פאליטיק אין "קאווע שטיבל": קומט שטימען!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

איך ווייס נישט פארוואס די שרייבסט אזוי בייז, פארוואס דאס באדערט דיך 'אזוי' שטארק

יידל האט געשריבן:נאכאמאל "מכלומרשט". וויאזוי ווייסטו אז זיין ציל איז בלויז פאליטיק? אפשר איז זיין ציל טאקע יא זשורנאליזם?
די האסט פארפעלט צו ברענגן ראיות אז די קריטיק וואס ער ברענגט אויפן בלאט איז דא אויפן איד. ער האט דאך געברענגט דוגמאות פון שרייבער אין בלאט וואס ווייסן נישטאמאל איבער וואס זיי שרייבן. קענסט ברענגן די זעלבע פון "דער איד"?

די זאגסט מיר דא גארנישט מער ווי די פריעדיגע תגובות
אין איך האלט נישט ביים נעמען די איד אין זיכן מיסטעיק צו קענען פעיסטן אויף קאווע שטובל
איך האב געברענגט איין דוגמא פין דער איד פאריגע וואך וואס זאגט אסאך מער ווי דיין/זיין גאנצע אשכול
איך האב נישט פיינט דער איד אין מיך אינטערסירט נישט זייערע מיסטעיקס, איך זעה עס יעדע וואך אין עס גייט מיך נישט אן.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די מיינסט די דוגמא מיט זייער פאלעמיק אקעגן וואלעסקעז?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

שמעקעדיג האט געשריבן:לענינינו. איך האב געשטימט אינגאנצן נישט צוצולאזן די פאליטיק. ס'איז עקלדיג ברוחניות ובגשמיות, ס'איז א טיים-קילער אן קיין שום נוצליכע רעזולטאטן, קיינער האט נאך נישט איבערצייגט דעם צווייטן אפילו פעם אחת. בפרט יעצט אין בין המצרים, ווען מ'דארף מתקן זיין די שנאת חנם וואס האט גורם געווען אונזער ביטערן חורבן.


ביזט אפשער גערעכט, אבער ארבעטען זאלסטע אויף דיר, נישט אויף יענעם דורעך יענעם פארשטאפען דאס מויל, יענער האט זיין בחירה אין יענער וועט בוחר זיין וואס יענער וויל, טאמער די ווילסט קענסטע שרייבען א מוסר ארטיקעל אין ארויסברענגען גוט די ענין, ווער עס וועט נתעורר ווערען וועט נתעורר ווערען,

אבער די וועג איז נישט צי יענעם פארשטאפען דאס מויל, ארויפצווינגען יודישקיייט ווייסען מיר שוין ווי עס פירט, העכסטענס וועט זיין א עקסטערע פורום אין קיינער צווינגט דיר נישט דארט אריינציגיין,
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איז טאקע נאר דא 33 ניקים מיט 75 תגובות?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'וואלט געשטימט פאר צוויי. מיין פראבלעם איז אז די ספעציעלע ניקים וועלן אנ'חזר'ן אנדערע אשכולות אין די וועלט אריין, כדי מ'זאל נישט קענען זאגן אז זיי זענען דא בלויז פאר פאליטיק. און קאווע שטיבעל וועט זיין לקתה בכפליים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דאס איז שוין א בריסקער געדאנק! כפטיש יפוצץ סלע...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:איז טאקע נאר דא 33 ניקים מיט 75 תגובות?

לעת עתה איז דא 69 ניקים מיט לפחות 75 תגובות, וויפיל פון זיי זענען זאכליך איז שוין אן אנדערע מעשה.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

קען מיר איינער זאגן פארוואס די היימישע פאליטיק און אמפערייען איז ערגער ווי די אמעריקאנער אדער איזראיעלי פאליטיק? איך פארשטיי אז סאיז אינוואלווד איסורים פון לשון הרע ורכילות אבער ווי עס שיינט פון כמעט אלע תגיבות וואס מ'רעדט איבער דעם נושא, אז נישט דאס באדערט דעם עולם, עפעס אנדערש דרוקט דא.
ווער ס'האלט נאר אביסל מיט די פרעזידענט קאמפיין, וועט וויסן צו פארציילן פון גענוג קינדישע טענה'רייען, און דורטי טריקס וואס קומען פאר חדשים לבקרים אינערהאלב די קאמפיינס. גאנצע שמוץ און שמור בלאגן, און וועב-זייטלעך קורסירן, און יעדע צווייטע טאג ווערט אויפגעדעקט אלטע און נייע עבירות איבער די קאנדידאטן וואס ווערט שפעטער דיסקוסירט מיט אלע קליפערלעך אויף פעיסבוק און אדערע סאושעל סייטס, ווי מהרג'ט זוך ארום איין מאל אין ווידער אמאל אלטע אויסגעדראשענע פארטייאישע טענות.
און ווער רעדט נאך אין מדינת ישראל, ווי ס'איז מער אויסגעשטעלט אז מ'אטאקירט זיך איינער דעם צווייטן אפילו אין די רעגירונג אליין, איז דא יעדן טאג פרישע ווארע, פרישע סחורה.
האט איינער אמאל גערעדט מיט אזא עקל און איבל איבער די פאליטיקס? איך האב נישט געזעהן!
עפעס אנדערש - נישט קינדערישע טענות, נישט אויסגעדראשענע מיינונגען, נישט פארטייאישע איינזייטיגקייטן - באדערט!
דרוקן דרוקט גאר עפעס אנדערש! און פאר דעם טאקע דארף מען א באזונדערע פורום, וואס מזאל נישט באגעגענען אפילו בטעות אין די אקטיווע אשכולות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גדעון, גערעכט, אבער דער עולם באדערט עס ווייל מ'קען די גארביטש פון דער נאנט, מ'לעבט אין דעם, משא"כ פאליטיקאנטען.
שטעל דיך פאר אז ס'דא א פארום פאר קאנגרעסלייט זיך אויסצוליפטערן, מיינסט זיי וואלטן געהאט נערווען צו הערען די זעלבע מעשיות דארט? פארדעם קענען זיי בלייבן אין קאנגרעס, די זעלבע דא, אויב ווילן מיר הערן די שטותים קעמער גיין אין עני פאליש, מקוה, קאווע שטיבל, אבער מ'קומט דא ווייל מ'זוכט עפעס בעסערס. כנלע"ד.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

גדעון פיר אויס די נמשל. וואס באדערט די עולם?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

לעניית דעתי, דעתי הקלושה

אויב מיינע ווערטער מאכען עפעס א נפק"מ

פונקט ווי עס איז דא א "מאחורי הפרגוד" אפטיילונג, זאל מען מאכען אזא אפטיילונג ספעציעל איבער חסידישע פאליטיק, דאס מיינט אז דער עצם קאווע שטיבל איז ריין. אין אויב אין קאווע שטיבל קומט אויס א חסידישע פאליטיק ווי מיר זעהן געשענט דאס אפט, זאל מען עפענען נאך אזא אשכול אויך אין דער 'חסידישע פאליטיק אפטיילונג' וואס דארט קען מען דאס מער אויס שמועסן, אזוי אז קאווע שטיבל בלייבט נאך אלס ריין.

אין נאר ערענסטע אין שנה ראשונה'דיגע, און ניקס וואס האבען א געוויסע מספר, זאל האבען איינטריט דארט. (לאו דוקא אלע דריי קאטעגאריעס נאר בלויז א ביישפיל).

אבער דאס מיינט נישט אז די מנהלים ואחראים זאלען לאזען טוהן וואס מ'וויל, דער צענזור עט מוזען האלטן א אויג, אז אויך דארט זאל חס ושלום נישט ווערען קיין הייד פארק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אויב מעיג איך זאגען מיין איך אז מ'מאכט שוין וואלען זאל מען מאכען וואלען אויך צו מען מעיג אריין מישען און יעדע שמועס ווי נישט גוט אינזער סיסטעם איז...... אפשר זאל זיין א עקסטערע פורום דערפאר.... עס עקלט זייער ווען עס ווערט אריין געמושט און יעדע שמועס
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

איך האב צייטען ווען איך גלייך אריינצושפרינגען און ליינען איבער די סאטמערע פאליטיק, איך האב צייטען ווען איך גלייך עס נישט,

ווען איך וויל ליינען טו איך עס און איך בין מגיב, ווען איך וויל נישט ליינען טו איך עס נישט,

פארוואס קענט איר נישט טיען די זעלבע?
איר גלייכט עס נישט? דאן ליינט עס נישט! גייטס גלייך ווייטער!
האט אייך איינער געצווינגען צו עסן א אייער סענוויטש אפילו איר גלייכט עס נישט?

ווי לאנג די טעמע איז געצוימט נאר צו איינס צוויי אשכולות דאן דארף מען נישט קיין מאכען קיין וועזען דערפון, לויט ווי איך זע קימען זיך די צוויי פארטייען דא זייער פיין אדורוך, מי יודע? אפשר וועט מען נאך דא אויסהאמערען א שלום אקציע, אויב די זאך וועט זיך טוישען און עס וועט זיך אריבערשפריטען צו מערערע אשכולות דעמלאטס איז צייט צו נעמען שריט און עס צוימען אז עס זאל זיך האלטען און די ראמען ווי עס באלאנגט,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיין מיינונג איז אזוי:
אוודאי וויל דאך יעדער הערן וואס טוט זיך איבעראל... אבער מ'וויל דאך נישט ס'זאל ווערן שמוציג וכדומה, דאן די עצה איז אזוי:
יעדע ניק זאל ווערן געסיינט צו א געוויסע קהילה. למשל, "קאווע טרינקער" איז שאפראן'ע חסיד און "ידען" איז א סארוואש'ער, וכדומה.
יעדע חסיד מעג ברענגען נייעס פון די חסידות, קהילה, הויף, ארגאנעזאציע, וואס ער שטעלט פאר.
1) מען קען נישט פארטרעטען צוויי קהילות וכדומה
2) מ'דארף באמת זיך אויסקענען אין יענע קהילה, ער דארף זיין גרייט צו ענטפערן שאלות וכו'.

אפשר גאר זאל זיין נייע ניקים אונטער יענעם נאמען, איינער זאל הייסן "חסד של אמת" און דער צווייטער "מתעסקים"
איינער "עי טיים" דער צווייטער "בוני עולם",
להגדיל תורה ולהאדירה
איך פארטרעט "קרבן אשר סידורים"
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשטומט.
פראפעסאר שפירא איז גערעכט אז מ'דארף צאםרעכענען נאמבער 5 מיט נאמבער 4 - אבער מ'דארף אויך צאם רעכענען נאמבער 1 מיט נאמבער 3.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

פריינדליך האט געשריבן:איך האב צייטען ווען איך גלייך אריינצושפרינגען און ליינען איבער די סאטמערע פאליטיק, איך האב צייטען ווען איך גלייך עס נישט,

ווען איך וויל ליינען טו איך עס און איך בין מגיב, ווען איך וויל נישט ליינען טו איך עס נישט,

פארוואס קענט איר נישט טיען די זעלבע?
איר גלייכט עס נישט? דאן ליינט עס נישט! גייטס גלייך ווייטער!
האט אייך איינער געצווינגען צו עסן א אייער סענוויטש אפילו איר גלייכט עס נישט?

ווי לאנג די טעמע איז געצוימט נאר צו איינס צוויי אשכולות דאן דארף מען נישט קיין מאכען קיין וועזען דערפון, לויט ווי איך זע קימען זיך די צוויי פארטייען דא זייער פיין אדורוך, מי יודע? אפשר וועט מען נאך דא אויסהאמערען א שלום אקציע, אויב די זאך וועט זיך טוישען און עס וועט זיך אריבערשפריטען צו מערערע אשכולות דעמלאטס איז צייט צו נעמען שריט און עס צוימען אז עס זאל זיך האלטען און די ראמען ווי עס באלאנגט,

הא תינח בזמן עס איז דא א עמטליכע אשכול פון פאליטיק, ווי למשל מהרז"ל תקנות צו אפילו די בלאט אשכול וכדו' דעמאלטס זאגסטי זייער גיט, אלע וואס גלייכען דאס נישט אדער עכ"פ ווען מ'וויל עס נישט יעצט איז דא די ברירא פון נישט אריינטרעטען, אבער וואס איז לגבי אריינדרייען פאליטיק אין יעדע נעמאלע אשכול? וואס דארף גלויבל ווארמינג האבען צי טוהן וואס די ארונים אדער זאלונים אדער וועלכע באבוב זאגט דערויף וואס?

צי זיין אביסל קלארער: אוודאי איז דא א דעמאקראטיש זייטל און יעדער מעג און זאל גערען זיך לאזן הערן, קיינעם שטערט נישט אז עס געפינט זיך פאליטישע אשכולים, ס'דארף ווען זיין נאר א דעבאטע אויב די מנהלים זאלען צילאזען יעדער בר בי רב דחד יומא זאל מעגען אנ'חזר'ן כאטש וועלכע גיט גייענדע אשכול מיט פאלאטיזם
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

ווי ס'קוקט אויס קען מען חרטה האבן נאכן שטימען און וועלן א אנדערע אפציע.

נאך איינער האט באמערקט?
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

שמואל הלוי האט געשריבן:ווי ס'קוקט אויס קען מען חרטה האבן נאכן שטימען און וועלן א אנדערע אפציע.

נאך איינער האט באמערקט?

יידל האט געשריבן:די אמת איז אז די וואס האבן געוויילט נומער 5 קענען ווען אימער טוישן צו 4. סאו, אויב ווילן זיי טאקע ענדערש 4 ווי דריי, קענען זיי טוישן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גדעון האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן פארוואס די היימישע פאליטיק און אמפערייען איז ערגער ווי די אמעריקאנער אדער איזראיעלי פאליטיק? איך פארשטיי אז סאיז אינוואלווד איסורים פון לשון הרע ורכילות אבער ווי עס שיינט פון כמעט אלע תגובות וואס מ'רעדט איבער דעם נושא, אז נישט דאס באדערט דעם עולם, עפעס אנדערש דרוקט דא.

ווער ס'האלט נאר אביסל מיט די פרעזידענט קאמפיין, וועט וויסן צו פארציילן פון גענוג קינדישע טענה'רייען, און דורטי טריקס וואס קומען פאר חדשים לבקרים אינערהאלב די קאמפיינס. גאנצע שמוץ און שמיר בלאגן, און וועב-זייטלעך קורסירן, און יעדע צווייטע טאג ווערט אויפגעדעקט אלטע און נייע עבירות איבער די קאנדידאטן וואס ווערט שפעטער דיסקוסירט מיט אלע קליפערלעך אויף פעיסבוק און אדערע סאושעל סייטס, ווי מ'הרג'ט זוך ארום איין מאל און ווידער אמאל אלטע אויסגעדראשענע פארטייאישע טענות.
און ווער רעדט נאך אין מדינת ישראל, ווי ס'איז מער אויסגעשטעלט אז מ'אטאקירט זיך איינער דעם צווייטן אפילו אין די רעגירונג אליין, איז דא יעדן טאג פרישע ווארע, פרישע סחורה.

האט איינער אמאל גערעדט מיט אזא עקל און איבל איבער די פאליטיקס? איך האב נישט געזעהן!


חוץ די אידישע פראבלעם דערמיט - דהיינו שנאת חנם לשה"ר רכילות מוציא ש"ר וכדומה - איז דא נאך א נפק"מ.

ווי אזוי עס זאל נישט זיין, וועט קיינמאל נישט זיין קיין חילוק ווער עס געווינט יא אדער נישט ביי די אהרונים/זאלוינים. זיי זענען ביידע רבי'ס, ביידע האבן זייערע חסידים, און די נארישע פאליטיק פון קארט קעיסעסס וכדומה איז כמעט נישט מעלה און נישט מוריד, און איז מאוס ונמאס.
משא"כ ביי פרעזידענט און אנדערע וועלט נייעס, וואס דאס מאכט גרויסע דיפערענצן אין דעם גאנצן לאנד, געזעצן וואס קענען שטארק אפעקטירן יעדן בירגער, קען מען מער פארשטיין פארוואס מענטשן גריבלען דערוועגן און שמועסן אויס יעדע נייעסל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין מיינונג איז אזוי:
אוודאי וויל דאך יעדער הערן וואס טוט זיך איבעראל... אבער מ'וויל דאך נישט ס'זאל ווערן שמוציג וכדומה, דאן די עצה איז אזוי:
יעדע ניק זאל ווערן געסיינט צו א געוויסע קהילה. למשל, "קאווע טרינקער" איז שאפראן'ע חסיד און "ידען" איז א סארוואש'ער, וכדומה.
יעדע חסיד מעג ברענגען נייעס פון די חסידות, קהילה, הויף, ארגאנעזאציע, וואס ער שטעלט פאר.
1) מען קען נישט פארטרעטען צוויי קהילות וכדומה
2) מ'דארף באמת זיך אויסקענען אין יענע קהילה, ער דארף זיין גרייט צו ענטפערן שאלות וכו'.

אפשר גאר זאל זיין נייע ניקים אונטער יענעם נאמען, איינער זאל הייסן "חסד של אמת" און דער צווייטער "מתעסקים"
איינער "עי טיים" דער צווייטער "בוני עולם",
להגדיל תורה ולהאדירה
איך פארטרעט "קרבן אשר סידורים"

נו, גילוי! :געוואלד: :געוואלד: :בלאבלא: :נישטמסכים: :נישטמסכים: :ציין: :ציין:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
cookies
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 10:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך cookies »

CANT VOTE
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

ג'וואוט.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

beg time
פארשפארט