פאפירענע גלאז

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

פאפירענע גלאז

שליחה דורך ישובניק »

עס קומט מיר אויס זיך אנצושטויסן אויף דילעמעס ביים שרייבן אויף אידיש, ווייל היינטיגע באגריפן האבן אפט נישט קיין צוגעפאסטע פארשפרייטע אידישע טערמינען.

אויף איין אזא ביישפיל האב איך זיך יעצט אנגעטראפן.

"פעפיער קאפס".

וואס טוט מען? ;)

איך האב געזען: פאפירענע גלעזער. אבער דאס איז דאך א סתירה מיני' ובי', הגם מ'קען עס מיישב זיין בדוחק אז "גלעזער" האט שוין אויפגענומען א נייעם באדייט.

אנדערע האב איך געזען שרייבן "קארטאנענע גלעזער", אן ענליכער טערמין, מיט דער זעלבער פראבלעם.

אלא מאי? פאפירענער כוס? פאפיר-כוס? אויף דייטש, מיין איך, איז עס בעכער. אבער וועלן מיר דען קידוש מאכן אין אזוינס? :lol:

עס האט מיר אויסגעזען ווי דאס נארמאלסטע וועט זיך נאך הערן עפעס אזוינס: פאפירענער קאפ, אדער פאפיר-קאפס. ס'קומט מיר אבער אויס פריקרע. דער "קאפ" וויל זיך מיר עפעס נישט אזוי איינאייגענען אין אידיש.

הא?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר