ווען א מאיאריטעט ווערט א מינאריטעט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

ווען א מאיאריטעט ווערט א מינאריטעט

שליחה דורך מאטי »

איך וויל גרינדן אן ארגאניזאציע צו העלפן באקריוועדע באשעפענישן פון נויט, א פארגעסענע באשעפעניש א מאנאריטעט וואס קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, זיי זענען צו זייער שלעכט מזל געבוירן געווארן אין "דיפאלט-מאוד."

איר זעט... אויב זיינט איר, צום ביישפיל, געבוירן געווארן ביי טונקעלע עלטערן, זאל עימיצער דערוואגן צו באגיין קעגן אייך רעכטן-פארלעצונגן, א טוץ פארזארגער וועלן גלייך ארויסשפראצן פון אלע עקן פון לאנד אייך צו פארטיידיגן, ריאטן און געוואלדטאדן, ביז אייערע באקריוודער וועלן אייך פארגיטיגן.

ווידער, אויב זיינט איר צום מזל געבוירן געווארן אלס "איד" דארפט איר בלויז דערמאנען דעם אלטן אויסגעפרובטן דריי טויזענט יעריגען טערמין "אנטי-סעמיטיזם" און אלע טויערן וועלן זיך אייך עפענען, אלע אנקלעגער וועלן זוכן מיט אייך מפשר צו זיין.

זיינט איר פון די גליקליכע וואס טראגן דעם טיטל "פרוי" דאן איז  דאך פשוט אז מלאכתן נעשית ע"י אחרים.  פון באזונדערע קאנסטוציאנאלע תיקונים צו באשיצן אייערע רעכטן, ביז אנולירן דעם צענטראלן טערמין אויף וואס די שינעס פון אונזער פרייהייט שלענגלט זיך "איננאסענט טול פראוון גילטי" - ווען זי באשולדיגט אויף [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פארלעצונגן.

אויב באשליסט איר ארויסצוקומען פון קלאזעט זיך אנצושליסן אינעם היים-געשלעכטליכן קלוב, וועט איר שוין קיינמאהל נישט זיין, ווי מ'זאגט; אויפן וואסער. פרובירן זאל אייך אייער באלעבאס אפזאגן פון שטעלע.. זאל ער האבן דעם נאבעלסטן תירוץ, ס'וועט אים נישט העלפן קיין מודינו ופצילנו!  אייערע בדומה לך'ס, פון ביידע ג'ענדארס, וועלן זיך אנטון די ספעציעלע (אי) בגדים, מיט טאוולען אין די הענט און מיט שרייעדיגע סלאגאנען אויפן צונג וועלן זיי קומען אין מאכן זיכער אז; אדער קריגט איר צוריק אייער פאסטן, אדער גייט די פירמע אראפ מיט אייך צוזאמען.

זיינט איר צום מזל פארשטעמפלט געווארן אלס אומ-לעגאלן אימיגראנט, דאן יאוועט צו אייער זייט  א באנדע שפרודעלדיגע ליבעראלע גרופעס וואס וועלן  קעמפן פאר אייערע רעכטן, אייך צו "אמנעיסטירן" כדי איר זאלט האבן  דעם געלעגנהייט צו קענען אנהייבן פריש, פונדאסניי, פארשטייט זיך מיטן חשבון אז איר וועט ווערן געטרייע ליבעראלע שטימערס מיט אייערע קינדער און קינדס קינדער עד שתכלה נשמות מן התיק.

אויב זיינט איר א גליקליכער מגולגל געווארן אין א האן, דאן איז אך און וויי, זאל עימיצער פרובירן צו טשעפענען מיט אייך. איר זענט רעפערעזענטירט ביי צענדליגער צער בעלי חיים פאן-טרעגער וועלכע וועלן זיכער מאכן אז אייער קורצן דורכגאנג אויפן עולם השפל זאל זיין א זיסע, פון ווען איר דראפעט זיך ארויס פונעם אייער-שאלעכטס ביז אייער סאמען לעצטן אטעם.

אלזא, בלייבן מיר איבער צו העלפן וועמען ? נו וואס  זאגט איר ? מוזן מיר אפירקראצן א ווייסן הויעכן, בלאנדן, איירישן, רויט-נעקיגער, זכר'שן, קעגן-געשלעכטיגער, לעגאלער, ג'ענטייל. ווייל היינט צוטאגס ווען מ'זאגט אים חלילה אפ פון זיין פאסטן קען ער גיין צום נתנה תוקף טאנצן לעזאזל..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' מאטי שליט"א: איך בעיט אייך זייער שטארק אז איר זאלט נאכנישט פארגיסן אזעלכע שטארקע קראקאדיל טרערן איבער'ן נעבעכדיגן גורל פון די "וואספ'ס" די ווייסע אנגלא-זאקסישע פראטעסטאנישע בעלי חיים. דערווייל, לפי ידיעתי זענען זיי נאכנישט אזא רחמנות, און זיי דארפן נאך ב"ה נישט אנקומען צו פעקלעך פון תומכי שבת, אז זיי זאלן האבן פון וואס שבת צו מאכן. היינט צו טאג באשטייט דער רוב מנין ורוב בנין פון די גרויסע שישקעס אין די ביזנעס וועלט פון די וואספ'ס. ווער, מיינט איר זענען די הויפט באנקירערס אין אמעריקע, וועלכע זיצן אויף מיליאנען דאללאר געהאלט א יאר. דאס איז חוץ ממה שגנב. און ווער רעדט נאך פון זייער ריטייערמענט פעקידזש וואס פארמאגט מער ווי די באנק אקאונטס פון סאטמאר (ביידע) באבוב) אלע דריי) און סטוטשין באטרעפן. צוזאמען מיט'ן כולל... און ווילאנג זיי ריטייערן האבן זיי אויכעט א נישקשה'דיגן דיעל. דער רייכער פעטער ירום הודו לאזט זיי עסן אין די טייערסטע רעסטאראנטן און פליען אין ד טייערסטע ביזנעס קלאסן און ארומפארן אין די טייערסטע לימוזינען מיט שאפערן און אונטערשמייסערס. אלעס אויף זיין חשבון.
יא. ס'איז ב"ה דא א פאר אידעלעך וואס האבן אן איבעריגן דאללער. זענען זיי אבער גרויסע בעלי צדקה. אדער ח"ו סתם שווינדלערס. (כאותו ה"נגיד" מ'לעיקוואוד, יצ"ו(...!
פארשפארט