בשבילי! האט געשריבן:טעפל דו האסט געלייקט ביבער, אקעגן די תקנות פון דעם אשכול. וואו זענען די אחראים? א פארדארבענער האט זיך דא אריינגעכאפט!
וואס מיינט לייקן?
ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??
מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג.
דערווייל קעט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום'ס
פליקער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??
וואס פאלט דיר איין אז ראביי קארל קאלער איז נישט קיין ציוני, איך זעי ער האט דאך א שטיץ בארדע
דריידל האט געשריבן:קעגן די נעט האט געשריבן:שלום.
מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.
יויש זאגסטו גוט קעגן!
דער אשכול האט נישט קיין זכר פון אייוועלט אויב קיינער ציטירט נישט.
גערעכט.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פושעים אין אפיקורסים אין דער אנדערע פארום וואס איך וויל אפילו נישט ארויסזאגן, האבן געעפענט א אשכול אפצוחוזקן פון אונז. באמת וואלט איך עס אפילו נישט געוואלט ארויפברענגן, אבער איך וויל נאר ארויסברענגן ווי גליקלעך מיר זענען צו זיין דא אויף דעם ערליכן אידישן סייט, ריין פון די אלע דעות כוזבות, ליצנות, עבודה זרה, און אוודאי ציונות. פוי.
ראשעקאל האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??
וואס פאלט דיר איין אז ראביי קארל קאלער איז נישט קיין ציוני, איך זעי ער האט דאך א שטיץ בארדע
קנאות איז נישט ווילד, עס גייט מיט שכל. למעשה איז קאלער שטעלט זיך ניטש ארויס ווי אציוני קען מען אים שטיצן. אבער הייקינד איז דאך קלאר אז ער איז פון זייערע ר''ל