ר' אבנר עפגין שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

ר' אבנר עפגין שליט"א

שליחה דורך קרעקער »

קען איינער געבען א באריכט ווער ער איז? פון וואו ער קימט? וואס איז ער? א צדיק? מקובל? חכם? איז ער א ספרדי? תימני? מאראקא? טערקישער? וואס איז זיין כח? ווי אזוי ציהט ער צו אפילו היימישע סאטמארע נארמאלע קליגע יודען?

http://www.jdn.co.il/news/412357
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רבי אבנר איז א אפשטאמיגער פון די עולי תימן, וואס די מדינה האט ארויפגעברענגט פון תימן קיין ארץ ישראל צו באזעצן דאס א''ג אידיש לאנד.

אזוי ווי עס איז ברייט באוויסט האט די מדינה זיך אויפגעפירט זייער רשעותדיג צו ערליכע תימענע אידן, מען האט זיי באזעצט אין די ערגסטע געגענטער אין ארץ ישראל, אז זיי זאלן זיין וואס ווייטער אוועק פון די ערליכע אידן, אזוי ארום זאל מען זיי קענן גרינגער אויסשמד'ען, און עס האט זיי ליידער געראטן, די ציונים האבן אויסגעשמד רוב רבו פון דעם גאלרייכער שבט מישראל, וואס האט זיך געפירט מיט זייער הייליגע מסורה נאך פון זמן בית ראשון.

אזוי אויך בגשמיות האט מען זיי ליידער אוועק גענומען די קינדער, און זיי פארקויפט פאר רייכע קינדערלאזע גויאישע פאר-פעלקער, און געמאכט מיט די געגאנב'טע קינדער גרויסע געשעפטן, און פאר די עלטערן פון די קינדער האט מען איינגערעדט אז זייער קינד איז געשטארבן.
און א חלק האט מען אריין געשטעלט אין דעם ציוניסטישען מיליטער ווי זיי האבן געדינט אין די ספעציעלע קרעפטן, וואס דארפן טיילמאל גיין אויף ריזיקאלישע מיסיעס פון וואס מען קומט ליידער נישט אהיים, און אזוי ווי די עלטערן האבן נישט געווויסט אז זייער קינד לעבט בכלל, און די קינדער האבן נישט געוויסט אז זיי האבן עלטערן, האט דאס פארשפארט א סאך קאפווייטאג פארן ציוניסטישען מיליטער, ווען די סאלדאטען האבן נעבאך אויסגעבלוטיגט צום טויט אין עפעס א פאריקטן אראבישען דארף ערגעץ אין דרום צו ווי...

פאר א פאר יאר ציריק האט דער תימנער אקטעוויסט עיזי משולם אנגעהויבן טימלען קעגען די רשעות וואס די מדינה איז באגאנגען קעגן די תימענע עולים, און ווען די ציוניסטישע פירער פינעם אזוי געריפענעם דעמעקראטישער מדינת ישראל האט געזעהן, אז טימול ווערט שטערקער און שטערקער, האט זיי אים אריין געשליידערט אין טירמע ביז צו זיין לעצטן טאג.

די עלטערן פון ר' אבנר זענען פלאצירט געווארן אינעם מחנה עולים ראש עין, און ר' אבנר האט זיך טראץ די אלע נסיונת געהאלטן פעסט ביי אידישקייט, און געראטעוועט וויפיל פון די אינגווארג וואס איז נאר שייך געווען צו ראטעווען, אז זיי זאלן נישט אויסגעשמד ווערן פון די פארשאלטע רשעי עמינו.

ר' אבנר גייט אין די וועגן פינעם גרויסען הייליגן מקובל וואס האט געשטאמט פון תימן, רבינו הקדוש רבי שלום שארעבי זי''ע וואס איז באוויסט אלס דער רש''ש.

און באניצט זיך מיט תקינים און קבלה מעשיות, ארויסצוהעלפן אידן בעת צער להם, אזוי ארום האט זיך ערווארבן א סאך מעריצים פון די חסידישע געמיינדע, וואס האבן אים אנגעהויבן מאכן פון א תימענער חכם, צו א חסידישער רבי, עס שלאגט טאקע נישט גוט אויס, אבער מען האלט נאך אינדערמיט, אפשר וועט זיך עס נאך אויסארבייטן.

און אלס איינער וואס האט צוגעזעהן מיט די אייגענע אוגן די שוידערליכע מעשי רציחה ושמד פון בן גריון'ס חסידים, האט ער א געוואלדיגע שנאה קעגן די ציונים מיט זייערע נאכשלעפער, דאס מאכט פאר די סאטמארע חסידים באקוועם זיך צו געפינן אין זיין געזעלפשאפט.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער בעלזא האט געהאט דער זעלבע שאלה.
הרב אפג'ין איז געקומען באזוכן דער בעלזא רב לכבוד דעם נייעם יאר, ווי מ'זאגט לברך ולהתברך, האט איהם דער בעלזא געפרעגט ווי איז ער געוועהן ביז היינט? פארוואס האט מען נישט אזוי געהערט איבער איהם? האט הרב אפג'ין גענפערט יעדער קומט זיך זיין צייט, פון הימעל רופט מען אויס ווען ער זאל נתגלה ווערן.
ס'האט אויסגעזעהן ווי דער בעלזא רב האט אנגענומען דעם תירוץ.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

איך אסאך געהארט פון אט דעם תימן'ם אדמו"ר, אזש ס'האט מיר געשמעקט זיך צי באגעגענעם מיט אים - ביז די טאג איז אנגעקומען:
איך בין געוועהן און א"י ל"ג בעומר צייט העעלל"ט, איין ציפרי באקומט מיין חבר אן אלערט אז דער תימן'ער מקובל גייט מאכען א תיקון גדול אינעם מערה פון שמואל הנביא, איך בין אויפגעשפרינגען און געזאגט דעם חבר מיינעם אז די געלעגענהייט איז געוואלדיג!
צים באשטימטען צייט זענען מיר געוועהן אינעם מערה געכאפט א גיט פלאץ צי קענען גיט מיטהאלטען דעם ספעקטאל אן פארלירען קיין איין תנועה פונעם מעמד נורא, ער איז אנגעקומען גאנץ אין צייט ארימגענומען מיט חסידישע גבאים וואס קאנען גיט שטיפען און שטויסען אזוי אז די מצב האט אויסגעקוקט ווי דער גרעסטער אדמו"ר איז דא!
מ'האט געטיילט (געכאפט) צעטלעך פון דעם תיקון אז מ'זאל קענען מיטהאלטען (מיטזאגען) און הרב עפגין שליט"א האט אנגעפאנגען א דרשה התעוררות אויף עברית, געמאכט קולות וברקים געכליפערט און געבריקעט אויף די צער השכינה און צרות ישראל, איך האב פארשטאנען איין ווארט פון פינעף צילוב שיין שנעל רעדען, און אויך צילוב זיין שטארקען תימנישער הברה אין דאס אויך געוועהן געכליפערט, כ'האב גערען געוואלט מיטוויינען אבער עס איז בשום אופן נישט געגאנגען! ס'איז זיך מיר ענדערש געקומען צי לאכען ווי ער שרייט ווי אן עגלה ערופה און די חסידישע אנהענגער קיקען ווי קעלבער און קרעכצען און ברימען האלב וויינען האלב שרייען, אבער פארט האב איך זיך געמוזט איינהאלטען צילוב וואס כ'האב געקלערט אפשר איז ער דא טאקע מתקן גרויסע זאכען און ווידעראום אפילו נישט קען איך כאפען א שאס אין די ציין פון די גבאים אזוי ס'האט זיך מיר נישט געגליסט צי לאכען....
אזוי איז די תיקון אנגעגאנגען א שטיק צייט ביז דער עולם האט אנגעפאנגען צי שמעקען פון שווייס, ס'איז געווארען אימעטיג פון אלע זייטען אבער והוא באחת געהאקט תיקונים איינס נאכען צווייטען אן א עק און אן א סוף, ביז איך האב בטעות געמאכט א איי קאנטאקט מיט מיין חבר (וואס מיר האבען ביידע זיכער געמאכט מונע צי זיין די גאנצע צייט) ווי אונז האבער ביידע געשפירט אז די כח המעצור ווערט שמעלער און ביז א מינוטקעלע צוויי הערט מען יאמערליכע געלעכטער, אונז האב מיר ביידע געהויבען פיס ארויס אויף די לופט איז אריינגעלאכט א צירקע פון 15 מינוט!
וואס זאל איך אייך זאגען = קען זיין ער איז א גאר גרויסע מענטש, אדער גאר א שטיק מעשיגענער און א געזינטע עקטער - איך ווייס נישט און איך בין נישט דער צימאכען החלטות, איך פארצייל נאר וואס בדידי הוא עובדא.
אם יש דברים בגוי איז עס א געוואלדיגע זאך אז אידען זאלען האבען נאך אן ערליכער איד וואס אביסעל לייכטער מאכען די צרות ישראל, אויב איז עס א גיטע עקט וואונטש איך הצלחה ווילאנג עס גייט........
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

קאך_לעפל האט געשריבן:פאר א פאר יאר ציריק האט דער תימנער אקטעוויסט עיזי משולם אנגעהויבן טימלען קעגען די רשעות וואס די מדינה איז באגאנגען קעגן די תימענע עולים, און ווען די ציוניסטישע פירער פינעם אזוי געריפענעם דעמעקראטישער מדינת ישראל האט געזעהן, אז טימול ווערט שטערקער און שטערקער, האט זיי אים אריין געשליידערט אין טירמע ביז צו זיין לעצטן טאג.

ביי דעי וועי ער לעבט שוין נישט, געשטארבען פאראיאר זימער.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זיין ספר דברי שלום אויף מנהגי הרש"ש על פי הלכה זעהט אויס צו זיין אן ערנסטער ספר. נישט אפשר די גרעסטע גאונות אבער ער דארף צו זיין א שטיקל תלמיד חכם.
I have a dream
Martin Luther King ~
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ער איז א שטיקעל תלמיד חכם.

דער חלק פין קבלה מעשית איז שטיקעל איבערגעטריבען, ער מאכט "תיקונים" ווי @שלמההמלך לייגט אראפ.

אלע תיקונים האבען אנדערע מהלכים. ער נעמט פין אלטע ספרים, און מאכט אייגינע.

פאר בערך צען יאר צוריק האט ער געמאכט א "תיקון" אין מנורה זאל, ווי מען האט געמאכט הקפות און געזאגט אנא ד' הושיעה נא און אריין געווארפען מטבעות און שיסלעך מיט וואסער, עפעס בערך אזוי. ער'ט געהאט א עולם פין פיפציג מענטשען.

איך ווייס נישט צו דער עולם וואס קומט גלייבט אז די זאכען העלפען צו זיי זענען סתם נייגעריק, אדער אפשר גאר דעספערעט.

איין זאך איז ער זיכער, א גרויסע בעל מדות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך האב געלערנט אין ישיבה אין מאנסי איז רב.עפגין דארט געווען ה' אייר ווייל ער איז מקפיד נישט ציזיין אין א''י אויפן יום העצמאות, אין היות ער וויל דאווענען וותיקין האט ער געבעטן בחורים זאלן אויפשטיין אין נאכן דאווענען האט ער געזאגט א שיעור בהלכה אויף הל' ספירת העומר, אין עס האט זיך אנגזען אז ער איז א איד וואס פארשטייט לערנען,
איך האב אויך געהערט דעמאלטס אז ער ארבעט אין א תורה'דיגע מכון, ווי מען ארבעט אויף ספרים
אין די צייטונג איז געווען באשריבן פאריגע וואך אז ער האט פלענער וויאזוי צי העלפן כולל אינגעלייט, עס דערקענט זיך אז ער איז א שטיקל בעל דמיון
20141105_233148-1833423467.jpg

20141105_233444-398866141.jpg

20141105_233505-1754100971.jpg

20141105_2335141104576863.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

20141105_233523-2062292495.jpg
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

זאגט דעם ר' אבנר אז זיין רעיון איז גאר גוט, נישט נאר זאלען די רווחים גיים פאר די בני תורה, נאר אנפירען די פאבריקען, און ארבעטען אין די פאבריקען זאלען אויך די בני תורה, אזוי וועלען זיי האבען פרנסה בהרחבה און נישט דארפען לעבען אויף יענעמס ריקען....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דאס וואס דער ר' אבנר וויל דעם עולם שיקן ארבייטן, דאס איז אויך נאר ווייל ער איז א תימענער, און אין תימן האט יעדער געארבייט, די גרעסטע צדיקים, מארי'ס, חכמים, יעדער האט געמיזט ארבייטען, דאס געדאנק צו לעבן אויף קהל'ס חשבן האבן די לייפער'ס און ראזענבוים'ס אריינגעברענגט.

דער הייליגער מנחת אלעזר ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל, איז ער געווען ביי א תימענער ברית, און די ברית איז פארגעקומען מיטאג, האט ער געפרעגט וואס טוהט זיך מיטן וישכם אברהם בבוקר? האבן אים די תימנים מסביר געווען אז אינדערפרי גייט דער עולם ארויס צו דער ארבייט, דעריבער קען מען נישט מאכן דעם ברית אינדערפרי, מען מיז ווארטן ביז מיטאג. דער מנחת אלעזר וואס האט געקענט די טויזענטער בנש''ק'לעך וואס האבן זיך ארום געוואלגערט אין אייראפא און געשנארט פון די מענשהייט, און געלעבט בהרחבה פין קהל'ס חשבן, האט גאר שטארק הנאה געהאט....

דאס איז אויך געווען דער מיינונג פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, אז יעדער דארף ארבייטען, און נישט זיין קיין פאזיט און לעבן פון שנאראציע, אפילו די דאזיגע וואס דאכט זיך זיי אז זייער עלטער-זיידעס עלטער-פעטער האט אנגערירט דער קלאמקע פון רבי משה'לע דעשער זי''ע.... יעדער מיז ארבייטן......
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סליחה אדוני איר האט נישט גיט פארשטאנען ער וויל קיינעם נישט שיקן ארבעטן. ער וויל מאכן אז דער לעבן פאר כולל אינגעלייט זאל זיי ביליגער אזוי זאלן זיי נישט דארפן ארבעטן
אפשר לדבריך דארף מען נאך קיקן צי ער איז טאקע א תימני.. .
איך וואלט געזאגט אז די דימיונות שמעקן מער פין תימן
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

געהערט אז זאגט עתידות אויך! ווייסט איינער צי קאנפורמען אדער אפפרעגען? נישט אז דאס טוישט די מהות פונעם מענטש, נאר כ'בין נייגעריג אויב עס איז אמת ווייל אויב יא פארשטיי איך פארוואס די פאר חסידישע יונגעלייט לויפען אים נאך.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איינער וואס האט שייכות מיט אים זאל אים ביטע פרעגען און צוריק קומען זאגען פאר אונז אלע וועלכע סטאק גייט ארויפגיין, אזוי ווי ער בחדא מחתא געבען עשירות פאר כלל ישראל. זאגט אים אז ער וועט באקומען מעשר.

באמת קען ער אליין קויפען אויך אויב ער ווייסט, נאכדעם קען ער אפלאזען די גאנצע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און האבען גענוג געלט אהן מאכען תיקונים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

אפשר זעהט ער אז ער דארף מאכען תיקונים?
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

Hope I'm wrong, but from the way he spent money on his son's wedding like it's going out of style he sounds like the next Pinto
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

Big Boy האט געשריבן:Hope I'm wrong, but from the way he spent money on his son's wedding like it's going out of style he sounds like the next Pinto

לאו דוקא, בכלל אן אנדערע מהלך אינגאנצען, און מ'זאג אז ער איז א גרויסע געבער..
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

יעצט באמערקט דעם אשכול סערשטע מאל, וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט וואס איך ווייס קראנט אין קלאר.

איך האב גאר א נאנטן חבר וואס איז נתעשר געווארן דורך איהם אויף גאר א גרויסן אויפן, איך וועל ענק זאגן דעם נאמען אין פרעגטס אים אליין, ער הייסט מענדל גליק, ער וואינט אין לאנדאן, ער וועט היינט פארעכענט אלטס איינער פון די גרעסטע עשירים אין שטאט לאנדאן, ער איז א בעלזער חסיד אבער אין ביזנעס אין סתם אזוי שאלות גייט אלעס דארעך רב עפגין, ער פארט ר"ה קיין בעלזא אין אויף יום כיפור איז ער ביי עפגין, דער עפגין פאדערט פון זיינע אנהענגער צי זיין ביי איהם אויף יום כיפור, ער פראוועט עפעס א געוואלדיגע עבודה פון 5ע פארטאגס ביז שפעט נאכן זמן, איך ןןייס נאך פון אסאך גרויסע עשירים וואס זענען נתעשר געווארן שלא לדרך הטבע דורך איהם, ער געבט דיר נישט סתם א ברכה אין גייט ווייטער, ער קומט אראפ צום ביזנעס דיל אין גייט דורך מיט דיר יעדן פרט ופרט.
בנוגע זיין גאונות, איך האב איהם נישט פארהערט אבער איך הער פון מיינע ידידים א ער איז א גאון עולם.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@סמבטיון סוי הייסט עס ביזטו א גביר! גוט צו וויסען,
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

וואס הייסט עשירות שלא כדרך הטבע?

א לאטערי איז נישט טבע?

אין הכי נמי, טאמער עפגין זאגט קויף א לאטערי און די וועסט געווינען, און ער געווינט טאקע איז עס שלא כטבע.

אבער טאמער איינער אינוועסטירט און פארדינט איז עס לגמרי טבע ומנהגו שלא עולם.

איך גלייב נישט אז דער מענדעל גליק האט פארדינט געלט דורך זיצן אינדערהיים מיט די פיס אויף'ן טיש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

סמבטיון האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם אשכול סערשטע מאל, וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט וואס איך ווייס קראנט אין קלאר.

איך האב גאר א נאנטן חבר וואס איז נתעשר געווארן דורך איהם אויף גאר א גרויסן אויפן, איך וועל ענק זאגן דעם נאמען אין פרעגטס אים אליין, ער הייסט מענדל גליק, ער וואינט אין לאנדאן, ער וועט היינט פארעכענט אלטס איינער פון די גרעסטע עשירים אין שטאט לאנדאן, ער איז א בעלזער חסיד אבער אין ביזנעס אין סתם אזוי שאלות גייט אלעס דארעך רב עפגין, ער פארט ר"ה קיין בעלזא אין אויף יום כיפור איז ער ביי עפגין, דער עפגין פאדערט פון זיינע אנהענגער צי זיין ביי איהם אויף יום כיפור, ער פראוועט עפעס א געוואלדיגע עבודה פון 5ע פארטאגס ביז שפעט נאכן זמן, איך ןןייס נאך פון אסאך גרויסע עשירים וואס זענען נתעשר געווארן שלא לדרך הטבע דורך איהם, ער געבט דיר נישט סתם א ברכה אין גייט ווייטער, ער קומט אראפ צום ביזנעס דיל אין גייט דורך מיט דיר יעדן פרט ופרט.
בנוגע זיין גאונות, איך האב איהם נישט פארהערט אבער איך הער פון מיינע ידידים א ער איז א גאון עולם.

וויפיל רעכנט ער א שעה?
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געווענליך בעט ער כמעט גארנישט, אנטשולדיג נישט כמעט נאר ממש גארנישט, נאר עטליכע 0 וכלשונו המתוק כמה אפס...
לדוגמא ווען מען שרייבט אויס די טשעקל $54 בעט ער נאר מוסיף צו זיין א 5 זירויס.... וכדו'
פארשפארט