קינד_אן_קייט האט געשריבן:chusid האט געשריבן:מיין פראגע איז ווען עס זענען דא צוויי געדאנקען גאנגען , פארוואס קומט דאס אויס אז עס צעטיילט זיך גאנץ גלייך ? איז כמעט ties א פערצופאל?
מאן יימר אז ס׳קומט אלעמאל אזוי אויס?
פארקערט, ע״פ רוב איז כמעט קיינמאל נישטא בלויז צוויי געדאנקען גאנגען, וכשם שאין פרצופותיהם שווין כך אין דעותיהם שווין, לאלפים ולרבבות.
לגבי פארטייען, שווימען געווענליך ארויף די שטערקסטע (אין צאל אדער אין סברה) צדדים, און ס׳ווערט א ווי א פערדן פארמעסט אין די לעצטע מינוטען ווי בלויז די שנעלסטע צוויי-דריי פארבלייבן. דאס איז גורם אז אויך אזעלכע וואס האלטן לעולם אנדערש, שליסן זיך אן אין איינע פון די צוויי בבחינת רע במיעוטו, און ס׳מאכט אויך גרינגער פאר אומבאשלאסנדע מענטשן צו קלויבן א צד.
פערצופאל זענען דעמאקראטן און רעפאבליקאנער בערך האלב אויף האלב, וואס איז אויך נישט אינגאנצען אמת, (זע דא און דא) אבער פונקט אזוי קענסטו זען אסאך אנדערע זאכן וואס זענען נישט צוטיילט האלב אויף האלב. גלויבונגען, רעליגיע, פאליטישע אריענטאציע אין אנדערע לענדער, און דאס אז ביי פרעזידענטישע עלעקשענס איז עס די לעצטע פאר מאל געווען זייער נאנט איז נישט אלעמאל אזוי געווען.