הרב מאיר כהנא הי"ד,

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

חתונה פון 'חנמאל דורפמאן' דער פירער פון 'נוער הגבעות' מיטן חבר הנהלת 'כהנא חי' - בנצי גופשטיין דער אבי הכלה
http://reshet.tv/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7% ... 41589.aspx
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

מ'האט פריער דערמאנט די נאמען "כך", וואס דאס מיינט און פון וואנעט דאס שטאמט.
די סלאגאן און סימבאל פון די אצ"ל אדער גערופן ארגון דורך אנדערע, איז געווען רק כך מיט א ביקס און די לענדער א"י און עבר הירדן אין די הונטערגרונט.
כהנא האט זיך געהאלטן פאר א ממשיך אין די דרך פון די אצ"ל, ווען די אלטע אצ"ל מיטגלידער האט געבאדערט זיין באנוץ מיט זייער סימבאל, האט ער עס געטוישט צו אן אנדערע, אבער כ"ך איז געבליבן אין באנוץ.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

בילד
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די ערשטע מאל איך זע אים רעדן. א קרעזי באסטערד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=l6IIQubS9ZQ[/youtube]
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זאג נאר דו ווייסט אפשר וואס די ווארט בעסטערד מיינט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ער רעדט זייער צום זאך,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ער רעדט ווי יעדע דעמאגאג, ווי ער זאגט נאכאנאנד אז ער פארשטייט זייער גוט וואס די אראבער (לייען די עקסטרעמיסטישע פאלעסטינער) האלטן אז גאנץ פאלעסטינע איז זייער און מען מוז פארטרייבן יעדן איד וואס וואוינט דארט, לויט דאס ביסל וואס איך האב געהערט (איך האב נישט ממש א דריי פערטל שעה אים אויסצוהערן) און ער שפירט זיך זייער גוט זיך צו באצייכנען אבל די קעגן שפיגל (mirror image) פון כאמאס אדער כיזבאללא, אז די קעגנערישן צד האט נישט קיין שום זכות צו וואוינען אין די לאנד אויף וואס מען קריגט זיך, ער הויבט אן מיטן אפשפעטן פונעם אינטערוויוער וואס וואלט אויסגעקליבן קאעקזיסטענס,

''איך פארשטיי זיי (די כאמאס) און זייער אידעאלאגיע (קיין ארט פאר די ציוניסטן) אבער איך קען נישט פארשטיין דיין (די אינטערוויוער'ס) וואונטש (פרידן און מיטלעבן) ~ מאיר כהנא

איך פארשטיי פון וואו ער קומט, באט פאר דה לייף אוו מי קען איך נישט פארשטיין וואס אונזערע אידעלעך זעען אין זיין אידעאלאגיע, וואו שטעקט די גרויסע חכמה?
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ער רעדט ווי יעדע דעמאגאג, ווי ער זאגט נאכאנאנד אז ער פארשטייט זייער גוט וואס די אראבער (לייען די עקסטרעמיסטישע פאלעסטינער) האלטן אז גאנץ פאלעסטינע איז זייער און מען מוז פארטרייבן יעדן איד וואס וואוינט דארט, לויט דאס ביסל וואס איך האב געהערט (איך האב נישט ממש א דריי פערטל שעה אים אויסצוהערן) און ער שפירט זיך זייער גוט זיך צו באצייכנען אבל די קעגן שפיגל (mirror image) פון כאמאס אדער כיזבאללא, אז די קעגנערישן צד האט נישט קיין שום זכות צו וואוינען אין די לאנד אויף וואס מען קריגט זיך, ער הויבט אן מיטן אפשפעטן פונעם אינטערוויוער וואס וואלט אויסגעקליבן קאעקזיסטענס,

''איך פארשטיי זיי (די כאמאס) און זייער אידעאלאגיע (קיין ארט פאר די ציוניסטן) אבער איך קען נישט פארשטיין דיין (די אינטערוויוער'ס) וואונטש (פרידן און מיטלעבן) ~ מאיר כהנא

איך פארשטיי פון וואו ער קומט, באט פאר דה לייף אוו מי קען איך נישט פארשטיין וואס אונזערע אידעלעך זעען אין זיין אידעאלאגיע, וואו שטעקט די גרויסע חכמה?


ס'איז זייער פשוט, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צי פארשטיין אז לעבן בשלום זייט ביי זייט מיט די פאלעסטינער איז א דמיון, לויט מיין אפיניען רעדט ער זייער פראקטיש, ס'איז אדער אונז אדער זיי, און למעשה איז עס אונזער לאנד, זאלען זיי מוחל זיין טרעפן א צווייטע לאנד ווי צי גיין, סימפל,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

סאו לויט די פאלעסטינער (און יעדע גוי וואס געלעבט נישט אין די בייבל) מעג קיין אין איד נישט וואוינען אין ארץ ישראל? סוף כל סוף זענען די אראבער געווען פינף אין ניינציג פראצענט פון די איינוואוינער אין פאלעסטינע פאר די לעצטע טויזנט יאר, סאו וואס פונקטליך איז דיין טענה צו די פאלעסטינער?
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע האט געשריבן:סאו לויט די פאלעסטינער (און יעדע גוי וואס געלעבט נישט אין די בייבל) מעג קיין אין איד נישט וואוינען אין ארץ ישראל? סוף כל סוף זענען די אראבער געווען פינף אין ניינציג פראצענט פון די איינוואוינער אין פאלעסטינע פאר די לעצטע טויזנט יאר, סאו וואס פונקטליך איז דיין טענה צו די פאלעסטינער?


ווען איינער גאנבעט א זאך, ווערט עס נישט זיינס נאך טויזענט יאר, זיי האבען קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט זיך דארט צי באזעצען, ס'איז געגאנבעט, און ס'געקומען די צייט עס צי צירוק געבען,

די אראבער האבען געגנוג און נאך לאנד, זאלען די פאלעסטינער אהין גיין, ארץ ישראל באלאנגט פאר די אידען,

מען דארף נישט גלייבען און די בייבל, מ'קען קוקען און אלע היסטאריע ביכער פין יענע צייטען צי וויסען אז די אידען האבען דארט אלץ געוואוינט, ביז די רומים האבען זיי פארטריבען און געטוישט די נאמען אויף פאלעסטינע, ס'איז אונזער און פארטיג, דאס איז די מציאות, און די פאלעסטינער זענען גנבים,

ווען איינער באזעצט זיך און דיין דיינינג ראם ווען די ביסט אין קאנטרי ווערט עס נאך נישט זיינס, טאמער ווען די טרעפסט עים דארט גייט ער נישט ארויס מיט שיינעם, איז דער דרך העולם אז מען געבט עים א שטויס אינעם אינטער אזוי אז ער זאל האבען צי געדענקען,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אינטערנאציאנאלע געזעץ ארבייט נישט אזוי, סאו די אראבער דארפן צוריק גיין קיין אראביע, און די טאטארן קיין ווייס איך וואו, די אונגארן צו מיטל אזיע, און די נארמענער, אנגלען, זאקסן, גערמאנער, טאדזשיקן, פאשטון, מאנגאלן, אזעריס, וכו' יעדער דארף צוריק גיין צו וואו זיי זענען געווען צוויי טויזנט יאר צוריק? דריי טויזנט יאר צוריק? נא סאו אפשר די אידן צו מדבר סיני אדער עגיפטן, פערסיע, בבל, חרן, אור כשדים, הרי אררט?

דו האלט עכט אז דער נאמאדישן אראבער זיבעצן הונדערט יאר צוריק האט נישט געהאט 'א רעכט' זיך צו באזעצן אין א פארוויסטע חרובע ארץ ישראל,
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערנאציאנאלע געזעץ ארבייט נישט אזוי, סאו די אראבער דארפן צוריק גיין קיין אראביע, און די טאטארן קיין ווייס איך וואו, די אונגארן צו מיטל אזיע, און די נארמענער, אנגלען, זאקסן, גערמאנער, טאדזשיקן, פאשטון, מאנגאלן, אזעריס, וכו' יעדער דארף צוריק גיין צו וואו זיי זענען געווען צוויי טויזנט יאר צוריק? דריי טויזנט יאר צוריק? נא סאו אפשר די אידן צו מדבר סיני אדער עגיפטן, פערסיע, בבל, חרן, אור כשדים, הרי אררט?

דו האלט עכט אז דער נאמאדישן אראבער זיבעצן הונדערט יאר צוריק האט נישט געהאט 'א רעכט' זיך צו באזעצן אין א פארוויסטע חרובע ארץ ישראל,


די מישט א קאשע,
ארץ ישראל באלאנגט פאר די אידען, פינטל, אינטערנאציאנאלע געזעץ איז סתם א נארישע פראפעגאנדע מיטל, ס'נישטא אזא זאך, ס'איז א וועג פאר דעם שטארקערען זיך צי מאכען אויסזעהן גערעכט,

טאמער ס'קומען א פאלק און האבען טענות אויף די אונגערישער אז ס'זייער לאנד און זיי האבען דארט געלעבט און געוויקט פארדעם, ברויך מען עס טאקע צי דן זיין, דערווייל איז עס נישט געשעהן,

מען קען נישט גאנבענען א לאנד און נאכדעם זאגען אז ס'מיין ווייל כ'בין שוין דא יאר, ס'ארבעט נישט אזוי,

חוץ פין דעם האבען די אידען קיינמאל נישט מוותר געווען דערויף, און אלעמאל זיך געבענקט און געזאגט אז זיי גייען נאך צירוק קומען,

ווען די אראבער האבען זיך דארט באזעצט האבען זיי געוויסט אז ס'איז דאס אידישע לאנד,

נישטא אזאנס, ערשט גאנבעט מען נאכדעם ווען מען בעט עס צוריק זאגט מען אז אונטערנאציאנאלע געזעץ ארבעט נישט אזוי, עקס קיוז מי,

און טאמער זיי גייען נישט מיט שיינעם, געבט מען זיי א שטויס אינעם אונטער, נאכדעם וועלען זיי שוין לויפען,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ווי נאריש אינטערצאניאנאלע געזעץ איז ווייס איך, אבער פראם אלל דה ווארלד קעירס איז דיין טענה נישט נאר נאריש נאר גענצליך אירעלעווענט, די שרייסט מיט א פאטאס 'ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן' אינסידענטלי האלטן די פאלעסטינער קאפויער 'פאלעסטינע באלאנגט פאר פאלעסטינער' און לויט די אנגענומענע נארמען אין אינטערנאצינאלע פאליטיק איז פשוט אז די פאלעסטינער וואס וואוינען אויפן ארט פאר פופצן אכצן הונדערט יאר ביז היינט זענען די באלעבאטים,
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ווי נאריש אינטערצאניאנאלע געזעץ איז ווייס איך, אבער פראם אלל דה ווארלד קעירס איז דיין טענה נישט נאר נאריש נאר גענצליך אירעלעווענט, די שרייסט מיט א פאטאס 'ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן' אינסידענטלי האלטן די פאלעסטינער קאפויער 'פאלעסטינע באלאנגט פאר פאלעסטינער' און לויט די אנגענומענע נארמען אין אינטערנאצינאלע פאליטיק איז פשוט אז די פאלעסטינער וואס וואוינען אויפן ארט פאר פופצן אכצן הונדערט יאר ביז היינט זענען די באלעבאטים,


אונז דארף מיר וויסען ביי זיך אז אונז זעמער גערעכט, אז דער גוי האלט אנדרעש זאל ער זיך דערשטיקען דערמיט, זיין מיינונג איז קיין מיינונג,

"די וועלט" וועט אלעמאל טרעפן א תירוץ פארוואס די אידען זענען נישט גערעכט, נישט קיין חילוק צי עס מאכט סענס צי נישט, אינטערעסאנט אז ווען מען האט אויסגעשאחטען אידען און אוישוויץ איז "די וועלט" געווען שטיל, און קיינער האט נישט אויפגעברענגט די מורא'דיגע טענה פין אינטערנאציאנאלע געזעץ.... אלא מאי מען ברויך פייפען אויף די וועלט, למעשה די איינציגע וועג וויזוי "די וועלט" קען עפעס טוהן איז צי לייגען פרעשור אויף די אידישע רעגירונג צי אויפגעבען שטחים, טאמער די אידען האלטען זיך פעסט קענען זיי גארנישט טוהן,

מען טאר זיי נישט געבען קיין אינטש פינעם הייליגען לאנד, אין מען ברויך טרעפען עצות וויזוי צי ציביסלעך פטור ווערען פין זיי,

דער געדאנק אז ס'איז שייך אזא זאך ווי שלום מיט די פאלעסטינער איז נאריש, מען ברויך זיי פארטרייבען צי די אנדערע אראבישע לענדער,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אונז ווייסן ביי אונז אז אונז זענען אין גלות. (פינטל)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ס'איז פארקראכן צו א זייטיגן שמועס, איבער דעם עצם רעכט פונעם אידישן פארלאנג צו ארץ-ישראל, און וואס שייך דער פראגע בין איך אודאי איבערצייגט אז מיר האבן דאס רעכט (כאטש מ'דארף זיך אויך רעכענען מיט דעם פאלעסטינער פערספעקטיוו - און דאס שאפט אודאי א קאמפליקאציע). דאס אננעמען "גלות" איז א השקפה ענין, און דאס קען נישט אוועקנעמען די רעכטן וואס מיר האבן אויפ'ן לאנד. ס'איז אגב כמעט אוממעגליך פאר א איד צו גלייבן אנדערש, אן זיך אנשטויסן אין ערנסטע פראבלעמען מצד דער אידישער מסורה, ווייל סוף כל סוף גלייבט יעדער פרומער איד אין שיבת ציון - און איך האף אז דאס הייסט נישט אז מיר וועלן דעמאלט ווערן גנבים...

בנוגע כהנא, וואס דאס איז דער אריגינעלער שמועס, בין איך נישט גענוג באקאנט מיט זיין ביאגראפיע, אויסער דאס וואס אלע ווייסן, אבער דער רושם וואס זיינע ווערטער מאכן זענען טאקע שלעכט. דער גאנצער צוגאנג פון "אידן" ווערסוס "א פיינטליכע וועלט" קען זייער נוצליך זיין אין א חרדישן בית מדרש'ל, אבער נישט ווען מ'האלט ביים פירן למעשה'דיגע פאליטיק און זיין א טייל פון דער וועלטליכער געשיכטע. ליינענדיג דעם "אפענעם בריוו" וואס ער האט געשיקט "צו דער וועלט" קען עמיצן שלעכט ווערן אין אלע ביינער. אין זיין דמיון זעט ער איין גרויסע, פיינטליכע וועלט, קעגן וועלכע מדינת ישראל איז אנטשטאנען ווי אן אינזל פון גוטס.

טוט מיר זייער לייד, אבער אויף אזא אופן קען מען נישט ווערן א טייל פון דער פעלקער-משפחה. זיין פראקטיש ווען ס'קומט צו פאליטיק איז אודאי וויכטיג, אבער אזא דעמאגאגיע איז שרעקליך פעסימיסטיש און - לדעתי אומרעאליסטיש. מיר טארן נישט פאלן קיין קרבן צו אזעלכע פרעדיגונגען, ווייל דעמאלט וועלן מיר נאר פאר'חתמ'ען חלילה אונזער גורל. די וועלט וועגן וועלכע ער רעדט פארמאגט מיליארדן מענטשן, און צווישן זיי זענען דא שונאים און פריינט. די אראבער האבן אונז נישט ליב, אנדערע ווענדט זיך ווי א טאג. בקיצור, ס'איז א קאמפליצירטע וועלט, אבער "מיר זענען א טייל פון דער וועלט".
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@פלאוויוס
אלס אידישן פערספעקטיוו אז ארץ ישראל איז אונזער, און קיינער קען אונז נישט זאגן אנדערש, איז צוויי זאכן איינס אז רעליגיעזע אידן האבן אלץ געהאלטן אז כאטש עס איז אונזער לאנד זענען מיר אלס פאלק אין גלות, און כאטש נאך די גרינדונג פון מדינת ישראל האבן זיך די ביליעפס טיילווייז געטוישט ביי א חלק איז א פאקט אז ביי ארטאדאקסן (ביי חרדים זיכער) זענען מיר נאך אלס נישט נאך גאולה, און די אונטערליגענדע גלות איז נאך אקטועל, אזוי ווי עס איז געווען זייטן חורבן,

מצד די וועלטליכע פראספעקטיוו איז איינס ווי דו שרייבט (און דאס איז די סיסטעם אין אלע מדינת ישראל רעזשימען ביז היינט (ביי איינס מער און ביי איינס ווייניגער, צום ביישפיל נתניהו'ס רעזשים פיל ווייניגער)) אז מדינת ישראל איז א לאנד ציווישן לענדער, און כאטש מיין פרובירט צצו ציען דעם שטריקל ווי ווייט מען קען (זידלונגען, עזה בלאקאדע, מערב ברעג מויער, וכו') וואס כאטש א געווענליכע לאנד וואגט זיך נישט אויס צופירן אזעלכע סארט פאליסיס פראבירט מדינת ישראל צו נוצן די שירעם וואס זי האט פון אמעריקע ביזן לעצטן טראפ, אבער אלעס אין די ראמען פון א לאנד ציווישן לענדער, (דאס איז ווען מען רעדט נאך 1947-1950, און דאס פארטרייבן פון א דריי פערטל מיליאן פאלעסטינער, וואס איז לגמרי אין קעגנזאץ צו די וועלטליכע נארמען, און דאס איז געווען מעגליך נאר מיט די אבסאלוס עפעקטיווע מדינת ישראל נאראטיוו פראפאגאנדע, און די וועלט סימפאטיע נאך די פרעצעדענטלאזע רציחות וואס אונז זענען דורך אין די צווייטע וועלט מלחמה)

@חבקוק
אבער אויב דיין גאנצע אידעאלאגיע איז געבויט נאר אויף רעליגיע, אן זיך רעכענען מיט די וועלטליכע נארמען, וואס איז דיין לאנד אנדערש פון אייסיס, אדער על קאידא?
כאמאס'נס אידעאלאגיע איז שוין פיל מער אויסגעהאלטן ווי דיינס, פאקטיש וואוינען די פאלעסטינע אראבער שוין טויזנט-פופצן הונדערט יאר אויפן ארט, אויב דו מעגסט פארטרייבן פאלעסטינער וועגן די טעראר, וואס מעגן שוין די פאלעסטינער טון פאר א (פון זייער פראספעקטיוו) א גענצליך פרעמדן פאלק וואס האט זיך אנגערוקט זיבעציג יאר צוריק, פארטריבן רוב רובו פון זייער אינדידזשענעס מענטשן, צוגעגנבט זייערע הייזער, אויסגעמעקט פיר הונדערט שטעט, שטעטלעך און דערפער, און האלט זיי זייט 1967 אין קאנצענטראציע לאגערן אונטער מיליטערישע געזעץ, אן די מינדעסטע מענטשן רעכט?

אין אנדערע ווערטער אויב דו פרעימסט די קאנפליקט און סאלושנס אין כ''ח'ס טערמינען, וועסטו פארלירן אין די אפיניען פון יעדע פאלק אין יעדע רעליגיע אין יעדע דאקטרינע און איו יעדע שטרעמונג, חוץ פון עטליכע צענדליגע טויזענטער אנהענגער פון דיין אידעאלאגיע.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע, כ'קען זיך ווען טענה'ן מיט דיר אחת לאחת, אבער קודם זאג קלאר אז די גייסט מיט די סאטמארע שיטה, נו איז כ'זיך דיר נישט צי טוישען דיין מיינונג,

לגבי דיינע טענות האלט איך אז ס'לעכערליך, און כ'וואלט זיך ווען גע'טענה'ט מיט דיר ווען די מיינסט ערענסט דיינע טענות, די זאך איז אבער אז טאמער פרעג איך אפ דיינע טענות וועסטע טרעפען אנדערע טענות, דער עיקר איז לויט דיין פערספעקטיוו אז די אידען זענען נישט גערעכט און די אנטיסעמיטען יא, סאו וואס האב איך זיך צי טענה'ן מיט דיר, ס'איז נארישע ענדלאזע וויכוחים,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@חבקוק
לגבי דיינע טענות האלט איך ס'איז לעכערליך, און איך וואלט ווען געוואלט טענהן מיט דיר, די זאך איז אבער אז טאמער פרעג איך אפ דיינע טענות, אנשטאט ענטפערן כדרך העולם ווען צוויי מענטשן האלטן אנדערש און האבן א דעבאטע, שרייבסטו אז 'מיינע' טענות זענען לעכערליך, און דו וואלסט ווען געוואלט זיך טענהן, וכו' וכו',

#(נארישע) [פארלירנדע] וויכוחים
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@חבקוק
לגבי דיינע טענות האלט איך ס'איז לעכערליך, און איך וואלט ווען געוואלט טענהן מיט דיר, די זאך איז אבער אז טאמער פרעג איך אפ דיינע טענות, אנשטאט ענטפערן כדרך העולם ווען צוויי מענטשן האלטן אנדערש און האבן א דעבאטע, שרייבסטו אז 'מיינע' טענות זענען לעכערליך, און דו וואלסט ווען געוואלט זיך טענהן, וכו' וכו',

#(נארישע) [פארלירנדע] וויכוחים


די פראבלעם איז אז די האסט נישט אפגעפרעגט מיינע טענות, נאר סתם איבערגעזאגט די נארישע פראפעגאנדע פין די שונאי ישראל, וואס האט נישט קיין הענט אין קייין פיס, אין דאס מיינט אז די ביסט בכלל נישט אינטערעסירט צי ס'מאכט סענס צי נישט, דער עיקר איז מען קען באשולדיגען אידישע קינדער,
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@פלאוויוס
אלס אידישן פערספעקטיוו אז ארץ ישראל איז אונזער, און קיינער קען אונז נישט זאגן אנדערש, איז צוויי זאכן איינס אז רעליגיעזע אידן האבן אלץ געהאלטן אז כאטש עס איז אונזער לאנד זענען מיר אלס פאלק אין גלות, און כאטש נאך די גרינדונג פון מדינת ישראל האבן זיך די ביליעפס טיילווייז געטוישט ביי א חלק איז א פאקט אז ביי ארטאדאקסן (ביי חרדים זיכער) זענען מיר נאך אלס נישט נאך גאולה, און די אונטערליגענדע גלות איז נאך אקטועל, אזוי ווי עס איז געווען זייטן חורבן,

מצד די וועלטליכע פראספעקטיוו איז איינס ווי דו שרייבט (און דאס איז די סיסטעם אין אלע מדינת ישראל רעזשימען ביז היינט (ביי איינס מער און ביי איינס ווייניגער, צום ביישפיל נתניהו'ס רעזשים פיל ווייניגער)) אז מדינת ישראל איז א לאנד ציווישן לענדער, און כאטש מיין פרובירט צצו ציען דעם שטריקל ווי ווייט מען קען (זידלונגען, עזה בלאקאדע, מערב ברעג מויער, וכו') וואס כאטש א געווענליכע לאנד וואגט זיך נישט אויס צופירן אזעלכע סארט פאליסיס פראבירט מדינת ישראל צו נוצן די שירעם וואס זי האט פון אמעריקע ביזן לעצטן טראפ, אבער אלעס אין די ראמען פון א לאנד ציווישן לענדער, (דאס איז ווען מען רעדט נאך 1947-1950, און דאס פארטרייבן פון א דריי פערטל מיליאן פאלעסטינער, וואס איז לגמרי אין קעגנזאץ צו די וועלטליכע נארמען, און דאס איז געווען מעגליך נאר מיט די אבסאלוס עפעקטיווע מדינת ישראל נאראטיוו פראפאגאנדע, און די וועלט סימפאטיע נאך די פרעצעדענטלאזע רציחות וואס אונז זענען דורך אין די צווייטע וועלט מלחמה)


אין דעם וואס דו האסט דא געשריבן איז דא היבש געמיינזאמס מיט מיר, איז לאמיר זיך קאנצענטרירן אויף די פלעצער וואו מיר שטימען נישט איין.

וואס שייך דעם אידישן פערספעקטיוו, ווייסן מיר דאך שוין אז מיר שטייען נישט אויף איין בלאט. איך האב נאר געהאט געשריבן אז אפילו לויט דער קנאישער שיטה דארף מען לכאורה אננעמען אז ס'איז נאר א פראבלעם פון "שלש שבועות", אבער נישט קיין פראגע פון "רעכטן" איבער'ן לאנד, וויבאלד אויב האבן מיר פארלוירן די רעכטן אויפ'ן לאנד, איז נישטא מער קיין מקום צו האפן אויף שיבת ציון חלילה, אפילו אין א גאולה העתידה. ביסטו מסכים מיט דעם וואס איך זאג? אויב נישט, זיי דיך מסביר אויף דעם ספעציפישן פונקט.

בנוגע דער היסטאריע פון דער מדינה, זענען פאראן אלטערנאטיווע געשיכטעס, און איך בין נישט איבערצייגט אז דיינס איז די ריכטיגע... די פאלעסטינער זענען אין גרעסטן טייל נישט פארטריבן געווארן דורך אידן, נאר היות אז זיי האבן פארלוירן די מלחמה זענען זיי אנטלאפן אין די מאסן, צוליב זייער נאטירליכן פחד. אזוי אז נישט אונזער נאראטיוו פראפאגאנדע איז דא שולדיג געווען, נאר דער אראבישער נאראטיוו. אגב, אויך נאך דער מלחמה זענען אראבער באהאנדלט געווארן זייער פיין אינעם אידישן לאנד, כל זמן זיי זענען גרייט געווען צו זיין אונטער אידישער הערשאפט. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, דער אידישער נאראטיוו האט געגעבן רעכטן פאר אראבער ווי מענטשן, אבער נישט בהכרח צו זייער נאציאנאלע שאיפות. [וואס שייך די תקופה איידער'ן יאר 48' האבן אידן געהאט סימפאטיע אפילו צו די נאציאנאלע שאיפות פון אראבער אויך, אבער דאס האבן זיי אנגעוואוירן אין דער מלחמה פון 48'.] די איבריגע צרות זייערע וואס זיי מאכן מיט היינט, איז א רעזולטאט פון די אנגייענדע אומ'פשרה'דיגע מלחמה וואס די אראבער פירן, פאר זייערע נאציאנאלע שאיפות.

און ווידער צוריק צום ענין, וויאזוי די מדינה קוקט אויף דער וועלט. דא בין איך דוקא מסכים מיט דיר אז ס'איז פראבלעמטיש אין א געוויסן זין. כהנא איז געווען עקסטרעם, אבער די היינטיגע רעגירונג פארמאגט אויך א וועלטקוק וואס באציט זיך מיט אומצוטרוי צו דער גאנצער וועלט. למעשה מוז איך עס אבער טאלערירן, נעמענדיג אין באטראכט דעם קאמפליצירטן מצב פון מיין פאלק, וואס ליידט ווירקליך פון א גלות-טראומא. ווי בן-גוריון האט זיך אויסגעדרוקט: "אונזער פאלק איז געוואוינט צו קוקן מיט א פארדעכטיגטן בליק אויף יעדן שלטון אין דער וועלט [אפילו צום אייגענעם שלטון...], ווייל מיר האבן שטענדיג געליטן פון אלע מיני שלטונות אין גלות." הלואי זאל שוין דער גלות ארויסקריכן פון אונזערע נשמות איין מאל פאר אלעמאל!...
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

בילד
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

בילד

בילד
פארשפארט