Motivational Courses
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
אויב האסטי 2600 צי שווענדין פאר די סעלף מעיד פראפעשינאלס ניץ עס בעסער אויף פריוואטע counseling בערך 150 פער שעה.
פארוואס זאג איך דאס.
ווייל על פי רוב דער אינגערמאן שפירט ער איז אין א דילעמע. די מהלך החיים ביי עם איז ......ככה ככה. ממילא פארוואס זאלסטי געבן דאס פאר איינער וואס האט ניט א מאל א דיגרי אין counseling or social work געב עס פאר איינער וואס וועסט כאטשעק האבען עפעס פין.
ספעציעל. היינט צי טאג זענען דא אסאך היימישע מיט גאר גיטע degrees אין עקספיריענס.
ועוד. רובא רובא וואס גייען צי די שיעורים איז דא אין זיי טיפערע פראבלעמען הצריכים עיון.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אלו וקלו דברי, יאך קען פון דער נאנט מענטשן, נארמאלע פריינטליכע געשמאקע, וועלכע זענען אסאך געשטיגן פון די סארט קלאסן (איך רעד פון להשיג, נישט פראדוקטיוו, קען זיין ס'א חילוק), ווי אויך אנדערע וואס פאר זיי האט נישט קיין סאך אויפגעטון.
מען גיבט אריין אסאך גוטע טולס פאר די שומעים צוזאמענגעקליבן מפי ספרים וסופרים און אנדערע בוכער, פשוט'ע יסודות החיים, עצות און טיפס אויף טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, וואס קומט צוניץ פאר יעדן איינעם.
און מען האט דא אריינגערוקןט א טויזענטער על לא דבר, איך מיין עס קאסט נאר בערך 1500-1600 נישט קיין 2600.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א תלמיד פון פרודאקטיוו קןרסעס זאל זיצן און פארפעניענען די צייט אויף א נארישן וועבזייטל ביז האלב דריי אויפדערנאכט, הלזו יקרא פרודאקטיוו?
די נושא איז זייער ווייט פון נאריש ממה נפשך, טוהט וואס עס עדווערטייזט איז עס דאך ממש אן הצלה לדורות. טוהט עס נישט אויף דארף מען פרובירן מונע צו זיין די דאזיגע וואס גייען האבן נאך זייער א שווערער לעט דאון, און ווי אויך א פארלוסט פון 2500 דולר. וואס דאס קען אסאך מאל אראפ נעמען איינעם פון זונען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
ארבעס האט געשריבן:אלא מאי. רובא דרובא וואס גייען האבען טיפערע פראבלעימען
עס קען אויך פאסירן אז די בעל הקורס זאל אויף בלאזען ביים פראספעקט, זיין שוואכקייט וואס מיז בכלל נישט זיין קיין שטער פאר זיין לעבן (כך שמעתי פון מאנכע וואס האבן פארברענגט מיטן בעל הקורס) און איז דאס א שוואכערע טיפ אינגערמאן איז זייער מעגליך זאל זיך טרעפן פארברענען 2500 מיט 50 נאכט שעות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
די עולם האקט דא פאר פייער און פאר וואסער
מיינס א משפחה מיטגליד האט געהאט
א צוהאקטער שלום בית וואס האט געהאנגען אויף א האר
דער ביזנעס איז געפארען אויף רעדער אז יעדע מינוט האט זיך עס געקענט צוזאמלייגען
דער קשר מיט זיינע קינדער איז געשטאנען אין א גאר ענגע צושטאנד
און געס וואט... ער האלט יעצט נאכן דורכגיין די קלאסען ביי הרב פראדאקטיוו און... ער איז א איש אחר ''אין אלע הינזיכטען''
צו ס'האט זיך געלוינט צו צאלען ''פופציג'' דאלער פער שעה פון די קלאסען? בלי ספק איך וואלט אים מחייב געווען צו באצאלען אפילו דריי מאל די סכום זיך צו גיין העלפן
באמת א טאטע וואס פילט ער קען זיין א בעסערע 'מאן' אין שטוב א בעסערע 'טאטע' צו די קינדער א בעסערע מענטש אין די ארבעט, זאל נישט שוינען קיין געלט און צייט נאר זעהן וואס ער קען עפעס מער אויפטון מיט זיינע כוחות הנפש.
לפי מיין השערה איז די שיעורים בכלל נישט כישוף ער איז פשוט מגלה און עפנט אויף די באהאלטענע כוחות וואס די מענטש בויעט נישט אויף סתם אזוי, און מיט אביסעל הדרכה און הוראות בויעט זיך דער מענטש גאר שטארק.
(נישט קיין באצאלטע אנאנס)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליישיגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
כוכב האט געשריבן:מיר באדערט א קשיא אזוי, פארוואס די וואס האלטן אז קאלער ערווארט א געווינס, זיי גלויבן אין פראדוקטיוו קורסעס?
כוכב איך האלט נישט ער ערווארט א געווינס האסט נישט גוט געליינט מיין תגובה,
גראדע פראדאקטיוו לערנט אויס בעסער אפטייטשען יענעם'ס ווערטער ,
(מיין השערה אויף פראדאקטיוו האב איך גענומען פון מיינס א קרוב וואס איז דארט נשתנה געווארען צו א נייע מענטש)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:אלו וקלו דברי, יאך קען פון דער נאנט מענטשן, נארמאלע פריינטליכע געשמאקע, וועלכע זענען אסאך געשטיגן פון די סארט קלאסן (איך רעד פון להשיג, נישט פראדוקטיוו, קען זיין ס'א חילוק), ווי אויך אנדערע וואס פאר זיי האט נישט קיין סאך אויפגעטון.
מען גיבט אריין אסאך גוטע טולס פאר די שומעים צוזאמענגעקליבן מפי ספרים וסופרים און אנדערע בוכער, פשוט'ע יסודות החיים, עצות און טיפס אויף טאג-טעגליכע שוועריגקייטן, וואס קומט צוניץ פאר יעדן איינעם.
און מען האט דא אריינגערוקןט א טויזענטער על לא דבר, איך מיין עס קאסט נאר בערך 1500-1600 נישט קיין 2600.
איך מיין אז ווען מ'וועט אויפמאכן א "מסילת ישרים" אדער "אורחות צדיקים" וועט מען אויך קענען ארויסנעמען א "פראדוקטיוו" קורס. און מ'וועט זיך שפארן די .$2400.00
איין מענטש פאר וועים דער קורס העלפט זיכער, איז דער וואס פיהרט עס אן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:אדרבה ר' בערל צייגט מיר אן ווי רעדט דער מסילת ישרים עצות זיך אדורכצוקומען מיט א שווערן בעה"ב.
איך קען נישט דעם גאנצן מסילת ישרים אויסנווייניג. אבער איך בין זיכער אז ער זאגט דאס דארט ערגעץ וואו. שטייצעך, ער זאגט נישט אז מ'זאל גיין צו די גאווערמענט עידזשענסי, אוריינגעיבן א קאמפלעינט, אדער רעדן צו קול מבשר, און עי.בי.סי. ניוס, אזוי ווי מ'פיהרט זיך היינט. אבער איך בין זיכער אז ער רעדט ערגעץ אין זיין ספר, וויאזוי מ'דארף אומגיין מיט א שלעכטן בעה"ב. אבער ווי ס'זעהט אויס איז היינט א שטאאטער טאג פאר נייעס (סלאו דעי פאר ניוס) אז מ'איז ביזי מיט די מאטיווירונג פראגראמען...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
פליישיגער האט געשריבן:די עולם האקט דא פאר פייער און פאר וואסער
מיינס א משפחה מיטגליד האט געהאט
א צוהאקטער שלום בית וואס האט געהאנגען אויף א האר
דער ביזנעס איז געפארען אויף רעדער אז יעדע מינוט האט זיך עס געקענט צוזאמלייגען
דער קשר מיט זיינע קינדער איז געשטאנען אין א גאר ענגע צושטאנד
און געס וואט... ער האלט יעצט נאכן דורכגיין די קלאסען ביי הרב פראדאקטיוו און... ער איז א איש אחר ''אין אלע הינזיכטען''
צו ס'האט זיך געלוינט צו צאלען ''פופציג'' דאלער פער שעה פון די קלאסען? בלי ספק איך וואלט אים מחייב געווען צו באצאלען אפילו דריי מאל די סכום זיך צו גיין העלפן
באמת א טאטע וואס פילט ער קען זיין א בעסערע 'מאן' אין שטוב א בעסערע 'טאטע' צו די קינדער א בעסערע מענטש אין די ארבעט, זאל נישט שוינען קיין געלט און צייט נאר זעהן וואס ער קען עפעס מער אויפטון מיט זיינע כוחות הנפש.
לפי מיין השערה איז די שיעורים בכלל נישט כישוף ער איז פשוט מגלה און עפנט אויף די באהאלטענע כוחות וואס די מענטש בויעט נישט אויף סתם אזוי, און מיט אביסעל הדרכה און הוראות בויעט זיך דער מענטש גאר שטארק.
(נישט קיין באצאלטע אנאנס)
געוואלדיג דאס איז וואס מיר האבען ציטירט אנהייבענדיג די הודאה,
מיין שאלה איז נאר צו דיר בעפאר מיר גייען רעדן פונעם פאקט וואס מע"כ האט אראפ געברענגט, ביסטו בכבודך ובעצמך געוועזען ביי די קורסן?
עס איז זיכער אז פראדאקטיוו האט קאסטומערס וואס זענען מצליח ווייל למעשה אסאך זאכן וואס ער זאגט זענען גוטע געדאנקען (גענומען פון ביכער וואס איר קענט קויפן אויף עמעזאן פאר א פאר דאללאר), און געווענטליך ווען איינער גייט זיך קאמיטן צו אזא לעקציע קומט ער שוין מיט די כוונה צו ארבייטן אויף זיך און איז גרייט צו שוויצן, בפרט אז ער צאלט א היפשע פארמעגן פאר די לעקציעס.
נאך מער, אפילו איינער וואס האט באמת גארנישט נהנה געווען, וועט האבן שוועריגקייטן אפילו פאר זיך אליין מודה צו זיין אז ער האט גארנישט אויפגעטוהן נאכ'ן אויסגעבן אזויפיל געלט.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
#למעשה, טאמער איז דא אזא סארט סעריע שיעורים וואס איז באהילפיג, און דאכצימיר עס זענען דא, איך ווייס נישט פונקט די וואס מ'רעדט דא, אבער איך קען פרעזענליך עטליכע אינגעלייט וואס עס האט זיי אסאך געהאלפען אין ביזנעס וכדומה אזא סארט מאטיבאציע קורס, דארף מען ווען מאכען א תקנה אז אין יעדער ישיבה אדער לפחות יעדער כולל זאל זיין כאטשיק איין מגיד שיעור וואס זאל דאס לערנען און זאל דאס פארלערנען, דאס איז דאך אסאך מער וויכטיג ווי אנדערע שטותים, @שטילע אינגערמאן דאס איז שוין מער א למעשה'דיגע פלאן וואס צו טוהן אין ישיבה/כולל.
דרשות אויף אינפארמאציע איז נישט די נקודה, ווי ארויסגעברענגט קען מען קויפן יעדער דרשה אין די וועלט אויף אמאזאן פאר אפאר דאלער, אדער גאר בחינם אויף דער אינטערנעט אדער אין לייברערי. דער תועלת פון אזא קורס דארף צו זיין דער התחייבות פון זיך צושטעלן צו דער סדר, די האומווארקס אדער תרגילים וואס דער מלמד גיט פאר די תלמידים, און די המשכיות וואס ער קוקט נאך די התקדמות. אויך יעדער קאלעדזש אין די וועלט בעט טויזנטער דאלארען אויף דיר אויסצולערנען אינפארמאציע וואס דו קענסט ליינען בחינם, דאך לוינט זיך די פרייז אויב איז דער מלמד און די חברים און דער אויסשטעל פון די קלאס צום ענין.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב א חבר וואס איז געגאנגען צו איינע פון די קורסעס (איך געדענק נישט וועלכע, כ'מיין פון מעלבער), און ער האט זייער הנאה געהאט. לויט ווי כ'האב פארשטאנען פון אים איז דער מגיד שיעור בכלל נישט עפעס מורא'דיג, נאר ער האט (גע'גנב'ט) געוויסע טעכניקן וואס ער נוצט צו אריינברענגען אין א מענטש א זעלבסטזיכערקייט צו רעדן מיט אנדערע וכו', דורכ'ן עס פראקטיצירן אויפ'ן פלאץ. דא הייסט יעדער איינער מוז בשעת מעשה זיך צושטעלן און האנדלען מיט די אנדערע איינגעשריבענע, און דאס ברענגט אויטאמאטיש אז די בושה און פחד וואס מען האט געווענליך זאל פארמינערט ווערן.
טאמער דאס איז טאקע אזוי, דארף דאס לכאורה צו זיין מער אפעקטיוו ווי גיין צו א טעראפיסט, וועלכער קען דרש'ענען שעות על גבי שעות ווי אזוי מען וואלט געדארפט זיין אין א יוטאפיען וועלט (אפשר אין קאווע שטעטל), אבער למעשה איז זייער שווער אדער אוממעגליך דאס אויסצופירן.
און אז לעיקוואוד רעדט שוין פון ישיבות און כוללים, דארף מען דערמאנען אז עס איז אן עולה שאין כמוהו אז מען געוואוינט נישט צו אונזערע קינדער און בחורים צו רעדן ברבים און פארשטעלן אריגיענעל געדאנקען אן קיין פחד, וואס איז אין א וועג פיל וויכטיגערפאר'ן לעבן ווי לערנען לימודי חול. צום ביישפיל, עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אז איינמאל א וואך זאל א בחור זיך פארקוקן אן אינטערעסאנטע נושא און האלטן א דרשה פאר די גאנצע כתה.

האדם לא נברא אלא להתענג