עס איז דא א הייליג ווארט פון כ''ק אדמו''ר מיארמע שליט''א, וואס ער זאגט נאך גאר א סאך מאהל, און עס איז יתכן אז עס ליגט דעראינען א שטיקל אמת:
דאס ווארט גייט אזוי:
ווי אזוי ווייסט מען ווען א פאלאטישען הייבט אן צו זאגן ליגענט? איז אזוי, וועט ער מאכט זיך צורעכט דאס שניפסל, זאג ער נאך עפעס, ווען ער גלעט זיך די וואנצעס זאגט ער נאר אויך אמת, ווען ער גיבט א היס צו זעהן צו די מיקארפאן ארבייט? זאגט ער נאך אויך אמת, אבער ווען ער הייבט אן צו רעדן, איז אלעס שקר.... עכ''ל ודפחי''ח.
אין די גויאישע וועלט ווען עס קומען פאר לאקאלע וואלן, זענען געווענדליך די וויילער גאנץ גוט אויסגעקאכט מיט די קוואלעפעקאציעס, און אויפטוהן און אגענדעס פון די פאלאטישענס וואס לויפן, און לאזן זיך געווענדליך נישט פארדרייען א קאפ מיט אויסגעבלאזענע זונענלאזע הבטחות וואס פארמאגן נישט קיין דעקונג, און א פאלאטישען וואס האלט ביים לויפן פאר א פאבליק פאזיציע ווייסט אין וואס ער טאנצט אריין, און ער גרייט זיך גוט צו דערצו.
אבער ביי אונז יודעלעך איז עס גאר אנדערש.
דער פאלאטישען ווייסט אז אונז יודערליך האבן נישט קיין מיינונג אדער קיין ווארט, זייט היטלר ימ''ש האט ארויפגעלייגט די נימערען אויף אונזער עלטערענס הענט איז עס נאך קיינמאהל נישט געהעריג אראפגעקומן, אונז האבן נישט קיין ווארט, אדער קיין מיינונג, קיינעם אונטערעסירט נישט אונזער פלאג און ווייטאג, קיינעם אונטערסירט נישט אז מיר האבן נישט ווי צו וואוינען, און מיר האבן נישט ווי אזוי צו צאהלן שכ''ל, און מיר האבן נישט קיין פארקינג, די אלע זאכן אונטערסירן נישט פאר קיינעם, וווי אזוי האט נאר יענער אמאהל געזאגט? "זאג פאר די קעלבליך אז זיי קענן שוין א היים גיין", די אלע פאלעטישענס ווייסן אז מיר זענען גלות אידן, און קעלבליך, און מיר הארכען אויס מיט א תמימות אונזערע קהל'שע פארטרעטער, וואס "זארגן" זיך ערליך פאר אונז, און וואס די "א''ג עסקנים און וויכטיג מאכעכר'ס" וואס פולן זיך אן די קעשענעס פון געלט וואס דארף גיין פארן ציבור, און זיצען ביי די באנקעטען און שעפן הויפענעס כבוד און מאכט, וועלן אונז "מחייב" זיין וועלן מיר ערליך טוהן, צו מיר פארשטייען יא צו מיר פארשטייען נישט, מיר זענען נימערן, קעלבליך, מיר האבן נישט קיין מיינונגען אדער פארלאנגען.... או ווייסען זיי דאס גוט....
עס איז שוין צייט אז דער עולם זאל זיך עפענען די אויגן, און איינמאהל פאר אלעמאהל איינזעהן, אז די אלע פארשטינקענע פאלאטישענס מיט כבוד זיכער, און די אלע אפגעריסענע עסקנים מיט די טשערי לייטס און וואקי טאקיס מיינען נישט אונז, ווען מיר זענען אויף צרות האבן מיר ליידער נישט וועם צו גיין, און די פאלעטישענס זענען זיך פעסט מייכן אויף אונז. און מאכן פון אלע דאס גענאר, און די א''ג עסקנים נאך מער.... לאמיר איינמאהל פאר אלעמאהל בויקאטירן די וואלען, און אויב א פאלאטישען דארף אונזער וואלן זאל ער קודם עפעס צושטעלן, (נישט נאר פאר מוסדות) נאר אויך פאר יחידים, אונזערע ספאנישע און כינעזער שכינים, באקומען פול מער סערוויס און פאנדן און האזינג ווי אינז חסידים. עס איז א שאד צו גיין וואויטען, זיצט אונדערהיים און לערענט נאך א בלאט גמרא, וועט איר פול מער אויפטאן ווי צו גיין שטימן פאר די אלע קראפטירטע פאלאטישענס, און בלאפארישע עסקנים וואס זענען נאר דא פאר כבוד און געלט, און שררה, עס איז צייט צו מאכן דערפון אן עק.......
ווי אזוי די פאלאטישענס נעמען אונז אויף א רייד!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' קאך לעפל, שליט"א לאורך ימים , ביז 120 געזינטע יארן: איר מיינט אז נעוו יארק, יצ"ו איז אזוי ווי 'דערהיים אין הוידו-נאנאש אדער שאראש-פאטאק. דאוי אין אמעריטשקע האמער אינז פאארשטייערס וועלעכע רעדן און שטאדלען פאר אינץ אין די גרויסע רעגירונגס האאזער, אין די הויפט שטאט. ווען איינער טיצעך ח"ו פארטשעפענען מיט דע שטייער אמט, אבער מיט דע מיסט-קערערס, אבער דע זשאנדאארן רוידעפ'ן נעם אויס דע יורין, צי וועימען קענערזעך דען ווענדן? אאב ניש צי דע ערוועילטע שטאאטס מענער? האא? ביטע עמפערן אף מיין פראגע ווי אמשנעלסטן...!... 

- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
מיט דער חלק אז פאליטישענס נעמען אונז אויף א רייד ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט. אבער דעס ארויפלייגן אויפן פאקט אז אונז אידעלעך קעמען פירן ביי דער נאז אבער דער וועלט נישט דארפסטו דיך אביסל צועפענען די אויגן צו דיר פאליטישער וועלט.
ס'רוב פאליטישענס וואס זיצן אין אופיס עטליכער טערמינען זענען די סארט וואס פארקויפן ניטאמאל קיין לאקשען (דוגמת טשארלס רענגל יר"ה). נארוואדען דער גאנצער עולם הפאליטיק איז א גרויסע מחנה קעלבער און ס'קומט איין ברייטביינערדיגע אייזל און רעדט צו דער גויאישער סארט נידערמאן, יו. דזשעי. קעיר, וכו' וכו' און אלע קעלבערלעך פאלגן שיינערהייט....
דערמאן דיך נאר די מעשיות פונעם וואוילטעטיגען ארגאניזאציע "עיקארן"
ס'רוב פאליטישענס וואס זיצן אין אופיס עטליכער טערמינען זענען די סארט וואס פארקויפן ניטאמאל קיין לאקשען (דוגמת טשארלס רענגל יר"ה). נארוואדען דער גאנצער עולם הפאליטיק איז א גרויסע מחנה קעלבער און ס'קומט איין ברייטביינערדיגע אייזל און רעדט צו דער גויאישער סארט נידערמאן, יו. דזשעי. קעיר, וכו' וכו' און אלע קעלבערלעך פאלגן שיינערהייט....
דערמאן דיך נאר די מעשיות פונעם וואוילטעטיגען ארגאניזאציע "עיקארן"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
- האט שוין געלייקט: 636 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
Your point is valid. But your conclusion that we shouldn't vote is wrong. Politicians don't care about people that don't vote. They care only about those that vote as long as he thinks he has a chance to change your mind if he does a good job. If you don't like the one that's now in office, I think you vote for the one that runs against him. Like this you are registering your dissatisfaction at the voting box.