וואס איז די ציל?

מחשבה, השקפה ועיון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארבעס האט געשריבן:על פי דרך הטבע קען א מענטש נישט הענדלען מער ווי פיהר קינדער.

וואס דארף איך א גרעסערע הוכחה אז דער אויבערשטער גיבט די כוחות דערצו אויב איך זעה ביי אידישע משפחות טעגליך הונדערטע ניסים שלא כדרך הטבע (לשיטתך )?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה האט געשריבן:זייער שיין נהורא, כ'האב פארגעסן פון דער רמב"ם.

מ'האט שוין איבערגעקייט דער נושא כמה וכמה פעמים דא אין שטיבל. ס'נישט דא קיין שום חיוב צו האבן אנלימעטיד קינדער. עס איז אפילו נישט קיין מצוה מן המובחר, אדרבא, ביי רוב מענטשן איז עס אן עוולה, סיי מן האנושיות און סיי מן התורה.

די גאנצע הו-הא ארום האבן אסאך קינדער איז אן אויפגעמאכטע זאך, עטליכע האבן עס אנגעהויבן אלץ א פריוואטע הנהגה, און ווי אלעס אנדערש איז עס מיט די צייט סיסטעמייזד געווארן אז א יעדער איינער מוז עס טון. ראיות קען מען אויסגראבן צו פארטיידיגן אלעס און אלעם.

ריכטיג, ס'נישט דא קיין היתר צו פאפן קינדער אן קיין חשבון פון וואו מ'וועט זיי שפייזן כדבעי'.

.

הייסט גאנץ כלל ישראל איז געווען אויף ב"ק ביז א פאר יאר צוריק ממש, ביז א פאר יחידים האבן אנגעהויבן פריוואט נישט צו נעמען, און מיט די יארן איז געווארן די סיסטעם... א שיינע מעשה.
.
פארוואס אן א חשבון? איך קען עטליכע אידן וואס האבן געלעבט א שיין לעבן מיט א מינימום און אויפגעשטעלט א דור פון צעהן - דרייצן קינדער אן קיין קרעכצן.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ריכטיג האט געשריבן:
ארבעס האט געשריבן:על פי דרך הטבע קען א מענטש נישט הענדלען מער ווי פיהר קינדער.

וואס דארף איך א גרעסערע הוכחה אז דער אויבערשטער גיבט די כוחות דערצו אויב איך זעה ביי אידישע משפחות טעגליך הונדערטע ניסים שלא כדרך הטבע (לשיטתך )?

לאז ארויס יידן פון בילד, די ספאנישע אומליגאלע אימעגראנטען וואס פראדעצירען פירות אן די יכולת זיי צו האדעווען, זעהן אויך ניסים...
עס טאקע זייער מערקוועדיג אז מען האט נאך נישט געטראפען קיין קינדער שטארבען אויף די גאסען פון הונגער, אבער די פאקט פארענטפערט נאך נישט, און פרעגט נישט אפ אז האבען קינדער און די וועלט אריין איז זרע לבטלה... און לשיטתך וואלט דער רמב"ם באדארפט זיך אויסצודריקען אז די מצווה גייט אן עד שיצא הלב מן הספק אויב מען האט שוין יוצא געווען, און נישט כל זמן שיש בו כח...
דער מין האנושי איז פולי און פראסעס און מען דארף זיך היינט נישט זארגען פאר איר עקזיסטענץ, היינט דארף מען זיך ענדערש זארגען אויף קיום נפש האנוש, און די דאזלעך פון בנים העלפט נישט ארויס צו דעם, אדרבה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר דיינע קינדער זענען זרע לבטלה אבער מייינע זענען לעכטיג און זיס און איך וויל נאך...
איך פארשטיי נישט דיין טענה מיטן רמב"ם, א ודאי איז מען יוצא מיט בן ובת, מען רעדט דאך פון נאכדעם.
איך בין נישט אויסן דא פאר קיום המין, און א חלק פוןמיין שלימות הנפש איז צו זיין א געטרייע טאטע פאר מיינע אלע קינדער, איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אחד העם[/tag] די טענה וואס די האלטס אין אין איבערזאגן אז היינט דארף מען שוין נישט זארגן אויף קיום המין איז נגד כל הקדוש לנו אין גייט אריין אין לא תגרע, אויב ביסטי מודה אז עס איז דא א חיוב פאלט עס נישט אוועק אפי' די טעם איז מער נישט דא,
די טענה פאסט טאקע זייער גיט פאר דיין ''ניק'' אבער לכל אשר בשם חרדי יקרא דארף דאס שמעקן פין כפירה אין השכלה
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ריכטיג האט געשריבן:אפשר דיינע קינדער זענען זרע לבטלה אבער מייינע זענען לעכטיג און זיס און איך וויל נאך...
איך פארשטיי נישט דיין טענה מיטן רמב"ם, א ודאי איז מען יוצא מיט בן ובת, מען רעדט דאך פון נאכדעם.
איך בין נישט אויסן דא פאר קיום המין, און א חלק פוןמיין שלימות הנפש איז צו זיין א געטרייע טאטע פאר מיינע אלע קינדער, איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס!

דאס אז קינדער זענען זיס און די פייגערט צו האבן נאך איז נישט קיין סבה צו אנזאמלען סטאדעס, (חוץ פארשטייט זיך אז דו ביסט פון די יחידים וואס דו מיט דיין ווייב קענען דאס פארנעמען) מ'רעדט אבער נישט פון יחידים מ'רעדט פונעם "כלל" אויב איז אבער דא א צל של ספק אז דאס ווייב גייט נישט קענען פארטראגן דעם לאסט, איז - ווי [tag]אחד העם[/tag] האט שוין אויבן געזאגט - פשוט אן אכזריות און א פארברעך! צו פראדוצורן 12 שטיק בלויז ווייל "ס'איז לעכטיג און זיס!!" זיי נישט אזא בעל תאוה! און זיי יא מוותר ". דער פסוק "וחי בהם" איז אויך געשריבן געווארן אש שחורה על אש לבנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין בכלל נישט איבערצייגט אין דיינע אנקעטעס ווער ס'איז דער כלל און ווער ס'איז דער יחיד, דאכצעך אז די נערווען ליידנדע ביי אונז זענען ב"ה נישט די רוב על אף די געבענטשטע משפחות.
ס'לאזט זיך זאגן אז דאס נישט וועלן האבן נאך קינדער שטאמט בלויז פון פחד וואס מענטשן האבן צו געבן א טריט פאראויס און נעמען אחריות, און די מענטשן מעגן נעמען חיזוק דורך זיך אומקוקען אויף די פילע קינדער געבענטשטע משפחות וואס האבן מיטן באשעפערס הילף מצליח געווען.
פארשפארט