כינוס "תקנה לדורות" פון מהרז"ל מסאטמאר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פריינדליך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נישט גיין ווייטער, ווייל איך רעספעקטיר יעדן רבי'ן פאר די גוטע זאכן וואס ער טוט, אבער אז מען שטופט מיר ארויס פון בויך, וועל איך מגלה זיין טפח פון מיינע מחשבות, טיף טיף אין הארצן, כ'האב עס מורא ארויסצוזאגן ווייל מען קען מיך נאך פארשטיינערן, אבער מה אעשה, אזוי האלט איך, אז די 2 ברודער האבן נישט קיין יראת שמים, די תורה אינטערעסירט זיי אין די לינקע פיאה, און דער באשעפער בכלל נישט, זיי מיינען בלויז זעך און נאכאמאל זעך, די אלע תקנות איז נאר פיער פרעשור פון די עסקנים טעראריסטן אדער אין בעסטן פאל אפאר געלט-גייציגע סוחרים וועלכע ווילן מען זאל נוצן זייערע פראדוקטן, און פני הדור כפני הכלב, וואס מען בעהט זיי צו מוחה זיין זענען זיי מוחה און מאכן תקנות. אויב האב איך איינעם וויי געטון בעהט איך שוין איבער. קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין ארימע דעה. מען נוצט אידישקייט פאר די אייגענע אינטערעסן, מען מאכן די תורה א "קרדום לחפור בה".

אויף איינער ווי די איז נאר שייך צו ענדיגען מיט די גמרא האומר מאי אהני לי רבנן אפיקורס הוה,
ווי געווענליך זאגט מען אז עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען וויאזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, ערליכער ווי די זיכער נישט, לאמיר כאטש האפן אז קיין חילול השם זאלען זיי נישט מאכען,

משמע מהא אז די צוויי ברודערס זענען מכשיל אסאך אידען מיט כפירה.
פין היינט אין ווייטער בין איך שטאלץ צי זיין א כופר, לויט די דעפינישן פין כפירה.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

כהאב קיינעם נישט געשאלטען. כהאב אראפ געברענגט א גמרא פון האומר אהני לי רבנן אפיקורס הוה, יעדער קען לערנען פשט און די גמרא ווי אזוי ער וויל, איך זע אז עס פיט 100 פראצענט אויף שמעקעדיג מיט אלע בענפיטיס וואס די גמרא ברענגט מיט זיך

איך האפ אראפ געברענגט א סברה אז זיינע קינדער וועלן זיכער נישט זיין ערליכער פון אים, איך זע נישט קיין קללה דערין, לדעתו איז ער דאך סיי א ל״ו צדיק, וואס באדערט אז אים זיינע קינדער וועלען אויסוואקסען ווי אים
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פריינדליך, ווען איינער זאגט "קוק די חורבן וואס הרב קוק האט אנגעמאכט מיט זיין היתר מכירה", איז עס אויך בגדר "מאי אהני לי רבנן"?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך האף אס מיינע קינדער וועלען טאקע נאך ווייניגיר גלייבען אין דע אלע היינטיגע אדמורים ווי מיר

אויב נושט וועט זיין א שרעק אס זיי וועלען גלייבען אין די אייניקלעך פין די היינטיגע
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קרעקער האט געשריבן:איך האף אס מיינע קינדער וועלען טאקע נאך ווייניגיר גלייבען אין דע אלע היינטיגע אדמורים ווי מיר

אויב נושט וועט זיין א שרעק אס זיי וועלען גלייבען אין די אייניקלעך פין די היינטיגע

:lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פריינדליך האט געשריבן:כהאב קיינעם נישט געשאלטען. כהאב אראפ געברענגט א גמרא פון האומר אהני לי רבנן אפיקורס הוה, יעדער קען לערנען פשט און די גמרא ווי אזוי ער וויל, איך זע אז עס פיט 100 פראצענט אויף שמעקעדיג מיט אלע בענפיטיס וואס די גמרא ברענגט מיט זיך

איך האב אראפ געברענגט א סברה אז זיינע קינדער וועלן זיכער נישט זיין ערליכער פון אים, איך זע נישט קיין קללה דערין, לדעתו איז ער דאך סיי א ל״ו צדיק, וואס באדערט אז אים זיינע קינדער וועלען אויסוואקסען ווי אים

סתם אלס א זייטיגע הערה. איך גלייב אין אסאך ערליכע אידן אין היינטיגן דור. די גמרא מיינט ווען איינער לאכט בעצם אפ פון די ערליכע אידן. פון אלע צוזאמען, ער גלייבט בכלל נישט אין דעם מושג. אויב איך דארף גיין מיט א קוויטל צו א ערליכע איד, אדער אפילו בלויז פרעגן א נאמען פאר א קינד וכדו', האב איך צו וועמען צו גיין. אבער זיכער נישט צו די 2.

און האסטו בכלל אמאל געטראכט אז ס'איז א חילוק פון "רבנן" ביז "רבנים"? די גמרא זאגט "רבנן". ערליכע אידן וואס זיצן און לערנען. נישט אדמורי"ם וואס פירן טיש און גייען מיט א זילבערנעם שטעקן. דער מושג האט נאך בכלל נישט עקזיסטירט בימי החז"ל... ס'איז געווארן א שפעטערדיגע זאך. היינט איז אנגענומען אז דאס וואס שטייט אין שו"ע "המהרהר אחרי רבו", און די מפרשים זאגן "רבו מובהק", מיינט דא דיין רבי צו וועמען דו גייסט מיט א קוויטל און צום טיש, אבער למעשה קען עס ענדערש מיינען ראש ישיבה אדער מגיד שיעור, ביי וועמען מען האט געלערנט "רוב תורתו וחכמתו". און דאס מיינט מען "רבנן".

גראדע ביי מיר אינדעהיים איז פארבאטן צו רעדן פון פאליטיק אויף קיין שום רבי. יעדער איז רעספעקטירט. וועסט קיינמאל נישט הערן פון מיר "מאי אהני לן הרבי'ס", נאר ווי איך האב שוין געשריבן, איך האב געשפירט ווי מען שטופט עס ארויס פון מיר. און איך האב תיכף איבערגעבעטן וועמען עס טוט וויי. און איך האף אז דאס גייט נישט אריין אין דעם כלל פון פאליטיק וואס יעדער איז שוין זאט און נמאס פון די ענינים.
וירח ה' את ריח הניחוח
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:גראדע ביי מיר אינדעהיים איז פארבאטן צו רעדן פון פאליטיק אויף קיין שום רבי. יעדער איז רעספעקטירט.

וועסט קיינמאל נישט הערן פון מיר "מאי אהני לן הרבי'ס", נאר ווי איך האב שוין געשריבן, איך האב געשפירט ווי מען שטופט עס ארויס פון מיר. און איך האב תיכף איבערגעבעטן וועמען עס טוט וויי. און איך האף אז דאס גייט נישט אריין אין דעם כלל פון פאליטיק וואס יעדער איז שוין זאט און נמאס פון די ענינים.

דו גלייכסט זייער צו רעדען אפן, איך וועל אנעמען דיין מהלך און אויך רעדן אפן,

1}מן הסתם - און מען קען זיכער אז זיכער - איז די ערשטע סטעטמעינט דא איז נישט אמת, עס איז נישט מעגליך צו מאכען יעדן טאג א 180 דעגרי יו טערען, דא און שטיבעל ביסטע כסדר אנטי רבנים און ע"פ דרך הטבע ביסטע אינדערהיים די זעלבע,

2}קיינער שטיפט דיר נישט, און קיינער דארף נישט דיין איבערבעטען, עפעס געלונגט דיר זייער אסאך מאל אז ווען אימער מען רעדט פון אזא נושא, מאכסטע דיר די סענטער אויף די דיבאטע, כאילו איינער האט געמיינט דיר און איינער וויל דיר נעמען פרעזענליך און דיר מופן קיין מאנסי, מען האט גערעדט פון א נושא אז פאר אומציפרידענע איז ביליגער בעסער פראקטישער גרינגער צו מופען, אז דו שפירסט זיך געטראפן דערפון איז עס דיין אייגענע פעלער, אנדערע און דיין גאטענוג האבן זיך שוין לאנג פארהארטעוועט אז זיי הערען ניטאמאל אז מען רעדט פון זיי אדער צו זיי, זע אז די זאלסט ארבייטען דערויף,

3}טייל האבן נאך אלץ די טעות און זיי טראכטען אז אטאקעס איז נאר ערלויבט פון די שוואכע צי די פרומע, דאס הייסט אז מען מעג נאר אטעקירען די פרומע די רבנים די עסקנים, אבער ווען מען אטעקירט אויף צירוק ווערען זיי באליידיגט,
שמעקעדיג, זיי רואיג מיט דיר אז די מעגסט שרייבען קעגן וועם די וויליסט עס באדערט נישט קיינעם {איך רעד לגבי עוה"ז}, אבער זיי גערישט אז מאנכע וועלען דיר צירוק אנריפען ביי דיין אמת'ע נאמען, און ארויסברענגן די ווייניג סיפוק החיים און די אמת'ע אומצופרידענהייט וואס מען זעט פון דיינע ווערטער, עס איז גארנישט ראנג ווען מען דערהייבט ארויס אז מען קען זען פון דיינע ווערטער ווי אזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, אטאקעס גייען ביידע וועגן,

P.S. איך דאווען נישט ביי קיין איינע פון די סאטמערע רבנים, מיינע קינדער גייען נישט און יענע מוסדות, און איך גיי נישט ביי זיי מיט קיין קוויטעל,
איך בין בסך הכל א פשוטער בעה"ב וואס וויל אז די פרימע זאלען אנגיין מיט זייער טעראר ווי מער און מצליח זיין ווי מער, ווייל אזוי - און נאר אזוי - וועט דער עמך איד זיך קענענן האלטען ביי א געהעריגען סטאנדערד אין אידישקייט, וואלטען ווען נישט די פרימע געצויגען זייער שטארק אויף רעכטס, וואלט שוין די דור געהאלטען אסאך ווייטער רח"ל, ווייל עס איז דא איינער וואס פראבירט צו גיין ווי מער אויף רעכטס דאס האלט יעדעם און צענטער, והדבר פשוט וידוע לכל מי שיש לו מוח ולב להבין, ואכמ"ל, עפעס א ענליכע מימרא איז דא פון הרב שך אדער די חזון איש לגבי דעם בעל דברי יואל זי"ע, איך קען נישט די פרטי המעשה אבער עס איז דא אזאך וואס קענענן עס,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

טעלעפאן האט געשריבן:איך וויל נאר איין זאך וויסן... די אלע רבי׳ס און מוסדות וואס מאכן די תקנות, וואס איז מיט די פראצענט וואס גיבט געלט און דערפאר מעגן זיי טוהן וואס זיי ווילן?? אויב ווער איך ארויסגעווארפן פון די מוסדות, מיט אלע ״גערעכטע״ תירוצים איבער א תקנה, צוב״ש א פילטער אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און צוויי יאר שפעטער בין איך אן איש מוצלח... ווער וועט שטיין ביי מיין טיר פאר געלט?

נאכדעם וואס מען ווארפט ארויס דיינע קינדער פון יענע מוסדות איז עס דיין החלטה צו די ווילסט זיי געבען געלט אדער נישט,
זיי מעגען ווייטער קימען בעטען, ווייל דיין געלט איז נישט אסור, אבער עס איז דיין באשלוס צי די ווילסט געבען אדער נישט,
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך,

הגם איך בין נישט אינגאנצן מחולק מיט דיר, וויל איך דיר פרעגן צי אפילו לויט דיינע ווערטער, ביסטו אבער מודה אז עס הערשט א אינקוויזיציע גייסט אין די היימישע מוסדות? איך פארשטיי אז מען קען אנטלויפן (טארקוועמאדא ימ"ש, להבדיל, האט אויך געגעבן צייט צו אנטלויפן פון שפאניע, נאר שפעטער איז שוין נישט געווען קיין ברירה), אבער אויב בין איך אין וויליאמסבורג אדער ק"י, אדער אפילו מאנסי אין ב"פ (די תקנות גייען דאך אן להורי התלמידים בכל אתר ואתר) איז אמת אז עס איז פאראן א קאמוניסטישן רעזשים, און די איינציגסטע עצה איז צו אנטלויפן?

וואס עפעס קאמוניסטישע רעזשים? קענסט בלייבן אין וומסב"ג, איינער שיקט דיך אוועק פון וומסב"ג ווען דו האסט אומגעפילטערטע אינטערנעט אינדערהיים? צו אפילו דו האסט א טעלעוויזשאן אינדערהיים?
דער מוסד זאגט איך קען נישט האלטן דיינע קינדער פאר צוויי סיבות
1) דער נשיא המוסד האלט אז מען טאר נישט האבן אזא זאך אינדערהיים, און פונקט ווי דו דארפסט זיך שטעלן צו מיין מוסד צו סיי וועלכע תקנה דארפסטו צו דעם זיך אויך צושטעלן
2) לו יהא דער נשיא המוסד וועט זיך נישט ארויסשטעלן, א גרויסע טייל עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען מיט אזעלכע קינדער וואס האבן צוטריט צו א קאמפיוטער

ואם תשיבני, ווער זאגט? אפשר פארקערט, אפשר דער רוב וויל יא קענען האבן קאמפיוטער אין שטוב און נישט ווערן טעראריזירט וועגן אינטערנעט?
זאג איך דיר, נניח ביסט גערעכט, לאז מיר זאגן אז דער רוב פונעם מוסד זוכט נישט קיין קאנטראל אויף די זאכן, נו אויב אזוי, פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אלע עלטערן און מען עפנט אליין א מוסד
[center]מוסדות "איש כל הישר" דוויליאמסבורג
נתייסד בדרך הדעמאקראטיע על שם הכתוב איש כל הישר בעיניו יעשה[/center]
לדבריכם אז מען טעראריזירט ממש דעם ציבור, ממש קאמינזים, נו איז נישט דא גענוג מענטשן וואס זאלן זאגן גענוג איז גענוג, מיר עפענען אליין א מוסד
אין קרית יואל בשנת תשמ"ט האבן זיך געוויסע אידן געפילט באקריוועדעט, וואס האבן זיי געטון, געפענט א מוסד מיט 6 קינדער, היינט האלטן זיי שוין ביי קרוב צו טויזענט קינדער
ס'איז זיכער דא מער ווי זעקס קינדער וואס זייערע עלטערן האלטן אז מען דארף נישט האבן קיין קאנטראל, נו עפן א מוסד!
וואס עפעס בין איך מחויב צו האלטן דיינע קינדער ווען דו ווילסט נישט האלט מיינע תקנות?

אז מ'דערמאנט דעם פסוק איז טאקע כדאי צו דערמאנען וואס רביה"ק בעל על הגאולה ועל התמורה האט אמאל געטייטשט ביי שלוש סעודות מיט בכיות נוראות, לכאורה איז דאך שווער דער פסוק זאגט בימים ההם אין מלך בישראל איש כל הישר בעיניו יעשה, עס וואלט בעדארפן שטיין איש כל הישר בעיניו עשה א לשון עבר? נאר וואס דען האט דער רבי געשריגן מיט קולי קולות, דער נביא זאגט עס וועט קומען א צייט אין מלך בישראל ס'וועט נישט זיין קיין פירער ביי אידען כלו אוהב שוחד ורודף שלמונים, זאגט דער נביא א באפעל איז כל הישר בעיניו יעשה, יעדער איד זאל טוהן ווי ער זעט רעכט דער דור וועט פיל בעסער פארן.

לענינו די היינטיקע רבי'ס וואס באקאנט שרייבט דער דברי חיים זיי זענען כמעט אלע פונעם ערב רב, אן אריינגיין אין ואלה המשפטים מיטן לא תרצח ולא תנאף פשוט וועלכער איד גייט נישט צום אייגענעם ברודער'ס צו שוואגער'ס קינדס חתונות ווי די אלע? אויף די דארף איך אויפהייבן מיין אינגל און ווייזן מיטן פינגער אלה אלקיך ישראל? וואס ענטפער איך דאס קינד ווען ער פרעגט טאטי פארוואס גייט נישט דער רבי צו זיין ברודער'ס חתונה? זיי וועלן מיר איינטיילן וואס א פילטער צו האבן וואס איך מעג ליינען? לאמיר טאקע פאלגן דעם נביא איש כל הישר בעיניו יעשה כלל ישראל וועט פיל בעסער אפשניידן, יעדער איד ביי זיך זאל טון ווי ער האלט איז ריכטיג אין זיינע אויגן. אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה איז נישט געזאגט געווארן פאר גוים דוכט זיך.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

בן תמליון האט געשריבן:

איך האב שוין געהערט די ווארט, ווייסט אפשר צו ס'דא א טעיפ אדער צו ס'איז געדריקט? אז די אלה אלקיך ישראל גייען אין ערכאות קען מען ריכטיג זאגען איש כל הישר בעיניו יעשה, ווייל יעדע קינד קען די רש''י פון אלה המשפטים.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

בן תמליון האט געשריבן:נאר וואס דען האט דער רבי געשריגן מיט קולי קולות, דער נביא זאגט עס וועט קומען א צייט אין מלך בישראל ס'וועט נישט זיין קיין פירער ביי אידען כלו אוהב שוחד ורודף שלמונים, זאגט דער נביא א באפעל איז כל הישר בעיניו יעשה, יעדער איד זאל טוהן ווי ער זעט רעכט דער דור וועט פיל בעסער פארן.

לענינו די היינטיקע רבי'ס וואס באקאנט שרייבט דער דברי חיים זיי זענען כמעט אלע פונעם ערב רב, אן אריינגיין אין ואלה המשפטים מיטן לא תרצח ולא תנאף פשוט וועלכער איד גייט נישט צום אייגענעם ברודער'ס צו שוואגער'ס קינדס חתונות ווי די אלע? אויף די דארף איך אויפהייבן מיין אינגל און ווייזן מיטן פינגער אלה אלקיך ישראל? וואס ענטפער איך דאס קינד ווען ער פרעגט טאטי פארוואס גייט נישט דער רבי צו זיין ברודער'ס חתונה? זיי וועלן מיר איינטיילן וואס א פילטער צו האבן וואס איך מעג ליינען? לאמיר טאקע פאלגן דעם נביא איש כל הישר בעיניו יעשה כלל ישראל וועט פיל בעסער אפשניידן, יעדער איד ביי זיך זאל טון ווי ער האלט איז ריכטיג אין זיינע אויגן. אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה איז נישט געזאגט געווארן פאר גוים דוכט זיך.

יו, איך קען זיך נישט איבערקימען ווי גערעכט דיין מהלך המחשבה איז,

זיכער האט די נביא דאס געוואלט, אז אויב עס וועט זיך אמאל מאכען איינער וואס וועט מעורר זיין איבער פירצות הדור זאל מען יענעם גלייך באשייגעצן צילוב משפחה פראבלעמען, און מען זאל נאר טיען דאס פארקערטע, ווי קען מען דען טראכטען אז נישט דאס האט דער נביא געוואלט?!!

און דאס זענענן נאך די אויפגעלקערטע!!
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

outspoken האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך,

הגם איך בין נישט אינגאנצן מחולק מיט דיר, וויל איך דיר פרעגן צי אפילו לויט דיינע ווערטער, ביסטו אבער מודה אז עס הערשט א אינקוויזיציע גייסט אין די היימישע מוסדות? איך פארשטיי אז מען קען אנטלויפן (טארקוועמאדא ימ"ש, להבדיל, האט אויך געגעבן צייט צו אנטלויפן פון שפאניע, נאר שפעטער איז שוין נישט געווען קיין ברירה), אבער אויב בין איך אין וויליאמסבורג אדער ק"י, אדער אפילו מאנסי אין ב"פ (די תקנות גייען דאך אן להורי התלמידים בכל אתר ואתר) איז אמת אז עס איז פאראן א קאמוניסטישן רעזשים, און די איינציגסטע עצה איז צו אנטלויפן?

וואס עפעס קאמוניסטישע רעזשים? קענסט בלייבן אין וומסב"ג, איינער שיקט דיך אוועק פון וומסב"ג ווען דו האסט אומגעפילטערטע אינטערנעט אינדערהיים? צו אפילו דו האסט א טעלעוויזשאן אינדערהיים?
דער מוסד זאגט איך קען נישט האלטן דיינע קינדער פאר צוויי סיבות
1) דער נשיא המוסד האלט אז מען טאר נישט האבן אזא זאך אינדערהיים, און פונקט ווי דו דארפסט זיך שטעלן צו מיין מוסד צו סיי וועלכע תקנה דארפסטו צו דעם זיך אויך צושטעלן
2) לו יהא דער נשיא המוסד וועט זיך נישט ארויסשטעלן, א גרויסע טייל עלטערן ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען מיט אזעלכע קינדער וואס האבן צוטריט צו א קאמפיוטער

ואם תשיבני, ווער זאגט? אפשר פארקערט, אפשר דער רוב וויל יא קענען האבן קאמפיוטער אין שטוב און נישט ווערן טעראריזירט וועגן אינטערנעט?
זאג איך דיר, נניח ביסט גערעכט, לאז מיר זאגן אז דער רוב פונעם מוסד זוכט נישט קיין קאנטראל אויף די זאכן, נו אויב אזוי, פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אלע עלטערן און מען עפנט אליין א מוסד
[center]מוסדות "איש כל הישר" דוויליאמסבורג
נתייסד בדרך הדעמאקראטיע על שם הכתוב איש כל הישר בעיניו יעשה[/center]
לדבריכם אז מען טעראריזירט ממש דעם ציבור, ממש קאמינזים, נו איז נישט דא גענוג מענטשן וואס זאלן זאגן גענוג איז גענוג, מיר עפענען אליין א מוסד
אין קרית יואל בשנת תשמ"ט האבן זיך געוויסע אידן געפילט באקריוועדעט, וואס האבן זיי געטון, געפענט א מוסד מיט 6 קינדער, היינט האלטן זיי שוין ביי קרוב צו טויזענט קינדער
ס'איז זיכער דא מער ווי זעקס קינדער וואס זייערע עלטערן האלטן אז מען דארף נישט האבן קיין קאנטראל, נו עפן א מוסד!
וואס עפעס בין איך מחויב צו האלטן דיינע קינדער ווען דו ווילסט נישט האלט מיינע תקנות?

אז מ'דערמאנט דעם פסוק איז טאקע כדאי צו דערמאנען וואס רביה"ק בעל על הגאולה ועל התמורה האט אמאל געטייטשט ביי שלוש סעודות מיט בכיות נוראות, לכאורה איז דאך שווער דער פסוק זאגט בימים ההם אין מלך בישראל איש כל הישר בעיניו יעשה, עס וואלט בעדארפן שטיין איש כל הישר בעיניו עשה א לשון עבר? נאר וואס דען האט דער רבי געשריגן מיט קולי קולות, דער נביא זאגט עס וועט קומען א צייט אין מלך בישראל ס'וועט נישט זיין קיין פירער ביי אידען כלו אוהב שוחד ורודף שלמונים, זאגט דער נביא א באפעל איז כל הישר בעיניו יעשה, יעדער איד זאל טוהן ווי ער זעט רעכט דער דור וועט פיל בעסער פארן.

לענינו די היינטיקע רבי'ס וואס באקאנט שרייבט דער דברי חיים זיי זענען כמעט אלע פונעם ערב רב, אן אריינגיין אין ואלה המשפטים מיטן לא תרצח ולא תנאף פשוט וועלכער איד גייט נישט צום אייגענעם ברודער'ס צו שוואגער'ס קינדס חתונות ווי די אלע? אויף די דארף איך אויפהייבן מיין אינגל און ווייזן מיטן פינגער אלה אלקיך ישראל? וואס ענטפער איך דאס קינד ווען ער פרעגט טאטי פארוואס גייט נישט דער רבי צו זיין ברודער'ס חתונה? זיי וועלן מיר איינטיילן וואס א פילטער צו האבן וואס איך מעג ליינען? לאמיר טאקע פאלגן דעם נביא איש כל הישר בעיניו יעשה כלל ישראל וועט פיל בעסער אפשניידן, יעדער איד ביי זיך זאל טון ווי ער האלט איז ריכטיג אין זיינע אויגן. אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה איז נישט געזאגט געווארן פאר גוים דוכט זיך.

איך האב שוין געהערט די ווארט, ווייסט אפשר צו ס'דא א טעיפ אדער צו ס'איז געדריקט? אז די אלה אלקיך ישראל גייען אין ערכאות קען מען ריכטיג זאגען איש כל הישר בעיניו יעשה, ווייל יעדע קינד קען די רש''י פון אלה המשפטים.

ס'איז אויף טעיפ און אויך געדרוקט. איך בין מחוסר ספרים וועל נאכזוכן אביסל שפעטער אדער אפשר איינער דא ווייסט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'מיין אז ס'איז געדרוקט אין דברי יואל פרשת שופטים אדער תצא. עכ"פ ערגעץ אין סדר דברים. כ'קען נאכקוקן שפעטער. (אגב פאר ווער עס איז אינטערעסירט צו וויסן - איך לערן אסאך דברי יואל און בין זיך מחי' דערמיט).
וירח ה' את ריח הניחוח
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן: (אגב פאר ווער עס איז אינטערעסירט צו וויסן - איך לערן אסאך דברי יואל און בין זיך מחי' דערמיט).

א גיטע אדייע, מען זעל עפענענן א אשכול ווי מען וועט אריינשרייבען גיטע געדאנקען תורות פון די וואך, און מחיה זיין אנדערע אידן דערמיט,
שמעקעדיג וועט אריינשרייבען וועלכע שטיקלעך דברי יואל עס איז געשמאק און גרינג צו פארשטיין,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך אויך. ער זאגט שיינע תורות הגם ס'איז באריכות.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

פריינדליך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: (אגב פאר ווער עס איז אינטערעסירט צו וויסן - איך לערן אסאך דברי יואל און בין זיך מחי' דערמיט).

א גיטע אדייע, מען זעל עפענענן א אשכול ווי מען וועט אריינשרייבען גיטע געדאנקען תורות פון די וואך, און מחיה זיין אנדערע אידן דערמיט,
שמעקעדיג וועט אריינשרייבען וועלכע שטיקלעך דברי יואל עס איז געשמאק און גרינג צו פארשטיין,

אויך שוין געטראכט אז אן אשכול פאר פרשת השבוע וענינא דיומא וואלט געווען נוצליך. בכלל דארף ווען דא אין שטיבל זיין מער שמועסן בענינא תורה וחסידות והמסתעף, מיר זענען דאך דאס עם הספר.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יאנקל האט געשריבן:האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר האט דערקלערט אין קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק אז עלטערן זענען געקומען צו אים זיך אפרעדן אז זיי זענען נזהר נישט אריינצוברענגען קיין קאמפיוטער אין שטוב, טא, פארוואס זאלן זייערע קינדער דארפן גיין אין חדר מיט קינדער וועלכע קומען פון שטיבער וועלכע פארמאגן יא קאמפיוטערס.

לאמיך אייך פרעגן טייערע אידן: וויפיל פראצענט פון די עלטערן פון די אהרונישע מוסדות האבן געהאט די טענה? פופציג פראצענט? דרייסיג פראצענט? צען פראצענט?

איך ווייס נישט וואס איר טראכט, אבער אויב זענען בכלל געווען עלטערן מיט אזעלכע "טענות" איז עס זיכער נישט געווען מער ווי פינף-זעקס מענטשן. איך קען נישט קיין איין איינציגער מענטש וועלכע וואלט געהאט אזעלכע עקסטרעמע "טענות", און איך וואונדער מיך צי דער עולם דא קען יא אזעלכע עקסטרעמיסטן. אין בעסטן פאל איז קלאר אז די עקסטרעמע תקנה וואס ר' אהרן האט איינגעפירט גענצליך צו אסר'ן קאמפיוטערס אין די שטיבער פון די עלטערן פון די קינדער פון זיינע מוסדות איז באזירט אויף די טענות פון ממש געציילטע עלטערן.
און דאס איז נישט קיין יושר.

ביי וויפיל פראצענט וואלסטע מסכים געווען? אויב עס איז איבער 50% ביסטע מסכים אז ער איז גערעכט?
עס איז טאקע זייער מעגליך אז פון אלע דריי שטעט איינאיינעם זענענן טאקע נישט געקימען מער וו א מנין אידן זיך אפרעדן, אבער די שכל זאגט אז עס איז איבער 50% און מער וואס ווילען נישט אז מען זאל אויסמישען קינדער וואס האבן קאמפיוטערס אוו שטוב מיט קינדער וואס האבען נישט קיין קאמפיוטערס און שטוב,
דארפסט וויסען, עס האט זיך עפעס אויסגעשטעלט אז די רוב דא און קאווע שטיבעל באלאנגען נישט צום פרומען לאגער, אבער אין די עכטע וועלט איז די מציאות אנדערש, מענטשן ווילען אז די שטיבער און די מוסדות זאלען זיין ריין, זיי ווייסען פינעם פאקט וואס די קאווע שטיבער שרייבער ווייסען אויך אז קאמפיוטערס איז גאר א שעגליכע פראדוקט און מען דארף זיך היטען דערפון אזאש ווי מען היעט זיך פון עני אנדערע פיזישע סכנה,

איך וועל איבערשרייבען אז זאך וואס איך האב שוין געשריבען,

פריינדליך האט געשריבן:איך דאווען נישט ביי קיין איינע פון די סאטמערע רבנים, מיינע קינדער גייען נישט און יענע מוסדות, און איך גיי נישט ביי זיי מיט קיין קוויטעל,
איך בין בסך הכל א פשוטער בעה"ב וואס וויל אז די פרימע זאלען אנגיין מיט זייער טעראר ווי מער און מצליח זיין ווי מער, ווייל אזוי - און נאר אזוי - וועט דער עמך איד זיך קענענן האלטען ביי א געהעריגען סטאנדערד אין אידישקייט, וואלטען ווען נישט די פרימע געצויגען זייער שטארק אויף רעכטס, וואלט שוין די דור געהאלטען אסאך ווייטער רח"ל, ווייל עס איז דא איינער וואס פראבירט צו גיין ווי מער אויף רעכטס דאס האלט יעדעם און צענטער, והדבר פשוט וידוע לכל מי שיש לו מוח ולב להבין, ואכמ"ל, עפעס א ענליכע מימרא איז דא פון הרב שך אדער די חזון איש לגבי דעם בעל דברי יואל זי"ע, איך קען נישט די פרטי המעשה אבער עס איז דא אזאך וואס קענענן עס,
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יאנקל
איך פלעג האבן א קאמפיוטער אין שטוב
דאס ערשטע מאל וואס די רבי האט גערעדט אז עלטערן האבן זיך אפגערעדט, איז געווען ביי די מומביי פרשה ווען קינדער זענען געקומען דערציילן אין חדר אז זיי האבן מיטגעהאלטן די קאמאנדא אקציע אין אינדיע
איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן לערנען אין איין חדר מיט אזעלכע קינדער, און זיי וויסן איך הייס נישט פון די פרומע אין מוסד, שטעל דיך שוין פאר וואס די פרומע ווילן

אגב, אין וויליאמסבורג קען מען זיכער נישט האבן קיין טענה צו האדמו"ר מהר"א, ווייל דארט האט ער אויפגעשטעלט זיינע מוסדות פון אלף, און ווער ס'וויל נישט פאלגן קען בלייבן ווי ער איז געווען ביז תשס"ו
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יאנקל האט געשריבן:שרייבער,
דו רעדסט פון קינדער מיט אינטערנעט אין שטוב; האדמו״ר ר׳ אהרן רעדט פון קאמפיוטערס אן אינטערנעט.
ר׳ אהרנ׳ס מוסדות אין וויליאמסבורג ווערט דורך זיינע חסידים און דורך אים אליין באטראכט ווי א דירעקטע המשכה צו די מוסדות פון האדמו״ר ר׳ יואל ז״ל, און זענען בלויז פריש נתחדש געווארן מיט עטליכע יאר צוריק.
אלנפאלס, דאס מאכן עקסטרעמע תקנות אויף נישט אננעמען קינדער איז א דבר חדש אינגאנצן, און איז לכאורה די גרעסטע שינוי אין דעם דרך החינוך וואס איז נאר אמאל איינגעפירט געווארן. די רבי׳ס זאלן נאר אפן זאגן אז זיי טוישן דעם מהלך החינוך, און זאלן אפן מודה זיין אז מ׳מעג מאגן ראדיקאלע שינויים אין חינוך און אין אידישקייט אויב עס פעלט אויס פאר׳ן דור פארגעסנדיג פון די אלע פוילע תירוצים ווי ״אין בי״ד יכול לבטל דברי בי״ד חבירו אלא א״כ גדול ממנו בחכמה ובמנין.״

קאמפיוטער אן אינטערנעט איז א גזירה אטו קאמפיוטער מיט אינטערנעט, ולא פליג

דו רעדסט פון שינויים?
דאכט זיך אז האדמו"ר מהר"א האט נישט קיין דאגה מיט שינויים, פרעג נאר זר זהב
פארשפארט