצודרייען איינע פון די אלטע האט פארזשעט (וואס האט דאסמאל געווינען מיט בלויז 11 וואוטס) איר געשטערט מיט אלע מיני אופנים.
למעשה דא האט די אדמיניסטראציע פון די סיטי געבעטן א טויש, ווייל היות עס איז נישטא קיין באשטימטע צייט נאר יעדער קען אויסשטעלן די 15 טעג וויאזוי איהם שמעקט ממילא ווילן זיי אז ס'זאל זיין א באשטימטע צייט און אדאנק דעם זאל מען צולייגן טעג 7 טעג פאר יו"ט און זיבן טעג נאכ יו"ט.
ווען עס איז געקומען פאר א וואוט אין די קאונסיל האט פארזשעט געטענהט אז גערעכט ס'דארף זיין א פיקסד עמאונט אבער צו וואס צולייגן טעג זאל מען עס לאזן אויף 3 טעג פאר סוכות און דריי טעג נאכדעם, צוליב געוויסע סיבות האט די מעיאר מיט נאך א קאונסיל מעמבער געוואוט מיט פארזשעט.
היות דער סוכות געזעץ איז א חלק פון א זאונינג געזעץ (פרעג מיר נישט פארוואס) דארף מען מאכן א פאבליק הירינג פאר ממאכט עני טויש, וכך הוה מען האט פאררופן א מיטינג דעם פארגאנגענעם מיטוואך אקטאבער 29 די אפיציעלע טעמע איז געווען צו מ'זאל מאכן דריי טעג בעפאר און 3 טעג דערנאך אדער לאזן פופצן טעג ווי ביז איצט.
אנקומענדיג צו די פאבליק הירינג האט זיך ארויסגעשטעלט א גאר אינטערעסאנטע זאך, די זאל איז געווען געפאקט מיט גוים אפשר 20 פון זיי אקעגען אידען די איבעריגע האבן זיך אלע אנגענומען לטובת דעם חרדישן ציבור, דאס איז אלעס אדאנק קאונסיל פרוי פאללאק מיט איר ארגאניזאציע FRIENDS OF HUTCHISON און נאך חשובע עסקנים וואס לייגן אריין גרויסע כוחות צו מאכן א דייעלאג צווישן די שכנים און זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן.
עס איז פשוט געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי איין גוי נאכן צוויטן שטעלט זיך אויף רעדן און פארלאנגען מזאל געבן 7 טעג פארדעם און נאכדעם אזויווי דער אריגינעלער פלאן נאכפאלגנדיג מיט מעכטיגע אפלאדירונגען בעת די פאר גוים וואס האבן גערעדט קעגן האבן פארלאנגט אינגאנצן צו פארבאטן סוכות נאכפאלגנדיג מיט אפאר גוים'ס אפלאדירונגען, די רעדעס לטובתינו איז געווען צו די זאך משא"כ די רעדעס פון די קעגנערס איז געווען בלויז האס אן קיין שום נארמאלע סיבה, איינע פון די גוים האט קאנפראנטירט פארזשעט זי זאל איהם זאגן איין נארמאלע סיבה, איר ענטפער איז געווען סתם געמאלן וואסער רעדניג ארום די נושא אהן געבן א תירוץ. איינע פון די גוים איז געווארן ארויסגעפירט פארן באשולדיגען די סיטי מיט אנטיסעמיטיזעם.
די מעלה פון די מיטינג איז געווען אז ביי יעדע קאונסיל מיטינג קומען נאר די פאר שונאים און מאכן א גערודער און עס קוקט אויס ווי רוב גוים ווילן דאס, האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט אז דאס איז ס"ה 20 גוים רוב ווילן פארקערט.
די רעזולטאטן וויסט מען נאכנישט, עס דארף נאך אדורכגיין די צוויטע און דריטע פאזע פון וואוטס, אבער דאס איז זיכער אז עס האט געהאט א וויטע טפקלאנג ווי דער מעיאר האט זיך אויסגעדריקט פאר איינע פון די עסקנים אז דאס איז דער ערשטע מאל וואס זי זעהט א עכטע דיאלאג.
פאבליק הירינג אין אוטרעמאנט מאנטריאל איבער יו"ט סוכות
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
פאבליק הירינג אין אוטרעמאנט מאנטריאל איבער יו"ט סוכות
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים האט געשריבן:איך פראביר ארויפצולייגן יו טוב קליפס אבער סגייט נישט,
וואט עם איי דואינג ראנג?
שושן פורים: א ייש"כ. אפילו אן די יו טוב קליפס. דיינע רעפארטס זענען כמים קרים על נפש עייפה. ספעציעל פאר מיר. אלס געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל/אוטרעמאנט.(דוראשעי). אבער איך קוק עס אן פון אן אנדערע נקודה. די אידן פון די סאטמאר'ער קהילה האבן פארארבעט מעשים צו צושטערן די הצלחה פון מרת. מינדי פאללאק און איר ארגאניזאציע, "פרענדס אף האטשיסאן". מיט אלע וועיגן און מיטלען. אפילו טעראר. כדרכם בקודש. ווי אייביג. מיט'ן קאפ אין די וואנט. אן א טראפ שכל און בארעכענן זיך וואס דער אמת'ער מצב איז.
נאר, אינטרעסאנט אז ווען איך האב געוואוינט דארט, זענען נאך די אלע אנטיסעמיטן און רשעים ווי זי (פארזשעי) און דער אנדערער שונא ישראל, לא-סערט, ימ"ש, נישט געוועין אקטיוו.
אני הקטן, האב אמאל אנגעריסן א שגץ וועלכער האט גערודפ'ט און געשלאגן די אידישע קינדער אין די געגנט. ווען ער האט געכאפט געזינטע מכות פון מיר, האט זיין מאמע געריפן די פאליציי, און זי האט געוואלט אז זיי זאלן מיך ארעסטירן. אבער בחסדי ה' האבן זיי זיך אויסגעלאכט פון איר.ווען איך האב פארציילט וואס ער האט אלץ געטון צו די אידן. דער פאליס, (וועלכער איז זיכער געוועין אן אוהב ישראל) האט געזאגט פאר די גוי'טע, ימ"ש, אז אויב זי וויל מיך ארעסטירן זאלל זי גיין אין קאורט.