ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
-
shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
שליחה
דורך shem-tov »
די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע איינע איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע מעשהלעך, און אגב אויב ווייסט איינער היסטאריע, ווייל מזאגט אז סאיז טאקע געווען אזא פלאץ. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטל פון "דער איד" די וואך. אויך אויב איינער ווייסט צו סאיז דא א ביכעל פון אט די דשאוקס זאל מיר ביטע מודיע זיין.
* * *
אין כעלעם האט מען געשטעלט א שומר הפתח א סעקיוריטי גארד ער זאל אבאכט געבען אז גנבים זאלן זיך נישט אריינגנבנען ביינאכט. איין נאכט האבן זיך דריי גנבים אריינגעבראכן און אונזער שומר אנשטאט צו טאן עפעס און גיין רופן פאר הילף שטייט ער מיט א צופרידנקייט בשעת די גנבים פאקן פעק. גייט עמיצער פארביי און פרעגט אים לשמחה מה זו עושה. זאגט ער די שוטים גנבים זיי מיינען אז איך זעה זיי נישט... חחחח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום
shem-tov, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
שליחה
דורך לאליפאפ »
האסט פארגעסן צוצוענדיגן אז יענער איז אוועק א צופרידענער מיטן תירוץ...
-
קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
שליחה
דורך קאסטנער »
shem-tov האט געשריבן:די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע וויץ איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע וויצן,
כעלעמע וויצן אדער וויצן וואס וואלטן ווען געקענט געשען אין כעלעם...