ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב מעודי נישט פארשטאנען די שגעון פון 'געדענקט ווערן', מענטשן לעבן אפ א גאנץ לעבן געדענקט צו ווערן כך וכך.
ווען טוהט זיך אפ די די חפצא פון די הנאה: בשעת איך 'ווער געדענקט' און איך שימל אין קבר, אדער ווען איך לעב נאך און כ'טראכט אז כ'וועל אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת'ן שימל'ן אין קבר?
און דא קען מען שיין דן זיין לפי זה, אויב נעמען זיך דאס לעבן אדער אפילו פאסיוולי פארנאכלעסיגן דאס געזונט (ווי ביי אונזער רעב יחזקאל) וואס פירט צו שטארבן פאר דער צייט איז סעלפיש אדער נישט.
פאר אלעם דארף מען קלאר מאכן וואס זענען יחזקאל עמאנועל'ס אורזאכן פארוואס ער וויל שטארבן ביי די 75?
איז לויט ווי איך האב מדייק געווען פון יאיר'ס ווערטער קען מען עס צעטיילן אזוי:
1)ביי די 75 יאר קען מען מער נישט פראדוצירן צופיל, דאס לעבן בכלל איז אן אפמוטשעניש און רוב מענטשן ליידן פון שווערע קרענק ווי אלצהיימער'ס, פארקינסאנ'ס, קענסער און נאך מרעין בישין.
2)ער וויל געדענקט ווערן אלס א שטארקער געזונטער, פראדוקטיווער מענטש. און נישט אלס עמיצער וואס דארף אנקומען צו די טובות פון זיינע באליבטסטע און טייערסטע.
כאטש די צווייטע איז אביסל אומפארשטענדליך ווייל אפילו אזוי וועט ער נאכאלס געדענקט ווערט אלס א קרענקליכער וואס האט געדארפט צוקומען צו די טובות פון זיינע קינדער לכל הפחות ביז ער איז געשטארבן. כ'מיין, קיינער קען נישט עפ הזמנה איינלאדענען דעם מלאך המות אלס אורח הכבוד וועלכן טאג ס'שמעקט זיך אים נאר. אקעי, וועט ער ווייניגסטנס זיין קראנק פאר א קורצערע צייט.
און מיר קענען אננעמען אז נומער 1 איז סעלפיש בשעת נומער 2 נישט.
ווייל עס איז אויך א כבוד פאר די משפחה אז זייער זיידע איז ביזן לעצטן מינוט געווען געזונט ווי א בער. דער חלק פון זיין פערזענליכע בושה פון דארפן אנקומען צו די טובות פון זיינע נאנטע זייענדיג א קראנקער מענטש, איז שוין אינקלודעט אין די סיבה נומער 1) וואס איז היינו הך – סעלפיש – ער קוקט ארויס אויף זיינע אינטערעסן. איי
יאיר האט געשריבן:אויסער דעם וואס דאס איז כמעט אבסורדאל (ביי וועמען וויל ער געדענקט ווערן אלס געזונטער מענטש? ביי זיינע קינדער וואס ווילן ער זאל בלייבן לעבן כאטש ער איז אלט און שוואך?), מיין איך אז דאס שמעקט פון גאוה און סעלפישנעס. אויב זיינע קינדער ווילן האבן א טאטע און א זיידע, פארמאגט ער אן אחריות דאס צוצושטעלן פאר זיי, ער האט נישט קיין רעכט זיך צו געזעגענען פון דער וועלט פשוט ווייל ער האט א געוויסע תאוה ווי אזוי ער זאל ווערן געדענקט ווען ער וועט שוין מער נישט עקזיסטירן.
??
ווען מען קוקט אבער פון זיין פרעספעקטיוו, איז זיין טענה, אזוי ווי קיינער וועט נישט זאגן אז א קינד איז מחויב צו לעבן ווייל אויב נישט שאפט ער דעם טאטן צער קען מען אויך נישט מחייב זיין דעם טאטן צו לעבן ווייל אויב נישט שאפט ער די קינדער צער. אזוי לאנג ווי ער פעלט אויס פאר זייער עקזיסטענץ קענען זיי טענה'ן אז "ווער האט אים געבעטן זיי אראפצוברענגען אויף די וועלט אבער ברגע וואס ער ווערט א לאסט פאר זיי איז ער נישט מחויב צו בלייבן זיך פייניגן פון צוזעהן דאס, נאר ווייל זיי ווילן די פריוועליגע פון האבן א טאטע וואס איז א זיידע! און דער פאקט בלייבט ווייטער אז אפילו זיי ווילן אים האבן אלט און שוואך וועט ער נאכאלס געדענקט ווערן ביי זיי און ביי אנדערע אלס א קראנקע זיידע.
אבער עכ"פ, לענייננו לאמיר עס צעלייגן אויף דעם אופן:
אויב איז ער (סיי ווער) א מאמין אין חיים אחר המות: טוט זיך די הנאה [פון וואס ונבנתה רעדט] אפ אויך ווען ער שימלט אין קבר (לפי ווי ער גלייבט). איז ווען א מענטש היט נישט אפ אויפ'ן געזונט, און אוודאי ווען ער נעמט זיך דאס לעבן, וועט ער אנשטאט א הנאה, געדענקט ווערן צום שלעכטן, און אויך ליידן אן עונש. און דאס איז אפ' ווען ס'איז נישט ידוע פאר די לעבעדיגע אויב דער טויט איז געקומען פריצייטיג צוליב זיין אייגן שולד אדער נישט, ווייל דער יודע מחשבות ווייסט יא. וועט אלזא "זיך נישט נעמען דאס לעבן" אויך קענען אנגעקוקט ווערן סעלפיש; ווייל בשעת'ן לעבן איז ער באוואוסטזיניג אז נאכ'ן טויט וועט ער 'נישט' האבן קיין הנאה.
וואלט אויב אזוי ביי אונזער פאל פון עמאנועל, זיך געשטעלט די שאלה וועלכע פון די צוויי טעמים שפיהלט פאר עמאנועל'ן א גרעסערע ראלע אין זיין החלטה? און מיט וועלכע רעכנט זיך גאט מער?
- איז עס נומער איינס = זיך צו באפרייען פון א קרענקליכע עלטער?
- אדער נומער צוויי = ער זאל צווישן זיינע יודעים קרובים ומכירים געדענקט ווערן אלס א געזונטער מענטש אנשטאט זיי באלעסטיגן?
(אדער איז איינס געבונדן אין צווייטן, היות ס'זענען דאך יא דא מענטשן וואס בלייבן געזונט ביז א הויכן עלטער.)
אויב איז עס איינס, שטעלט זיך די פראגע צו ס'לוינט זיך פאר יחזקאל'ן די הנאה נאכ'ן טויט אז ער האט נישט געדארפט זיך לאנג מוטשען מיט קרענק אנטקעגן די עונש פאר'ן צואיילן זיין טויט צוליב א סעלפישע סיבה. (הגם, אויב ווערט ער באשטראפט דערפאר איז שוין נישט זיכער יעצט ווי סעלפיש ס'איז. געוואנדן וואס ס'טוט אים מער וויי. געדענקט צו ווערן אלס קראנקער אלטיטשקער? אדער באקומען מכות אויבן?).
אויב איז עס נומער צוויי, איז ווייטער שווער: אמת די סיבה איז א מער אולטריסטישע, גארנישט פערזענליך, ער מיינט בלויז נישט צו באלעסטיגן זיינע קינדער און אייניקלעך. אבער יעצט אז ער וועט גארנישט ליידן פאר'ן האבן פריצייטיג אנגעברענגט זיין טויט ווערט נתגלה למפרע אז זיין שריט צוצואיילן זיין טויט איז געווען מער סעלפיש ווי נישט, ווייל אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט, [נאך ביים לעבן ווייסט ער אז] יעצט נאך זיין טויט האט ער דעם גוטן געפיהל דאס אז ער ווערט דא אונטן "געדענקט" ווי איינער וואס האט מיט זיין אקט פארשפארט בושות פאר זיינע ארומיגע אויב וואלט ער טאג און נאכט געברויכט אנקומען צו די טובות.
אדער אפשר ניין, דער בי"ד של מעלה, וויסענדיג די צער פון עמיצער וואס פיהלט סייווי אז זיין אי-פראדאקטיוו לעבן געט מער גארנישט צו סאסייעטי, ער שפירט זיך א לאסט פאר זיינע ארומיגע און האט נאר בשב ואל תעשה צוגעאיילט זיין טויט, וועלן זיי פילייכט בעסער פארשטיין ר' יחזקאל עמאנועל'ס אקט און עס אנקוקן ווי א זעלבסט הקרבה ענדערש ווי סעלפיש מכל מקום. און אי משום זה איז דאך דאס אויך אקטועל אויף עמיצער וואס נעמט זיך געהעריג דאס לעבן בקום ועשה.
אויב איז ער נישט א מאמין אין עפטערלייף: טוט זיך די הנאה אפ בשעת'ן לעבן ווען דער מענטש טראכט אז ער גייט נאך אמאל אזוי געדענקט ווערן בשעת ער וועט שימלען אין קבר. אידאך נישטא קיין גרעסערע סעלפישנעס ווי דעם. יעדע מינוט וואס ער לעבט איז כדי צו האבן דעם גוטן הנאה פון טראכטן אז ער וועט געדענקט ווערן לטובה צוליב'ן לעבן נאך א מינוט לענגער.
איז ווען ער היט נישט אפ אויפ'ן געזונט און אוודאי ווען ער נעמט זיך דאס לעבן האט ער נישט דעם הנאה פון "געדענקט ווערן" אפ' ביים לעבן אויך נישט, ווייל ער ווייסט ווי זויער ער וועט געדענקט ווערן שימלענדיג אין קבר, וואס וועט מען געדענקן פון אים? אז ער איז געווען א קרענקליכער צוליב זיין אייגן שולד אדער אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן איבערלאזענדיג א געטרייע פאמילע וואס האט אים געברויכט? ממילא וואלט געווען א צד צו זאגן אז דער אקט פון ענדיגן דאס לעבן איז יא סעלפיש. געשעהט א שטיקל פאראדאקס. ד.ה. די סיבה פארוואס ער איז נישט סעלפיש איז נאר אזוי לאנג ווי ער שטארבט נישט און איינמאל ער שטארבט איז נגלה למפרע אז אלץ איז סעלפיש געווען?
מצד שני אבער, אין אזא סיטואציע ווי אונזער עמאנועל געפינט זיך, איז עס תלוי: וועלכע פון זיינע סיבות עס שפיהלט מער א ראלע אין זיין החלטה און אויך וועלכע עס וועט טאקע מער פארווירקליכט ווערן
צו איז עס נומער איינס - זיך צו באפרייען פון א קרענקליכע עלטער?
אדער נומער צוויי - ער זאל צווישן זיינע יודעים קרובים ומכירים געדענקט ווערן אלס א געזונטער מענטש אנשטאט זיי באלעסטיגן?
אויב איז עס מער צוליב סיבה 1) זאג איך אז אפילו טאקע ביז'ן טויט האט ער די הנאה אז ער וועט שטארבן נישט דארפענדיג זיך מוטשען לאנג מיט א קרענקליכע עלטער, וואס קען זיין א סעלפישנעס, קומט דער טויט און איז מגלה אז ער איז באגאנגען א זעלבסט הקרבה ווייל נאכ'ן טויט איז ער דאך שוין מער נישט באוואוסטזיניג אז ער האט זיך איינגעשפארט א פארמאטערטע קרענקליכער עלטער. די גאנצע געשמאק איז נאר אזוי לאנג ווי ער איז באוואוסזיניג אז ס'וואלט זיך געקענט ווען ערגער אויסשפיהלן (אדער נאך מער, נאר ווען ער האט שוין בחוש געזען וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעשפיהלט אויב וואלט ער אן אנדערן החלטה אויסגעקליבן.)
אבער אויב מער צוליב סיבה 2) איז דער סיבה – ווי אולטריסטיק ס'זאל אויסקוקן – באמת א שטיק זעלבסטזיכטיגקייט צוליב א ממה נפשך. ער קען דאך נישט מיינען זיך בכלל ווייל דעמאלטס איז עס דאך סיבה נומער איינס. איז עס אויב אזוי נאר כדי אז זאל צווישן זיינע יודעים קרובים ומכירים געדענקט ווערן אלס א געזונטער מענטש אנשטאט זיי באלעסטיגן? אבער רבש"ע, ער גלויבט דאך נישט אין דיר? איז ווען וועט זיך אים פארוויקליכן דער ציהל וואס ער וויל דערגרייכן? אויב פאר'ן טויט איז ער דאך סעלפיש, און נאכ'ן טויט עקזעסטירט ער דאך מער נישט לדעתו.
שוין, כ'מיין אז כ'בין ניכטער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.