די נייע גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה ״מעיק-אפ״
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
די נייע גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה ״מעיק-אפ״
אין לך יום שאין קלילתה....
סאיז ארויסגעקימען א נייע גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה ״מעיק-אפ״
מוסדות סאטמאר ארויניש אין זאלויניש סיי אין ק״י אין סיי אין וויליאמסבורג האבן זיך פאראייניגט אינטער דעם נייעם תקנה.
״דער מיידל וועלעכע וואגט זיך שמירן דעם געזיכט ביי א חתונה וועט געקנסט ווערן דורכן זיין ארויסגעווארפן פין סקול אויף א וואך אין ציגאב פין א געלט קנס״
אינטערן שלייער פין צניעות אין ציגאב מיט א מלחמה קעגן יענע מחלה ל״ע מיט וואס מהאט אנגעשראקן די מיידעלעך אז זיי זענען שילדיג על כל מחלה תקלה וקטתה וואס אידן מאכן ל״ע מיט בימינו, מהאט זיי געלייגט אויפן באשולדינגס ברעטל אין מיט דעם האט מען געלאזט דעם נייעם תקנה אין גאנג.
איך בין נישט דא אויף צי פארטיידיגן פיצעריי אין שמירעריי ביים היימישן ציבור אין ביי יונגע מיידלעך בפרט, חסידישע פרויען ברויכן האבן א נאטירליכע רצון צי לעבן עטוואס א העכערן לעבנס ניווא אין נישט זיין אזוי אריינגעטוהן אין מאדעס אין לאקזשערי פיצערייען אין טייערע fifth ave style קליידינג, ליידער וואינען מיר אין די סאמע צענטער פינעם מאדערנע וועלט סוף כל סוף האבן נאך די קריג די ערשטע רביס פין כלל ישראל זיך דייקא זיך באזעצט אויף דעם באדען, מילא איז נישט שווער בכלל צו פארשטיין וויאזוי ציביסלאך זינקט יעדער אריין טיפער אין טיפער אינעם עולם הגשמי מיט במלוא מובן המילה.
יעדער פארשטייט אז יונגעלייט אינעם יאר 2014 פארלאנגן אין זענען מכיר אינעם פרוי וועלעכער שטעלט זיך שיין אהער מיט אלע מפורשים כדבואי, ספעציעל נאכדעם וואס ער האטזיך אנגעזעהן ברצון אין שלא ברצון זיינע אויגן מיט אלעס וואס די גאס איז ליידער פול היינט, די עדווירטייזמענטס, די אינטערנעט, אין בכלל דעם ענלויזן מארש פין אנטבלויזטע גויאישע פרויען אין די גאסן פין אונזער ירושלים ד׳אמעריקע, ממילה ע״פ רוב יעדעס היימישע פרוי איז היינט שיין אנגעטוהן לויטן סטייל, אין באשמירט סיי די אויגן סיי די פנים, אין אוואדאי נאר פארן מאן (וועלעכע פרוי טוהט דאס דען פאר פרעמדע מאנספערזאנען ח״ו) ערנסט גערעדט זענען מיר ב״ה נישט געשלאגן מיט די מחלה פין זימה ביים היימישן ציבור (חוץ מעגליך גאר גאר געציילטע עפיזאטן).
מיט דעם הקדמה וועל איך ציריקימען צי די טעגליכע פרישע גזירות מיט וועלעכע די סאטמערע מיידל שולעס באפאלן טעגליך די מיידלעך, די סקולעס האבן אלע א שטאב מיט גאר פרומע פרויען וועלעכער זייער תפקיד איז זיך אפגעבן מיט די צנועות פין די מיידלעך, אנגעהויבן ביי די דריי יאר הייבט מען שוין אן זיי טערארעזירן פאר יעדן קלייניקייט, מהאט מחבר געווען א גאנצע ספר מיט מפורשים וועלעכע ווערט פארשיקט צי אלע עלטערן ביים אנפאנג פינעם יאר מברויך דאס דורכלערנען פיר פינעף מאל מיטן ר״ן אין אפילו דעמאלט קען דער בעסטע קאפ אויך נישט פארשטיין די אלע סתירות אין מאסן וועלעכע מברויך קענען, טייל מאל ווערט א דריי יעריג מיידל אן אויסווארף ציליב א צענטל פין א סענטעמיטער, דער חיליק פין צי קארץ ביז צי לאנג איז טיילמאל שווערער צי פארשטיין ווי גאנץ רבי חנינה סגן הכוהנים.
אזויווי סטיילס טוישן זיך היינט שנעלער ווי פרייזן פין גאזאלין איז דער צימישקייט ביי היימישע מאמעס אויפן העסטן ניווא, אזוינע ברילן וועלעכע איז נעכטן געווען כשר איז היינט חזיר טרייף, א קאליר פין א שיך וועלעכער איז געווען די איינציגסטע קאליר מיט וועלעכע מהאט געמעגט האבן, שיקט מען היינט דעם מיידל אהיים, די וועד הצניעות גייט צימאל אין מלחמה קעגן זיך אליינס אין אויפן זעלבן תקנה צעטל וועלעכע זיי שיקן אהיים קענען זיי טיילמאל אסרן אין מתיר זיין די זעלבע זאך.
א גרויס חלק פין תקנה פארלאנגער זענען מאמעס פין כלי קודש שטיבער וועלעכע האבן נישט די געלט מעגליכקייטן נאכציקימען די אלע נייע מאדעס אין קליידינג אין פאאפעסיאנאלע שמירערייען ביי חתונות וכדומה אין מקען זיך שוין פארשטעלן זייערע טעכטער מאכן יוהלות אין שטוב דהיינו זיי זענען אזוי יאנטשי קעגן זייערע בעלבאטישע חברטעס, ריפן די מאמעס טעגליך אריין אין אפיס קאמפלעינען, זיי זענען געווענליך גיט באפריינדעט מיט די וועד הצניעות לעידיס אין צימאל משפחה אויך אדער זיי אליינס די מאמעס פין די יאנטשי מיידלעך זענען וועד הצניעות לעידיס, מילא איז צי פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט, זיי ניצן די וועד הצניעות אלץ א שטעקן צי שלאגן דעם בעל״טישן עולם אזוי מאכט מען שטיל די פרימע מיידלעך אין אין שטוב איז שלום ושלוה, מקען ציריק ארויסגיין פין שטוב מיטן טארבאן בלאס ווי די וואנט מיט א פאנדזיאלוי אין יעדער זעהט אויס די זעלבע מברויך זיך מער צי קיינעם נישט צישטעלן, מהאט געהארגט דעם קאמפעטישן מיט ג-ט.
איי די רגע די מיידלעך גרעדזיאטירן פין סקול נעמען זיי די גאנצע זאק תקנות אין מווארפט דאס אריין אינעם איסט ריווער, נו וועגן דעם קימען דאך די אלע צרות אויף כלל ישראל.
מיידלעך זענען נישט משוגה, ווען זיי גייען אויף חתונות אין זעהן זייער אלע משפחה מיטגלידער שיין באשמירט, די שוועסטערס אירע וועלעכע זענען שוין ארויס פין סקול זענען אלע שיין באשמירט, אבער זי וויבאלד זי איז נאך אין סקול טאר זי זיך נישט באשמירן אין זייענדיג זעכצן יאר אלט מיט גרויסע טיעידזש פימפעלס זעהט זי אויס ווי א פארזעהעניש קעגן אירע געשוויסטער, דעריבער זיצט זי אינדערהיים טעג בעפאר דע חתונה זי ווינט דמעות שליש, זי שעלט דעם גאנצן סיסטעם אין ציילט די טעג ווען זי וועט זיין אינדרויסן דערפין אין דעמאלט וועט זי א שטויס טאן ״אלעס״ ווא מהאט איר געלערנט, אפילו די מצות עשה ולא תשה, שבת, יו״כ אלעס אלעס וועט זי אוועקשטויסן, פשוטו כמשמעו זי וועט מאכן א קל וחומר, מאדעך שמירן די פנים וואס אויף דעם ווארפט מען ארויס פין סקול פאר א וואך אין די סקונדע וואס איך בין אינדרויסן גראדזיאירט מעג איך לכתחילה שבלכתחילה זיך באשמירן מיט מעיקאפ א אינטש דיק, איז מכ״ש בנו ובן בנו שכל וחומר אז חילל שבת לשון הרע רכילות זנות מעג איך זיכער יעצט טוהן.
קיינער זאל מיר נישט פראבירן איינרעדן זיי ווילן מיט די נייע תקנה אויפטוהן מזאל נישט ח״ו בחירים אין יונגעלייט זיך פארקיקן אויף די באשמירטע מיידלעך אין סקען קימען צי א מכשול, מיר האבן ב״ה מחיצות ברזל אין אלע זאלן פין מכף הרגל עד למעלה מעשרים אמה, נישט א מעגליכקייט בכלל אריינקיקען ביי די עזרת נשים, אויב האט מען מורא אז ביים אהיימגיין פיר אזייגער פארטאג קען איינער א קוק טאן אויף דאס מיידל זאל מען פארלאנגן זי זאל אפוואשן די קריעם פארן אהיימגיין.
רבותי די אלע גזירות ברענגט ליידער צו די פארקערטע רעזאלטאטן, מיידלעך באקימען א שונאה צי יודישקייט, זיי זעהן אין אידישקייט א היפאקרעסי, סתירות, פארוואס זאכן וואס איז אסור פאר זיי מתכלות האיסור ווערט פליצים מיתיר מתכלות ההתיר ביים גראדזיאירן.
אפגערעדט פין דעם אימדערהערטן חוצפה פין שיקן שפיאנארדן ביי פריוואטע שמחות אויסציזיכן די יעניגע מיידלעך וועלעכע האבן זיך דערוואגן צי באדעקן א שלעכטע קעיס פין acne pimples אדער א בלאס מיידל וועמענס פאנים דער זין האט נאך קיינמאל געזעהן מילא לייגט זי אביסל בלאש זאל זי האבן אביסל רויטע בעקעלעך, וואלט רבינו יואל אמאל אינטערגעשריבן אויף אזא נידעריגע זאך? קיינמאל!
עס איז זייער ווייטאגלעך צי צוזעהן ווי דער ציבור לאט זיך טרעטן פין איטליכע אימפארגענער בעלי שררה וועלעכע ניצן אויס זייער פאזיציע צי שפארן געלט פאר זיך, זיי ניצן אויס מחלה ביי כלל ישראל וועלעכע זיי האבן אונז אנגעברענט אויף צי ארפאקלאפן תנוקיות של בית רבן.
אז מלייגט גארנישט אריין אין די יוגנט וועלן זיי ממילה גיין זיכן גשמיותדיגע הנאות אפגערעדט ווי שטארק די תקנות וועלן זיין, ווען מוואלט אנשטאטס אריינלייגן די קאפ אין תקנות אין מער זיך באזירט אויף אויסלערנען די מיידלעך די סיבת החיים, אין זיס מאכן יודישקייט פאר זיי וואלט מען וועם נישט געברויכט ציקימען צי די אלע תקנות, מיידלעך ליגן היינט סייווי דעם גאנצן קאפ אין מוח אין אנגעטוהאכץ אין fession וויבאלד זיי זענען פוסט אין ליידיג, די רגע זיי זענען ארויס פין די סקול זענען זיי אזויווי אן ארעסטאנט אינדרויסן פין תפיסה.
דער עולם מיז אנהייבן פארלאנגן א טויש מיר מיזן אנהייבן ווייזן אונזער כוח אין אויפהערן גיין אווי שאף צי די שחיטה, זיי גייען נישט ענדיגן ביי די מיידלעך, די קימענדיגע תקנה וועט זיין אויף די מאמעס, פינקטליך וואס זיי מעגן זיך אליינס אנטוהן, א מאמע וועלעכע וועט זיך אליינס באשמירן אויף איר קינדס חתונה וועט מען איר קאנסענען מיטן אהיימשיקן דאס קינדער סקול אא״וו.
מיר מיזן דאס אפשטעלן באצייטנס.

- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
נאכן מיטהאלטן א מעשה פינדערנאנט ווי א מיידל פין גאר א פרימע שטיב האט באשלאסן זיך צי טוישן אביסל אנגעטין א שיייטל פארקערצערט פין אינטן סך הכל ווי א שטארק בעל בעתיש מיידל
רעדנדיג צי א קרוב דערוועגן זאגט ער מיר אז די משפחה אז געפערליך ציטראגן דערפין ווייל זי גייט שוין אויך אקעגן די הלכה
איך שטיי אין ווינדער מיך עטס זענטס דע וואס האבן איר אין יעדע געלעגנהייט אריינגעבאקן א יעדע פרימקייט וואס איז ענק נאר בייגעפאלן, צי האבן די עלטערען אדער די סקול איינמאל מסביר געווען פאר די מיידלעך די חילוק פין א הלכה אין צניעות אין וואס איז נאר א פרימקייט?
ממאכט פין די הארבסטע הלכות א מישמאש מיט די דיין׳ס משוגעתן אין יעצט וויינסטוי אז זי גייט אויך אקעגן הלכה?
זי איז וואויל,זי וויל אפלאזן די טאטעס משוגעתן אבער זי ווייסט נעבעך נישט קיין חילוק צווישן די הלכה אין פריקינקייט !!

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מאכסטעך משוגע, ס'שטערט נישט קיינעם, אדרבה עס קומען די אלע חסידים זיך בוקן צום רבי'ן ביי די שמחות אין די מיליאנען טאנצן אויף די פארענטשעס, און דאס איז דער גאנצער חיות, זיי ליגן בכלל נישט אין פוצערייען און שמירעריי, לא מיניה ולא מקצתי', יעדער לערנט זכרו און תורתך שעשועי און פליעט אין הימל, זיי פילן דעם אמת'ן סיפוק החיים, ווילסטו מען זאל לאזן שמירן צוליב אפאר באמעס? היל"ת וד"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
די זאגסט דאך אזוי גוט, זיניגער. רבינו יואל, ווי די ריפסט אים, איז געווען ארומגענומען מיט נארמאלע בעל בתישע מענטשן (די יושבי חושך האט ער געשיקט אין ביהמ"ד איינרייסן מיט זאגן תהלים). און דאס איז געווען זיין הצלחה אז ער האט פארשטאנען ווי איין און ווי אויס. פאר ער איז ארויסגעקומען מיט אן איסור אדער תקנה האט ער גוט דורך געטון די פראקטישקייט דערפון. אודאי איז ער נאר געווען א בשר ודם וואס קען מאכן א טעות, אבער זיין מהלך איז מער ווייניגער געווען אויסגעהאלטן.
ס'האט מיר דערציילט איינער וואס איז געווען דערביי ווען די הנהלת מחנה בית רחל איז געווען ביי מהר"א מסאטמאר פרעגן אויב מ'קען נעמען די מיידלעך צו שפילן מיט די שכינותדיגע וויזניצע קעמפ (וואס איז אפשר נאך פרומער ווי סאטמאר). האט מהר"א געזאגט אז לעולם וואלט עס נישט געדארפט זיין א פראבלעם אבער עס איז נישט דוחה פיקוח נפש, מיינענדיג די פארקרומטע חברה וואס וועלן אים אראפנעמען דעם קאפ פאר'ן דאס צולאזן.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
דער ענין איז שוין באוויינט געווארן אין דעים אשכול אינטערן קעפל צניעות פאליציי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
זיניגער דיין ארטיקעל איז געוואלדיג און צו דער פאוינט. ס'ברענגט גוט ארויס דער מצב וואס אונז און אונזערע קינדער מאכן מיט אין אונזער סאסייעטי.
אבער מתוך שבחו האט מיר געקלאפט איין שטיקעל וואס באלאנגט בעצם נישט אין דעם ארטיקעל.
זייט ווען איז א פראבלעם פאר א "פרימע חסידישער פרוי" צו גיין באשמירט אדער פעשינעבעל. דעס אליינס קומט פון דער זעלבער סאסייעטי ווי אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. מרעדט דאך נישט פון גיין אויסגעלאסען, סאך הכל פילן ווי מען איז א יומען ביאינג און נישט זען די פארשלאפענע פאררויטעלטע בעקעלעך אדער גיין אנגעטון ווי א רעפרידזשערעיטער באקס.

איך בין נישט דא אויף צי פארטיידיגן פיצעריי אין שמירעריי ביים היימישן ציבור אין ביי יונגע מיידלעך בפרט, חסידישע פרויען ברויכן האבן א נאטירליכע רצון צי לעבן עטוואס א העכערן לעבנס ניווא אין נישט זיין אזוי אריינגעטוהן אין מאדעס אין לאקזשערי פיצערייען אין טייערע fifth ave style קליידינג
זייט ווען איז א פראבלעם פאר א "פרימע חסידישער פרוי" צו גיין באשמירט אדער פעשינעבעל. דעס אליינס קומט פון דער זעלבער סאסייעטי ווי אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. מרעדט דאך נישט פון גיין אויסגעלאסען, סאך הכל פילן ווי מען איז א יומען ביאינג און נישט זען די פארשלאפענע פאררויטעלטע בעקעלעך אדער גיין אנגעטון ווי א רעפרידזשערעיטער באקס.
דריידל האט געשריבן:ס'האט מיר דערציילט איינער וואס איז געווען דערביי ווען די הנהלת מחנה בית רחל איז געווען ביי מהר"א מסאטמאר פרעגן אויב מ'קען נעמען די מיידלעך צו שפילן מיט די שכינותדיגע וויזניצע קעמפ (וואס איז אפשר נאך פרומער ווי סאטמאר). האט מהר"א געזאגט אז לעולם וואלט עס נישט געדארפט זיין א פראבלעם אבער עס איז נישט דוחה פיקוח נפש, מיינענדיג די פארקרומטע חברה וואס וועלן אים אראפנעמען דעם קאפ פאר'ן דאס צולאזן.
איך מיין אז די ווארט איז ווערט אלע געלטער.
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
די בוך וואס זיי האבן געשיקט צו דו עלטערן איז א דיזעסטער, יעדע פעידש איז פיל מיט סתירה'ס, זיי ברענגען אראפ אסאך קול קורא'ס, ביי איינעם איז עס נאר אסור אין גאס, ביי איינעם איז עס נאר אסור אויב ס'איז אן אנדערע קאליר פון פנים, ביי אינעם איז עס אסור נאר ביים אויגן, אבער די מסקנא איז - אז אלעס איז אסור
מחומרי בית שמאי ומחומרי בית הלל עליו הכתוב אומר והכסיל בחושך הולך...כ'מיין די עלטערען ווייל די בעלי התקנה ווייסן פונקטלעך וואס זיי ווילען...

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
איך בין זיכער געווען ווען איך האב געזען דעם קעפל פון די ארטיקל אז דא האט זיך שוין איינער אויפעוועקט אפצושרייען די שרעקליכע גזירה שאין הצבור יכולין לעמוד ואין עמידה אלא ממון הדא הוא דכתיב ממונו של אדם מעמידין על רגליו און דא בייב איך אינגאנצן פארוויסט מ'רעדט זיך אפ אז מוויל שפארן אפאר דאלער
מיין גרעסטע קאשמאר איז ווען מיין זיסע רופט זיך אן גאנצי די מעיק אפ איז אויסגעלאפן מ'ברויך איינהאנדלען נאך און איך ענטפער צוריק מיט א שמייכל
שאר וויפיל דארפסטו מיי ליבליכע פאר מעיק אפ שאר אוודאי
איך ווייס נישט עט ליסט 300$ און זי קומט נאכדעם אהיים מיט דריי קליינע באטעלעך און מיט א פענסיל.............
איך מיין איז דעס נארמאל
לאנג לעבן זאל די תקנה

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
גאנצל האט געשריבן:איך ווייס נישט עט ליסט 300$ און זי קומט נאכדעם אהיים מיט דריי קליינע באטעלעך און מיט א פענסיל.............
איך מיין איז דעס נארמאל
לאנג לעבן זאל די תקנה
ווען זיי זאגן ווען אז דאס איז די ציהל פון די תקנה, וואלט גוט געווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)