רב לך שבת בעמק הבכ"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

רב לך שבת בעמק הבכ"א

שליחה דורך גרוש »

רב לך שבת בעמק הבכ"א – די ווינטער שבתים במצבי
בשלישי בשבת לסדר וה' פקד, אור ליום י"א לחודש חשון תשע"ה לאלף השישי לפ"ג
אריינגייענדיג אין די אכטע ווינטער זינט כ'האב ליידער מקיים געווען די מצוה וואס קיינער וויל נישט מקיים זיין, נישט מער און נישט פאר קיינעם געדאכט, עס ווערט שוין ליידער זיבן גאנצע יאר זייט יענעם ביטערן טאג, ווען כ'האב ליידער געמוזט שלו' מאכן מיטן מצב, אז די האפענונג וואס כ'האב געהאט אלע קינדערישע און בחורישע יארן, צו חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב לשם ולתפארת, וועט ליידער נישט געשעהן מיט דעם שידוך וואס כ'האב געמאכט אלץ בחור און חתונה געהאט די ערשטע מאל און געהאפט אז דאס וועט זיין די לעצטע מאל, דאס וואס כ'האב געמיינט בשעת'ן א חתן ווערן אז יעצט הייבט זיך אהן די לעבן אויף וואס מ'האט געציהלט אלע יארן, צו מקיים זיין דעם "על כן יעזב האיש את אביו ואמו ודבק באשתו והי' לבשר אחד", איז געווען א טעות, איך האב מיר טאקע געגרייט, און געמיינט אז אט אט איז עס אנגעקומען "הנה הגיע עת דודים", עת משוש, עת לשמוח, עת לחבוק, מ'האט זיך טאקע געגרייט בהכנה דרבה, צום נייע תקופה אין לעבן, אבער גאנץ שנעל ליידער געוואר געווארן, אז נישט אויף דעם האב איך געווארט, די צייט איז נאך ליידער נישט אנגעקומען, די גאנצע הכנה איז נאר געווען פאר א שווערע לעבנס דורכגאנג איידערן אנקומען צום ריכטיגן, און מ'וועט ליידען דארפן טועם זיין דעם כוס וואס כוס, וואס קיין איין בחור טראכט נישט אז ער וועט זיין פון די וואס וועלן דאס ליידער דורכגיין,
אבער וואס כ'האב דעמאלט נישט גע'חלומ'ט, אז איבער אכט יאר נאכן אריין גיין לברית האירוסין, וועל איך נאך האלטן בעפאר אלעם, וואס איך האב דעמאלט געמיינט אז איך האב שוין מיין באשערטע, האב איך נאך אפילו נישט יעצט איבער אכט יאר שפעטער, 7 פיינפולע יארן זענען שוין ליידער פארלאפן זייט דעמאלטס ועדיין לא נושעתי,
איינע פון די שווערסטע זמנים אין אזא מצב (עכ"פ ביי מיר) איז די ווינטער נעכט בכלל, לילי שבתות בימי חורף בפרט, די זוהן הייבט אהן אינטער גיין, שוין אזוי פרי ווי 4:30-5 צייט, עס הייבט אהן ווערן טונקעל, די מחשבה און געפיהלן הייבן אהן שפילן, ווי מיינע חברים ווערן אפגעווארט דורך זייערע ווייבער און קינדער, ווי געוויסע רעדן זיך אפ, אז זייערער ווייבער הייבן שוין קאלן/טעקסטן ווען זיי קומען אהיים, ואני אנה אני בא, קיינער ווארט מיר נישט, כ'האב ליידער נישט צו וועם אהיים צו גיין, כ'האב ליידער נישט קיין שטוב ווי מיינע קינדער זאלן מיר אפווארטן ביים אהיים קומען, און בעטן זייער עטענשן, כדרכם של קליינע קינדער,
איך הייב אהן טראכטן וויזוי די עולם פארברענגט די נאכט זה בכה, וזה בכה, עס ווערט שפעטער 10-11 צייט, די עולם גייט אהיים און די גאסן ווערן שטילער און שטילער, און איך קען ליידער רואיג בלייבן אין בית מדרש די גאנצע נאכט, אהן דעם וואס איינער זאל פארלאנגן מיין אהיים קומען, איך לייג מיר אריין אין בעט אליינס, נאכט נאך נאכט, מיט טרערן אין אויגן,
האלט מיין טעלאפאן נעבן מיר, ווארטנדיג אויף פאון קאלס אדער טעקסט וואס זאלן ברעכן מיין לאונלינעס, און מ'טעקסט/קאלט וועם מ'קען אמאל געלונגט עס און די עולם ענטפערט און מ'האלט זיך אינטער ביז די שלאפט כאפט, אזוי גייט אריבער נאכט נאך נאכט, די עולם פארברענגט אינדערהיים, און איך האב ליידער נישט מיט וועם, דערנאך אין די פארטאגס שעה'ן ווען מ'הייבט זיך אהן אויפצווועקן, נאך א נאכט שלאף ווען עס ווערן געפראסעסט אלע מחשבות און דורךגענג פונעם טאג, מ'וועקט זיך אויף מיט א קלארן מוח, מ'טראכט אריין אינעם לאנלי מצב, עס גייט אריבער טאג נאך טאג, חודש נאך חודש, יאר נאך יאר, ועדיין לא נושעתי, עס גיסן טרערן פון די אויגן, טראכטענדיג, ווי אנדערע וועקן זיך אויף צו א שטוב מיט א ווייב און קינדער, און גיבן אכטונג קיינער זאל זיך נישט אויף וועקן, און איך ליג אזוי לאנלי, בדמעות עיני, צומאל נוצט מען אויס די פארטאגס שעה'ן צו שופך זיין נחלי דמעות, מיטן זאגן שה"ש, און די יום תהילים, צום לבב חוקר בעת עס איז ברן יחד כוכבי בוקר, עס הייבט אהן טאג'ן די זוהן שיינט אויף מ'גייט אין אין בית מדרש, און ס'איז א פרישע טאג וואס מ'איז אייניג מיט די חבירים ביז די זוהן גייט אונטער, ווען יעדער גרייט זיך אהיים צו גיין, און איך ליידער האב נישט צו וועם צו גיין, און צומאל מחמת כובד המצב ווער איך פויל און איך קען מיר נישט ארויסריקען פון בעט ביז איך זאג פארן יצר הרע, ביזט טאקע א מלך זקן, ביזט טאקע עלטער פון מיר, אבער הגיע זמן קריאת שמע ותפלה, און בעת צרה איז תפילה א דאורייתא , און איך מוז אויפשטיין,
אויב דאס איז געזאגט געווארן יעדע נאכט, איז עאכו"כ, בלילי שבתות בשעה שבני אדם מצויין בבתיהם, עונת תלמידי חכמים משבת לשבת, עס ווערט ליל שישי, עס איז שוין נאכאמאל ערב שבת, אין אידישע שטיבער גרייט מען זיך שוין ווידער צום שבת מלכתא, מ'הייבט אהן קלינען די הויז, קאכן באקן, לכבוד שבת, ביי מיר איז מען נאך ליידער נישט גורס די אלע זאכן,
עס ווערט ע"ש בחצות היום, די אפיסעס די ביזנעס פלעצער ווערן שטילער, מ'לויפט ענדיגן די לעצטע הכנות צום שבת, דער לויפט אין גראסערי, דער אין מקוה, דער האלט פארנומען די קינדער אז די ב"ב זאל קענען זיך גרייטן, דער גייט זיך אראפלייגן לכבוד שב"ק, דער לויפט אין מקוה, יעדער איז פארנומען אנצוגרייטן דעם שבת, מ'גרייט אהן דעם שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, און איך זיץ אזוי פרייאטאג לעת ערב, בדמעות עינים, מתי אעשה גם אנכי לביתי ווען וועל איך שוין זוכה זיין, צו האבן א אייגן שטוב, ווען וויל אויך שוין זוכה זיין צו האבן פאר וועם צוגרייטן א שבת, די זוהן גייט אונטער, די עולם גייט אין שוהל מיט די קינדער, און איך יאג מיר בכלל נישט, שבת איז דאך ביי מיר די ערגסטע טאג, די מערסטע צייט צו טראכטן, פארוואס זאל איך מיר יאגן צו דעם טאג, מ'זעצט זיך אפ אראפ ביי לכו נרננה, מ'זינגט ביי לכה דודי, אויף יעדעם'ס פנים איז אויסגעגאסן א שמחה, מ'גייט באלד אהיים פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, עס איז א לאנגע פרייטאג צו נאכטס, מ'זיצט מ'פארברענגט מיט די קינדער, מ'קומט אהיים די קינדער ווארטן שוין אפ מיט זייערע צייטליך אויפצופיקן זייער עטענשאן, די אינגלעך מיט זייערע דאגות, די מיידלעך מיט זייערע דאגות, ועדיין לא זכיתי, צו די זאכן וואס אנדערע אין מיין יארגאנג זענען זוכה, מ'ענדיגט דאווענען זה פורש לביתו וזה פורש ובוכה, די שוהל ווערט ליידיג, די עולם גייט אהיים, און איך זעץ מיר אראפ במקום פנוי מיט בכיות, עס איז א לאנגע ווינטער פרייטאג צו נאכטס, די עולם פארברענגט מיט די משפחה, להתענג בתענוגים, "וקראת לשבת עונג", כמשמעו וכמדרשו פונעם פסוק, אבער אליין זאל זיין א שטיין, וואסערע טעם האט א שבת ווען מ'איז אליין, אהן א עזר כנגדו, און אהן קינדער וואס קוקן ארויס אויף זייער טאטע'ס עטענשאן, ביום השבת, עדיין לא זכיתי לכך,
די פארגאנגענע פרייטאג צונאכטס לסדר הבט נא השמימה וגו' כה יהיה זרעך, ביים זינגן "לכה דודי" לא אוכל להתאפק עיני מדמעות, מיר האלטן שוין ליידער ביים אכטן ווינטער אין דעם מצב, נאכאמאל בלילי שבתות, בלילי חורף הארוכים, עס איז פינסטער בחשכות הלילה, בעת די כוכבים זענען אינדרויסן, איך קען טאקע נישט ציילן די שטערנס, אבער ווען וועל איך שוין זעהן מיין חלק אין די ברכה "כה יהיה זרעך", מ'זינגט, ניגוני של שמחה, ווען ווועט שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך",
עס שטייט פון די קדמונים, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין 7 טעג, ווייל זיבן איז "טבע" און אכט איז למעלה מדרך הטבע, מיר האלטן שוין ליידער אינעם אכטן ווינטער, די צרות זענען שוין ליידער למעלה מדרך הטבע, דארף מען געהאלפן ווערן אפילו למעלה מן המזל, אפילו אהן זכותים, טראכט איך אזוי צו מיר, די הייליגע חוזה פון לובלין האט זוכה געווען צו אויגן וואס זעהן מסוף העולם עד סופו, ווייל אלץ קינד האט אים זיין מאמע צוגעבינדן די אויגן פאר זיבן יאר, הייליגע באשעפער, עס איז שוין זיבן יאר, וואס איך בין צוגעבינדן בצר לי, און איך בין ליידער נישט זוכה, צו דעם והנה הנער בוכה, איז נישט מער מיט רעכט איך אל שוין אויפגעראכטן ווערן, בבני ברוכי וחיי אריכי ומזוני רויחי בבריות גופא ונהורא מעליא,
בשעת'ן זאגן דעם שטיקל "מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאי מתוך ההפכה, רב לך שבת בעמק הבכא והוא יחמול עליך חמלה", לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה, עלה ברעיוני, אז: דער אייבערשטער זאגט: רב לך שבת בעמק הבכא גענוג געווען די ביטערע שבתים מיט בכיות, יעצט ווען מיר האלטן שוין בעמק הבכא, (הבכ"א איז בגימטרי"א 28) טיף אריין אינעם 28'סטן יאר לימי חיי, (איך ווער אי"ה 28 קומענדיגן חודש עמו"ש לחיים טובים וארוכים), עס וועט אי"ה זיין: והוא יחמול עליך חמלה, לכה דודי לקראת כלה, אזוי וועט אי"ה שוין פני שבת נקבלה, די ריכטיגע פנים פון שבת קודש, בשמחה ובטוב לבב מרוב כל,
עס וועט אי"ה זיין ווי די מדרש זאגט אויפן פסוק: ויהי ביום השמיני, ר' יוסי פתח כשושנה בין החוחים כן רעיתי בין הבנות,
ויהי ביום השמיני איז דאך געווען ביום הקמת המשכן, ווי די גמרא זאגט, אותו היום היתה שמחה לפני הקב"ה כיום שנברא שמים וארץ כתיב הכא ויהי ביום השמיני וכתיב התם ויהי ערב ויהי בוקר, עס זאל שוין זיין אבנה בית מקדשי, כתכלית הבריאה, "לא טוב היות אדם לבדו", יום קען מיינען א יאר "יום לשנה", ויהי ביום השמיני, אינעם אכטן יאר, וועט אי"ה זיין, "כשושנה בין החוחים כן "רעיתי" בין הבנות, און אראפ ברענגען נשמות מאוצר הגוף, און האבן א חלק בבנין בית המקדש השלישי בב"א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גרוש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

מה נאמר ומה נדבר. אזוי ווי דו זאגסט אליינס, והוא יחמול עליך חמלה!
(- - -)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ס'קומט צו וויינען ווען מ'ליינט די שורות געשריבן בדמע.

כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות:
תהלים כולל
כולל חצות
פרק שירה
שיר השירים פערציג טאג
אור החיים פערציג טאג
ר' מאיר בעל הנס
עמוקה
פארדריי די דיר דיין קאפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב זייער שווער געקענט פועל'ן ביי מיר צי לייקן ווייל באמת האב איך נישט ליב די ווערטער איך קען ביישטיין ווי שנעלער עס צי זען פארמעקט אין במקומו אין רויטע ריזיגע אותיות 'ב''ה נושעתי'
'
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מה נאמר ומה נדבר. אזוי ווי דו זאגסט אליינס, והוא יחמול עליך חמלה!

אי''ה מיין תהילים מארגן איז פאר גרוש בן קאווע שטיבל
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ישר כח
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

גרוש האט געשריבן:ישר כח

געב א לייק
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ישר כח פארן מיר דערמאנען אז מ'קען דאס טוהן
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אוי, ס'ביטער, זאג מיר א עצה כ'קען טוען, כ'טראכט כסדר פון אונזער קאווע שטיבעל גרוש, הלוואי כ'קען העלפן.
בדרך צחות, ווען די קענסט טיילן פאר יעדער דא איין חודש אלץ גרוש וואלט געווען זה נהנה וזה נהנה
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אוי, ס'ביטער, זאג מיר א עצה כ'קען טוען, כ'טראכט כסדר פון אונזער קאווע שטיבעל גרוש, הלוואי כ'קען העלפן.
בדרך צחות, ווען די קענסט טיילן פאר יעדער דא איין חודש אלץ גרוש וואלט געווען זה נהנה וזה נהנה

I am not so sure... its worse than you think.
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

זאל דער אייבישטער דיר אויפרעכטן ווי אימשנעלסטן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מה נאמר ומה נדבר. דאס הארץ צוגייט. ישועת ה' כהרף עין. בקרוב ממש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

[tag]גרוש[/tag],

כ׳גראטוליר דיין קוראזש אין ארויס ברענגן דיינע אינערליכע געפילן אזוי מייסטערהאפטיג, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים און זאל דיר טאקע באמת גרינגער ווערן.

אינטערעסאנט, וויאזוי א בת ישראל ממש אין א ענליכן מצב האט ממש אין די זעלבע צייט געלאזט פאלן ענליכע דיבורים.

:|
כאן, חבל טבור הארץ.
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ישר כח, יעדער איינער,
אויב האב איך געמיינט אז איך קען ענגליש, זעה איך אז איך פארשטיי נישט וואס זי שרייבט דארט כמעט קיין ווארט
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

שטילע אינגערמאן,
זאגסט גוט,
וועגן דעם ווען איינער זאגט מיר, עס איז גוט צו האבן וועקעישאן אביסל, הא?
זאג איך אים אפשר פאר איין חודש איז עס גוט,
לאז מיר נאר זעהן אז דיין ווייב זאל דיר זאגן אז זי גייט נישט אין מקוה די נעקסטע 6 חדשים, זי דארף א ברעיק,
אוי וועסטו שפרינגן,
איך האלט שוין ליידער ביי 14 מאל 6 חדשים
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

פלגי מים ירדה עיני.
כ'האף נאר אז דער ישועה קרובה לבוא.

שיק מין דיין נאמען עכ"פ און אישית אויב ווילסטו אויב דער ציבור אדער איך זאל דיר כאטש קענען אינזינען האבען ביים מתפלל זיין. פארשטייט זיך מיז נישט זיין דאס לעצטע נאמען.
ס'באדערט מיר עד דכדוכה של נפש. השי"ת את קרנו ירים במהרה דידן. אוי וויי הייליגע באשעפער.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דריידל האט געשריבן:ס'קומט צו וויינען ווען מ'ליינט די שורות געשריבן בדמע.

כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות:
תהלים כולל
כולל חצות
פרק שירה
שיר השירים פערציג טאג
אור החיים פערציג טאג
ר' מאיר בעל הנס
עמוקה


כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות וואס נישט צו טוען:
נישט תהלים כולל דער אייבערשטער וויל הערן דיין קול נישט יענעמס.
נישט כולל חצות סאיז סתם א פריקת עול יונגעלייט זענען נישט אינדערהיים אגאנצע נאכט "איך ווייס נישט פארוואס סאיז נאך נישטא א קול קורא דערקעגן.
נישט פרק שירה
נישט שיר השירים פערציג טאג
נישט אור החיים פערציג טאג
"יא" ר' מאיר בעל הנס ווייל נאר דאס פלעגט דיין זיידע טאהן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

א פשוטע סגולה פון חז"ל, אמר רבי יהושע בן לוי כל העונה אמן יהא שמיה רבא מברך בכל כחו קורעין לו גזר דינו
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

פנחס שעכטער א גרויסע שדכן פאר גרושים זיין נומער איז 646-300-4544
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

עזריאל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'קומט צו וויינען ווען מ'ליינט די שורות געשריבן בדמע.

כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות:
תהלים כולל
כולל חצות
פרק שירה
שיר השירים פערציג טאג
אור החיים פערציג טאג
ר' מאיר בעל הנס
עמוקה


כ'קען דיר נאר געבן אפאר עצות וואס נישט צו טוען:
נישט תהלים כולל דער אייבערשטער וויל הערן דיין קול נישט יעדעס.
נישט כולל חצות סאיז סתם א פריקת עול יונגעלייט זענען נישט אינדערהיים אגאנצע נאכט "איך ווייס נישט פארוואס סאיז נאך נישטא א קול קורא דערקעגן.
נישט פרק שירה
נישט שיר השירים פערציג טאג (עס איז יא א אנגענומענע סגולה, פארשטייט נישט פאר הלכה אדער מנהג)
נישט אור החיים פערציג טאג (עס איז יא א אנגענומענע סגולה, פארשטייט נישט פאר הלכה אדער מנהג)
"יא" ר' מאיר בעל הנס ווייל נאר דאס פלעגט דיין זיין טאהן
עמוקה (עס איז יא א אנגענומענע סגולה, פארשטייט נישט פאר הלכה אדער מנהג)
[/quote]

ישר כח, פארן מיר לאזן הערן דיין מיינונג,
יעדע מיינונג מאכט אויס,
יעדע שטימע ציילט,
קריאה מעורר הזמן (עלעקשאן דעי)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

#למעשה, וויפיל ניקס טראכטען ארויסהעלפען אין א למעשה'דיגע וועג חוץ פון לייקען די דברי צער המרוגשים און אונזער חברהשטיבל "גרוש"?
מקען 1) פראבירען אויפהייבען א טעלאפן צו א שדכן אפשר קען מען העלפען? (יא איך ווייס די שדכנים מאכען נישט קיין שידוכים פאר ניקס, אפילו לשיטת ראובן אז אין הימל ווייסט מען ווער איז גרוש פון קאווע שטיבל, איך בין זיכער אז איינער וואס איז שייך און קען העלפען קען אויסגעפינען וואס צו טוהן. און אוודאי קען זיך לוינען פאר @גרוש אז אויב איינער קען ערנסט העלפען וועט ער עם פארציילען וואס איז שייך, עס איז ב"ה א גוטע נעטווארק פון חברים דא וואס ער האט אפשר נישט קיין צווייטע וועג קאנטאקען)
2) סתם זיך מציע זיין אין אישי אדער אין אנדערע אופנים צו שמועסן און זיך חבר'ן ארויסנעמען פון די איינזאמקייט, איינלאדען פאר א שבת סעודה וואס גרוש רעדט זי שטארק אפ וועגן דעם, וכדומה.
אויב איז די מטרה פון דער כותב נאר זיך צו ארויסצוגעבן דורך שרייבען אזוי און ער ווייל נישט למעשה די סארט הילף האב איך גארנישט געזאגט.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:#למעשה, וויפיל ניקס טראכטען ארויסהעלפען אין א למעשה'דיגע וועג חוץ פון לייקען די דברי צער המרוגשים און אונזער חברהשטיבל "גרוש"?
מקען 1) פראבירען אויפהייבען א טעלאפן צו א שדכן אפשר קען מען העלפען? (יא איך ווייס די שדכנים מאכען נישט קיין שידוכים פאר ניקס, אפילו לשיטת ראובן אז אין הימל ווייסט מען ווער איז גרוש פון קאווע שטיבל, איך בין זיכער אז איינער וואס איז שייך און קען העלפען קען אויסגעפינען וואס צו טוהן. און אוודאי קען זיך לוינען פאר @גרוש אז אויב איינער קען ערנסט העלפען וועט ער עם פארציילען וואס איז שייך, עס איז ב"ה א גוטע נעטווארק פון חברים דא וואס ער האט אפשר נישט קיין צווייטע וועג קאנטאקען)
2) סתם זיך מציע זיין אין אישי אדער אין אנדערע אופנים צו שמועסן און זיך חבר'ן ארויסנעמען פון די איינזאמקייט, איינלאדען פאר א שבת סעודה וואס גרוש רעדט זי שטארק אפ וועגן דעם, וכדומה.
אויב איז די מטרה פון דער כותב נאר זיך צו ארויסצוגעבן דורך שרייבען אזוי און ער ווייל נישט למעשה די סארט הילף האב איך גארנישט געזאגט.

איך האב געטראכט פון ארויף לייגען עטליכע פיקטשערס פון שידוכים וואס איך האלט פאסיג אבער איך האב מורא מען וועט עס אראפנעמען סא טו איך גארנישט למעשה
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

פלגי מים יורדה עיני! מה נאמר ומה נדבר! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן בקרוב ממש!
איין ווארט פון חיזוק קען איך דיר יא זאגן. איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן סיי ביי גרושים און סיי ביי עלטערע בחורים, אז מ'זעט בחוש ווי ווען עס קומט דער ריכטיגע צייט גייט עס ממש טשיק טשאק! מ'קען אסאך מאל זען מענטשן זיצן אליינס יארן און גארנישט ריקט זיך נישט, אבער ווען די ריכטיגע שידוך קומט אן, געט זיך עס א שאקל ממש אין מינוטן! ישועת השם כהרף עין איז א מציאות!
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

לעיקוואד, גוט געזאגט, אקוראט דאס איז גוטע איידיעס
עזריאל,
אויב האסטו אויף בילדער איז מיין אימעיל אפען,

gurish12@gmail.com

מיין אימעיל און גוגל טאלק איז אפען פאר אלע סארט מענטשן, אלע סארט, שאלות/קאמענטס/עצות/שמועסן/גריסן/זאגן העלא וכולהו
פארשפארט