למעשה #7, כולל- סם המוות
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
למעשה #7, כולל- סם המוות
אקדמות מילין, עטץ קענטץ אלע אונזער שטילע, כ'בין ווייט פון א אויפגעקלערטע, בכלל נישט דער ניק וואס איז געווען פארנומען שעלטן די סיסטעם, נאר פארקערט.
כ'האב געשריבען אסאך תגובות ווי כ'ברענג זיך דייקא יא ארויס אלץ איינער וואס איז א שטארקע רעכטע, כ'האב שוין אפי' געפענט א אשכול אמאל ווען מ'האט שטארק געהאסט אויפן סיסטעם אין כ'האב זיך דעמאלטס קלאר ארויס געשטעלט אלץ א פארצאטישע פרימער ניק, עכ"פ נישט פון די ניקס וואס האקן אויפן סיסיטעם וגו'.
איין שטאפעל פונעם סיסטעם וואס איך מוז מודה זיין בלוטיגט מיך פון פריש לכה"פ איין מאל א חודש. אין ס'לייכט צו פארעכטען
יעדער ווייסט גוט וואס קומט פאהר אין די כוללים, אפי' כ'בין נישט אפי' אריבער יענער שוועל ב"ה, אבער נאך אלץ ווייס איך גוט פון חברים משפחה וואס גייט דארט פאהר.
די געווענדליכע אינגערמאן שפאצירט אריין בערך 10:30, ביז ער טוט זיך איבער צו כאלאטעל, טרעפט זיין גרויסע שו"ע, ליינט די נייע הודעות אויפן וואנט, מאכט זיך א קאווע אין זעצט זיך אוועק אין שוין קנאפע 11.
יעצט הייב זיך אן די גוט מארגן פאר אלע שכונים, מ'טוט אדורך די נעכטיגע סאפער, וואס מ'האט געשמיסט מיט די ווייב, וועלעכע סעלפאון פלען איז גוט, פארוואעם מ'גייט וואלן, וויפיהל דרשה געשאנק מ'האט געמאכט בלא בלא בלא. 11:30 מישט מען אויף צו הלכות מליחה, מ'לייגט אראפ די נייע היט אויפן שו"ע אין שפאצירט ארויס מיטן סעלפאון אין די האנט פאר א "וויכטיגע קאלל" צו קול מבשר אין צו הערען וויפיהל געלט מ'האט נאך אויפן פודסטעמפס קארטעל, 12 אזייגער קומט מען צירוק אריין אין ביהמ"ד כאפט א שלאף אויפן באקוועמע גרויסע שו"ע וואס די שווער האט געקויפט ביז 12:30, מ'כאפט זיך אויף מיט א טשערי לייט אויפן שטערן, מ'קוקט אויפן זייגער כאילו מ'איז פארשלאפען, שוין מ'לערנט צען מינוט אין מ'גייט שוין אט אט אהיים פאר די נאכמיטאג ברעיק, אין נאכמיטאג שפילט זיך בערך איבער די זעלבע שפיל. אין אזוי שטיפט מען אדורך דריי פיהר יאר.
טאמר האט איינער שוין יא געלערנט האט מער מור לעסס געדרייט מיטן גראבן פינגער וואס די דין איז טאמער א זעכציגסטעל מילך גיסט זיך איבער א מאכל בן דרוסאי אין מ'האט עס געקאכט אין א אויבן פון א בן יומי וגו'
כ'האב א נאנטע ידיד וואס האט זיך פארהערט מליחה, בשר בחלב, תערובות, שבת, איך פלעג עיהם רופן כסדר מיט מיין שאלות, ער האט קיינמאל נישט געקענט ענטפערן צום זאך, ער ווייסט נאר די דין טאמער ס'ווערט בטל בשישים אין טאמער א חתיכה איז אינו ראוי להתכבד אבער א הונט האט עס געגעסן אין ער האט געקויפט די פלייש פון א שטאט וואס רוב געשעפן פארקויפן טריפה פלייש בלא בלא בלא, אויף דעים געבט ער אויף זיין לעבן, קומט ער ארויס למעשה מיט עפעס פארן לעבן? טאמער מאכט זיך א שאלה ביי עיהם אין די היים ווייסט ער פונקט ווי מיך, אין הייסט זיין ווייב רופן די רב,
איז נארמאל א אינגערמאן זאל מקריב זיין דריי יאר פון זיין לעבן אין ארויס קומען מיט 2000 קאווע'ס אין בויך אין געהערט יעדער אינטערוויו אויף קול מבשר?
אבער דאס אלץ גייט מיך גאנץ וויניג אן, אז יענער וויל שטופן אפאר יאר, נאו פראבלעים
די פראבלעים הייבט זיך אבער אן די נעקסטע שטאפעל,
ווען איז דער אינגערמאן מחליט אז ער גייט ארויס פון כולל? ער קוקט זיך ארום זעהט ער ענדיגט נישט די חודש, איין קונד אין תלמוד תורה די אנדערע אין פלעיגראפ, אין די דריטע אין די בויך, דעמאלטס כאפט זיך דער אינגערמאך אז ס'נישט קיין עסק אין די ווייב מוטשעט שוין לאנג אז זי וויל אויפהערען טיטשען.
דער אינגערמאן וואס קען טויגן אויפן זיין א גרעפיק דיזיינער, אדער א עקאונטענט, דארף שוין דער חודש מאכן גרויס געלט, נו ווי האט ער יעצט צייט צו זיך לערנען גרעפיקס? פארן זיך לערנען גרעפיקס גייט ער נישט מאכן קיין געלט היינט. ממילא גייט ער זיכן א ז'אב ווי ער קען שוין יעצט מאכן אפאר דאללער, אין דא גייט אלץ בארג אראפ, ער קומט ארויס צו די גרויסע וועלט מיט א גרויסע זירא, ער קען גארנישט, ער איז א געלונגענער, אבער אין אזא מצב ווערט א עבד כנעני פאר א נגיד אין העלפט די נגיד בוין זיין אייגענע ביזנעס פאר דריי טויזענט דאללער א חודש אנשטאט צו קענען האבן די אייגענע ביזנעס אין בוין א נארמאל לעבן.
רבותי, די כוללים זענען סם המוות, גארנישט מער אדער ווייניגער, די 5% וואס לערנט שוין יא, ווייסט גוט טאמער יאוש איז קונה אדער נישט, אין דעטס איט,
איז נארמאל אז יעדער פרישע אינגערמאן זאל אנהייבן מיט די לינקע פיס ווייל אפאר פראצענט כולל קען די דין טאמער ס'געווען צוויי קדרות אין איינס איז אפשר געפאלן מילך קען אונזער חכם די מחלוקת שך אין ט"ז.
ס'איז רידיקולעס, א בלינדע קען דאס זעהן, די כוללים זענען א לעבן פארברענגע, וואס מ'צאלט א גראבע פרייז פארן גאנ לעבן.
(זיכער איז דא א פראצענט אינגערלייט וואס תורה איז זייער עבודה, דערהויבענע אינגערלייט, אבער פארדעים דארף נישט יעדער ליידן, זאלן זיי זיך אריין זעצ אין אמונת ישראל הארעווען, איי וואס וועט זיין מיט די פינף מאות א חודש? דארף מען שטעלן איינער גיין נאך געלט, אבער נעמען גאנץ כלל ישראל אריין שטופן אין א ציממער אין זאגן דא זיץ אפ 5 יאר, אין דערנאך הייב אן דיין לעבן מיט די לינקע פיס מיט 20 אלפים חובות איז טיפשות,
צירוק צו ראובן'ס געבעט, וואס איז מיין עצה דא למעשה,
די סיבה פארוואס רוב אינגערלייט בלייבן אין כולל איז וועגען טאטע-שווער-ווייב וגו',
אינגערמאן טייערע, גיי ארום פרעג אפ ביי די וואס זענען שוין ארויס פון כולל, זיי וועלן אלע זאגן בפה מלא "שאד אונז זענען נישט ארויס צוויי יאר פריער", די שווער-טאטע גייט דיך נישט אויסהאלטן א גאנץ לעבן, זיי גיין נישט דעקן דיין מארגיד'ז פאר די נעקסטע צוואנציג יאר, ס'האט נישט קיין שום זון אין די וועלט זאלסט עיהם פרעגן,
אז דיין ווייב האט א פראבלעים דערמיט, זיי מסביר בסבר פנים, די בושה פון די חברט'ס גייט אדורך, די בושה וואס די חברת'ה גיין האבן אפאר יאר ארום פון קלאפן אויף דיין טיר נאך געלט איז אסאך גרעסער.
נישט אז יעדער וואס זיצט אין כולל גייט זיין א גאנצע לעבן א ארימאן, אין טאעמר גייסטו ארויס ארבייטן גייסטו זיין א פארזיכערטע גביר, אבער מ'דארף טוען השתדלות, יעצט איז די צייט זיך צו לערנען א פאך, יעצט איז די צייט צו עפענען א ביזנעס, אין דריי יאר ארום ביסטו אווער, זיי נישט קיין צועק לשעבר.
אין יעצט צו די נגידים פון שטיבעל,טאמער געבסטו געלט פאר א כולל ביסטו א טיפוש, ברענגסט א ארימע דור, שטעלסט אהער א דור פון ארימע ארבייטער, דער געלט קען גיין פאר וויכטיגע צוועקן, העלפן מענטשן חתונה מאכן.
רבותי, פארפאטשקענען דריי יאר פון די וויכטיגסטע פונקט אין לעבן איז משוגע, א טאג נאכן שבע ברכות נעמטס אן א ארבייט, נעם א דיגרי, זעה וואס די האסט ליב, לערן דיך עפעס.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
איך האב דיך גע"לייק"ט ווייל עס איז ניכרים דברי אמת אז עס באדערט דיך באמת. ראובן פארבאט זיך צו טענה'ן איבער דער פראבלעם גופא, ממילא מוז מען דא אננעמען אז לערנען לשם לערנען - תורה שלמדתי באף היא שעמדה לי - איז קיין תכלית נישט, כאטש ווען ראובן ערלויבט עס ווען וואלט איך מיך געטענה'ט איבער דעם. אוועראלל איז עס א שיינע סטיל פון שרייבן, ממש כאילו דיין טראכטענישן ווערט אראפגעשריבן אן א שרייבערישע פילטער. זייער אטענטיש און געשמאק.
דיין פראקטישע #למעשה ברויך אביסל מער אויסגעשמועסט ווערן, די פראקטישקייט דערפון, וויאזוי עס אדורכצופירן.

(- - -)
- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
אמת ויציב ונכון
יוש ברענגסטוי מיר ארויף איבל ווען די דערמאנסט מיר די גהינום וואס איך בין א דורך אין כולל.
איך וויל צילייגן אויסער די פראבלעם מיטן ארבעטען איז דא נאך פראבלעמען אויף וואס דן צי זיין, וויבאלד דער אינגערמאן פוסטעוועט אפ גאנצע אכט שעה אין א צי, קען מען זיך[נישט] פארשטעלען די ליידיגע אנגעזעצטע געפיל ווען ער קימט אהיים צום בני בית די גאנצע אטמאספער איז אין א דעפרעסיע, אויסער וואס ער פילט זיך ווי א פאפער ווייל זיין ווייב ארבעט דאך נאר כדי ער זאל קענען זיצן ביים גמרא, אין ער ווייסט דעם אמת מיט וואס ער האט אנגעברענגט דעם טאג, דאס פאר זיך איז א חורבן נורא.
ווי אויך ביינאכט (אין אמאל פארטאגס)דארף דאך דער כולל אינגערמאן נישט האבן קיין געהעריגע שיעור,ווייל ער שפירט נישט די היתחייבות וואס א ארבעטער האט אמער איך האלט דאך נאך א טאג לערנען כא כא , א גמרא קאפ הא? יאפ אבער א מציאות
די פראבלעמען דערין זענען ענדלאז א שטיק דורכפאל פין די ערשטע קאווע ביז די לעצטע,אנציהייבן די לעבן אזוי קרים, אבער לגבי דעם אז ווען מגייט ארויס פין כולל פריער לערנט מען זיך א פאך, די מציאות איז אז אפילו די אינגעלייט וואס זענען יא ארויס פריער פין כולל כאפן עני דזאב אין גייען זיך נישט לערנען איין פאך
נאך אלץ פארדינט מען פין אנפאנגען ארבעטען פרי (אויסער די פראבלעמען פין כולל) ווייל ווען ער וועט שוין דארפן באצאלן שכר לימוד וכו׳ זאל ער נישט מאכן וואס א ביגינער מאכט -וואס דאס קלעקט נישט אויף אלעם- נאר זיין וועדזש זאל שוין שטימען מיט די עקספענס.
אבער עניוועי גיט ארויס געברענגט

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
כולל פאר זיך איז נישט די פראבלעם, די עיקר פראבלעם איז וויאזוי מ'קוקט עס אן. דהיינו, מ'פרעגט א יונגערמאן, וואס טיסטי? ענטפערט ער : כ'בין אין כולל. דאס וואלט נישט געדארפט זיין אן אנגענומענער תירוץ. איינער וואס איז אין כולל הייסט נישט געטון עפעס. מ'קען זיך אפשר משלים זיין אין הוראה צו אין חושן משפט און שפעטער ווערן א דיין, אדער זיך אנזאפן צוויי יאר מיט גמרא תוספות ווייל ער וויל ווערן א מגיד שיעור וכדומה, אבער סתם זיין אין כולל אן קיין חשבון הייסט אז מ'איז אירעספאנסעביל. און איך באצי מיך צו די וואס לערנען טאקע, ווייל די וואס ברענגען אן די צייט זענען סתם גזלנים, שקרנים וכו'.
למעשה, דארף יעדער יונגערמאן וואס גייט אין כולל האבן א פלאן און ארבייטן עקארדינגלי. מ'קען אפילו זיין אין כולל א האלבע טאג און נאכמיטאג אדער ביינאכט זיך לערנען א פאך. מ'טאר נישט לאזן פארפאלן גיין די גאלדענע יארן פון נאך די חתונה ווען מ'האט נאך ווייניג דאגות און ס'איז די געאייגענסטע צייט זיך צו בויען א פיוטשער.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:43 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
א חרפה אין א בושה צו זעהן א אידיש קינד אזוי רעדן. א יונגעמאן דארף אנהייבען זיין לעבען אין א בימ''ד ,ביפאר ער גייט ארויס אויפן טמא'נע גאס, אפילו ווען ער שמועסט און טרינקט קאווע א האלבע טאג ,כאטש זיצט ער ציווישען היימישע יודען אין יודישע ספרים .און ווי נישט ווי איז ער קונה אביסעל ידועת התורה אז ער זאל כאטש וויסען וואס איז א שאלה וואס ער דארף פרעגען א רב און וואס נישט (וואס יעדער רב קען דיך גלייך זאגען ,וועליכער פון זיינע שואלים האבען געלערנט אין כולל).פארוואס זאל א פריש געביגלטע יונגעמאנטשיק ,גלייך נאך די שבע ברכות ,זיך דרייען אויף די שמוציגער 47 סטריט?! פאר רוחניות?! און אפילו פאר גשמיות ,פעלט עס געווענטליך נישט אויס די ערשטע יאר ,צוויי.דאס איז א חוץ פון דעם וואס די טרייבסט עס איבער ,ס'איז דא אסאך מער ווי 5 פרעצענט ,וואס קומען ארויס מיט שלימות. נאר ווייל די ביסט גילטי אז די האסט עס נישט באוויזען, גייסטו אפשפעטן פון די גאנצע תורה ולומדי'ה, מיט ביליגער ליצנות ?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ס'גיט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
קעלנער האט געשריבן:ביטע פראבירן זיך צו האלטען צו ראובן'ס מהלך ווי אויסגעשמועסט דא: viewtopic.php?f=24&t=7439, און קאמענטירן נאר אויף די עצות - נישט אויף די עצם הנחה.
א דאנק.
זיך טענה'ן איז טאקע נישט די פלאץ דא משום תקנת בני ראובן... אבער דער פותח האשכול האט נישט אנגערירט חלק הלמעשה ווי [tag]פליקער[/tag] האט שוין ערווענט, די ארטיקל איז געווען מער היץ ווי פראקטיק, די קעפל איז אויך מעיד אז ליגט נישט צופיל עזרה, נאר מער היץ און פולווער, ובנוסף אז איינער איז מדייק, רוב ארטיקל איז מסביר דעם לאך און נישט וויזאוי מען פארנייעט איר, שלא כרצון ראובן, עכ"פ לדעתי
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
איך מיין אז צוליב שטילע'ס סטייל פון שרייבן איז זיין מעסעדש פארלוירן געווארן.
מתוך דבריו קומען ארויס די #למעשה פונקטען:

- * יונגעלייט וועלכע האלטן נישט אז קדירה בני יומי איז גענוג וויכטיג אוועקצוגעבן די גאנצע טאג, זאלן לכתחילה זיך נישט איינשרייבן אין א כולל.
* עשירים וועלכע שטיצן די כוללים און ערמעגליכן די כוללים זיך צו פארברייטערן זאלן לכל היותר זאלן נאר געבן די קאסטן פון איין ערענסטע תלמיד חכם וועלכע וועט ברבות הימים עפעס אויסוואקסן.
* די כוללים זאלן זיך אפגעבן מיט לימודים וועלכע שטעלן ארויס נאכדעם דיינים און מגידי שיעור, נאר ווידמען די לימודים צו מכשיר זיין בעלי פרנסה אין דער כלי קודש פעלד.
* מיטלמעסיגע יונגעלייט זאלן יונגעהייט זיך גיין לערנען א פאך, אזוי ארום זיין רואיג צו קענען לערנען א שיעור אינדערפרי און ביינאכט.
(- - -)
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
אוי האב איך אריין געביסען, מיין אישי איז היינט אינדערפרי געווען געפאקט, הלוואי מיין בענק עקאונט זאל אזוי אויסזעהן.
כדארף זאגן די אמת, כ'האב געמאכט דער ארטיקעל שנעל, כ'האב עס נישט איבער געארבעט בכלל, כ'האב עס ארויס געקנאקט ברבים האלב רוי.
רבותי, כ'גיי בעסער מסביר זיין שפעטער, פליז הערטס אויף מיך באשייגעצען, כבין א שטילע
כדארף זאגן די אמת, כ'האב געמאכט דער ארטיקעל שנעל, כ'האב עס נישט איבער געארבעט בכלל, כ'האב עס ארויס געקנאקט ברבים האלב רוי.
רבותי, כ'גיי בעסער מסביר זיין שפעטער, פליז הערטס אויף מיך באשייגעצען, כבין א שטילע
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
מיין נקודה דא איז אז "רוב" כולל אינגערלייט לערנען במשך די טאג וויניגער ווי די בעה"ב וואס לערנט מיט א חברותא בייטאג אין א חברותה ביינאכט,
ס'זיכער א אינגערמאן וואס גייט אריין אין כולל אויפן דעת ער זאל אויסוואקסען א דיין אדער א מגי"ש טוט ער גוט, אין איך וואינטש מיך אויף מיינע קינדער, הלוואי וועלן זיי זיין תורה אינגערלייט וואס פארשטיין גוט לערנען אין זענען מתמידים, אין קענען זעהן א פיין פרנסה דערפון.
אבער עס טאר נישט זיין א סיסטעם. א סיטעם מיינט אז נאך כיתה ט' גייט מען אין ישיבה קטנה, נאך שיעור ג' גייט מען אין ישיבה גדולה, און נאך ישיבה גדולה גייט מען אין כולל, נאך כולל גייט מען אין חובות, נאך חובות גייט מען אין שפיטאל, נאך שפיטאל גייט מען אין ד'רערד. דער סיסטעם דארף זיך אויפהערן צו די חתונה. שוין, אריינגעבראטען 7 יאר תורה לשמה, יעצט גיי ארבעטן.

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שטילע, זאגסט זייער גוט און ביזט הייליג גערעכט! עס איז געווארן אזא סיסטעם אז יעדער אינגערמאן מוז גיין אין כולל נאך די חתונה, דער פאקט ווייזט אז כולל העלפט נישט לערנען, ווער עס האלט ביים לערנען, לערנט אן א כולל אויך און ער איז מער מצליח ווי ווען ער איז אינטערגעווארפן אונטער די כולל סיסטעם, און ווער עס האלט נישט ביים לערנען, לערנט נישט מיט כולל אויך נישט.
דער מושג פון א כולל איז אן אבן נגף פאר כלל ישראל וואס ברויך אויסגעראטן ווערן ווי אמשנעלסטן.
אויף למעשה איז דאס די שטערקסטע למעשה, אינגעלייט זאלן #למעשה גיין ארבעטן אדער זיך לערנען א פאך א טאג נאך די שבע ברכות.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איז וואס טוהט מען למעשה כדי מבטל זיין דער סיסטעם?
מען זוכט נישט מבטל צו זיין די סיסטעם, דאס איז ע"מ שתעלה לרקיע. מען זוכט "זיך" צו מאכן באקוועם כאטש מען איז אין א קראנקע סיסטעם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
@שטילע ברענגט ארויף א גאר וויכטיגע פונקט. רוב מענטשן זענען נישט קיין אינטעלעקטועלן, און זענען נישט געמאכט צו בלייבן אין כולל ביז די 25 יאר. ס'איז אזוי ווי מ'זאל מתקן זיין אין די סעקולערע וועלט אז יעדער איינער מוז בלייבן אין קאלעזש ביז ער באקומט א PhD. דער חילוק איז נאר אז מיט א PhD קען מען עפעס טון אין די וועלט.
די כוללים קאסטן אפ פאר אונזערע עשירים אלפים ורבבות. אנשטאט מען זאל געבן פאר צוויי הונדערט יונגעלייט הונדערט דאלער א וואך, זאל מען נעמען צוואנציג יונגעלייט וועלכע זענען אינגאנצן דערביי, אזעלכע וואס מען דארף נישט צייכענען ווייל זיי ליגן סייווי אין לערנען, און מען זאל זיי געבן א געהעריגע וועיזש פון טויזנט דאלער א וואך זיי זאלן אויסשטייגן אמת'ע תלמידי חכמים מגידי שיעור ומורי הוראה. (איך מיין אז מכון להוראה ארבעט אויף אזא סארט מהלך).
דאס האבן א גאנצן טאג צום לערנען, בפרט ווען עס איז נישטא קיין נארמאלע קאריקולום און בחינות ווי אין קאלעזש, איז א רעצעפט פאר דעזעסטער.

האדם לא נברא אלא להתענג
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער אשכול איז למעשה. הייסט׳ס אז מ׳האט א פראבלעם וואס די ליינער׳ס זענען מסכים דערצו, אז כוללים טויגען נישט. ממילא איז דער לעזונג למעשה, גיי נישט אין כולל. אזוי קען מען פאררעכטען אלע פראבלעמען. דער חדר טויג נישט-שיק נישט אין חדר!
מ׳זוכט לעזונגען, נישט וועלכע וועג צו אנטלויפען. אז דו האסט א וועג צו מאכען א בעסערע כולל, מער למעשה׳דיג וכדו׳, ברענג עס אפיר. אבער אזוי איז דאס פשוט שפיי אכץ.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איז נארמאל א אינגערמאן זאל מקריב זיין דריי יאר פון זיין לעבן אין ארויס קומען מיט 2000 קאווע'ס אין בויך אין געהערט יעדער אינטערוויו אויף קול מבשר?
איין קונד אין תלמוד תורה די אנדערע אין פלעיגראפ, אין די דריטע אין די בויך,
וואס קוועטשט דיר אזוי אינעם בויך?
בכלל, דו קומסט אויף קאווע שטיבל און דו באקלאגסט זיך אויף קאווע? בירא דשתית מנה וכו'
אדרבה גיב א קוק אויף אונזער [tag]קאווע טרינקער[/tag], ווי אזוי ער איז אויפגעוואקסן. קענייהארע!
דזשאוקס עסייד, איך בין מיט דיר 100%.
נאר דער קעפל "סם המוות" איז נישט על הכלל כולו ייצא, נאר זכה נעשית לו סם חיים, לא זכה איז סם המוות.
וירח ה' את ריח הניחוח
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
איך אגרי מיט שטילער אז ס'איז קיינמאל נישט קיין סם החיים ווייל ממה נפשך, האלט דער יונגערמאן ביים לערנען, וועט ער אויסשטייגן סאך בעסער ווען ער לערענט פאר זיך (ווי ברסלבער האט אויבן געשריבן), טאמער דארף דער יונגערמאן א כולל סיסטעם וואס זאל אים איינטיילן ווען, וואס און וויאזוי צו לערנען, באלאנגט ער נישט אין כולל בכלל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
פאר די אלע כולל-אגענטן: יא, "כולל", דער געדאנק אז יונגעלייט זענען געצווינגען צו שמאכטן אין כולל — טייל מאל עטליכע יאר און טייל מאל לעבסלענגליכע טורמינען אן די אפציע ארויסצוגיין פעראל רח"ל, איז א מכה אשר לא כתובה בתורה און איז נישט געווען זייט די צייטן פון ר' יצחק נפחה. האלטס נישט אזוי, אמממ... נישט יעצט. נאך פינפע ביטע, איך ארבעט. כ'בין נישט אין כולל איצטער. עמער זיך טענה'ן אין אפאר שעה.
אפטעמיסט האט געשריבן:פאר די אלע כולל-אגענטן: יא, "כולל", דער געדאנק אז יונגעלייט זענען געצווינגען צו שמאכטן אין כולל — טייל מאל עטליכע יאר און טייל מאל לעבסלענגליכע טורמינען אן די אפציע ארויסצוגיין פעראל רח"ל, איז א מכה אשר לא כתובה בתורה און איז נישט געווען זייט די צייטן פון ר' יצחק נפחה. האלטס נישט אזוי, אמממ... נישט יעצט. נאך פינפע ביטע, איך ארבעט. כ'בין נישט אין כולל איצטער. עמער זיך טענה'ן אין אפאר שעה.
שנאת עם הארץ לתלמיד חכם...
נאר א ווערטל...
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
יאיר האט געשריבן:@שטילע ברענגט ארויף א גאר וויכטיגע פונקט. רוב מענטשן זענען נישט קיין אינטעלעקטועלן, און זענען נישט געמאכט צו בלייבן אין כולל ביז די 25 יאר. ס'איז אזוי ווי מ'זאל מתקן זיין אין די סעקולערע וועלט אז יעדער איינער מוז בלייבן אין קאלעזש ביז ער באקומט א PhD. דער חילוק איז נאר אז מיט א PhD קען מען עפעס טון אין די וועלט.
די כוללים קאסטן אפ פאר אונזערע עשירים אלפים ורבבות. אנשטאט מען זאל געבן פאר צוויי הונדערט יונגעלייט הונדערט דאלער א וואך, זאל מען נעמען צוואנציג יונגעלייט וועלכע זענען אינגאנצן דערביי, אזעלכע וואס מען דארף נישט צייכענען ווייל זיי ליגן סייווי אין לערנען, און מען זאל זיי געבן א געהעריגע וועיזש פון טויזנט דאלער א וואך זיי זאלן אויסשטייגן אמת'ע תלמידי חכמים מגידי שיעור ומורי הוראה. (איך מיין אז מכון להוראה ארבעט אויף אזא סארט מהלך).
דאס האבן א גאנצן טאג צום לערנען, בפרט ווען עס איז נישטא קיין נארמאלע קאריקולום און בחינות ווי אין קאלעזש, איז א רעצעפט פאר דעזעסטער.
אבער דאס וועט דאך פירן צו דאס פונקט פארקערטע פון דער ציהל וואס מ'זוכט צו דערגרייכן. וואס איז נעמליך, א באנדע שוסטער ת"ח ומורי הוראה וואס זאלן פירן די צוויי הונדערט אומקוואליפיצירטע-פאר-געלט-אויסגעהונגערטע יונגעלייט אין באד אריין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.