זאג נאר, ביסט דא פאר די פלייש אדער פאר'ן מחותן?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

זאג נאר, ביסט דא פאר די פלייש אדער פאר'ן מחותן?!

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]נו וואו איז די בעבי סיטער? נאך נישטא? סארא מעשה.. מ'האט דאך אפגערעדט זי זאל זיין אין צייט.

שוין וואכן לאנג וואס די גאנצע משפחה גרייט זיך פאר די דערהויבענע שמחה אין די משפחה. א קלייניקייט מ'גייט האבן א קרוב'ס חתונה אבער נישט סתם א חתונה ס'גייט זיין עפעס געוואלדיג, נישט אזוי ווי לעצטע חתונה וואס איז געווען סתם אין א פשוטע זאל, ווי סתם עמך אידן. ( נישט אז דאן האט ער נישט געהאט די יכולות, נאר פשוט ער איז נישט געווען לכאורה אין די גיסטע) אבער דא גייט עס קנאקן, בשר בקר ווי ביי אברהם אבינו, וויין ווי ביי יואב'ס שבת טיש, מוזיק ס'זאל קנאקן אזש די אויער זאל קלינגען ביז די יארצייט, בקיצר א פיינע געשמאקע זאפטיגע נארהאפטיגע נאכט צום געדענקען.

שוין פון שמחת תורה נאכ'ן קידוש מאכ'ן, האלט איך מיך עסן-לאז חלילה נישט צו פארפּאטשקענען דאס אפּעטיט מיינער, און מגרייט זיך פעסט צום גרויסע נאכט.

די שמחה האט ביי מיר געהאט א ספעציעלע חשובות נאכדעם וואס מיין פעטער - דער מחותן - איז מיר זייער נאנט, און באמת א פיינע מענטש וואס וועט גיין אין פייער פאר א צווייטען ממילא איז דאס געווען גאר א גרויסע שמחה ברוך השם.

דינג דאנג.... אה די בעבי סיטער איז דא. געוואלדיג, פיין לאמיר לויפן כדי אנצוקומען אין צייט. די זאל איז נישט ווייט פון מיר ממילא האמיר געכאפט א געשמאקע שפאציר מיט'ן אשת חיל אויף די םיינע קלארע לופט.

מיין גאנצע פרייליכע גוסטע האט אבער געגעבן א טראסקע אראפ ווי נאר איך בין אנגעקומען אין זאל. וואס איז? נישטא וואו צו זיצן! פשוטו כמשמעו נישטא קיין בענקעל ליידיג. וואס הייסט מען האט זיך דאך יעצט געוואשן, וואס גייט פאר? איי קעינט העלפּ יאָ נישטא קיין פלאץ. און אזוי בבושת פנים האב איך מיק געזעצט בדד ווי א מצורע ביי די קינדער טיש.

וויל איך וויסן, טייערע אידן וואס זענען געקומען זיך מיט פרייען מיט די שמחה, איך האב פאר ענק איין קליינע פראגע: אם מלכה אנא אמאי עד השתא לא באתית להכא. זאג דו ביסט דא זיך מיט צו פרייען מיט די שמחה, דאן וואו זענט איר געווען א יאר צירוק ווען דער זעלבער מענטש האט חתונה געמאכט אין א פשוטע זאל? הא?! דארט איז געווען האלב אזוי פיל טישן און עס איז געווען ברווח בענקלעך פאר יעדעם איינעם, אז איך האב געקענט זיך אויסלייגן אויף דריי. וואס איז יעצט געשעהן? אז ער טיילט אביסעל פלייש ווערסטו זיין פריינד, איז דאס יושר? דו ביסט בכלל נישט דא פאר'ן מחותן דו ביסט דא פאר די פלייש, פאר די וויין, אדער פאר פרייליך בענד, נישא מער, דו האסט מיט גארנישט אנדערש.

ממילא בעט איך ענק טייערע מחותנים אויב ווילט איר וויסן ווער זענען אייערע אמת'ע פריינד, דאן מאכט א שמחה אין די מילקשעיקע בעיסמענט מיט אביסעל געפילטע פיש און דארט לאמיר זעהן ווער עס וועט קומען.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר