ס'גיט האט געשריבן:איך וויל מיך אביסל אנעמען פאר די מאנסי מוסדות. איך רעד בעיקר צו די וואס מאפען קיין מאנסי,פון בארא פארק ,ווילי וכו' וויל איך אייך אלע זאגען ,אז פאר איר מאפט זאלט איר איינשרייבען דער קינדער אין מוסדות, אין זעהט צו מ'נעמט דיך אן און דאן קענט איר מאפען. אזויווי איר זענט מסדר פון פריער א דירה, job ,וכו' און אן דעם, מאפט מען נישט. עס איז נישט קיין קינס צו מאפען אומצוגעגרייט אין דערנאך מאכט מען א ויצעקו אז מ'האט נישט ווי צו שיקען די קינדער. קיין איין מוסד איז נישט שולדיג אז די האסט געטוהן ווילדע שריט. עס איז אזויווי איינער מאפט קיין מאנסי אין לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, ווי לאט עטס מיך אויפן גאס?!! איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט . די זעלבער איז ביי מוסדות .
פאר כ'גיי ענטפערען וויל איך קלאר מאכען אז כ'מיין נישט דא מאנסי וואס רוב מענטשען טרייען איינצושרייבען דער קינדער אין מוסדות א האלב יאר פאר זיי מופען, און די מוסדות'ער פירן זיי ארום, און מ'מאכט מיט זיי פורים פארדעם און נאכדעם.
כ'שטעל מיר נאר אויף דיין ווערטער איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט .
די זעלבער איז ביי מוסדות עיין מסכת בבא בתרא, דף כא, עמ' א אמר רב יהודה אמר רב: ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו, שאלמלא הוא נשתכח תורה מישראל. שבתחילה, מי שיש לו אב - מלמדו תורה, מי שאין לו אב - לא היה למד תורה, מאי דרוש? 'ולמדתם אותם' - ולמדתם אתם. התקינו שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בירושלים, מאי דרוש? 'כי מציון תצא תורה'; ועדיין מי שיש לו אב - היה מעלו ומלמדו, מי שאין לו אב - לא היה עולה ולמד. התקינו שיהו מושיבין בכל פלך ופלך; ומכניסין אותן כבן ט"ז כבן י"ז,
ומי שהיה רבו כועס עליו - מבעיט בו ויצא.(כהישיבות היום) עד שבא יהושע בן גמלא ותיקן, שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר, ומכניסין אותן כבן שש כבן שבע
לויט די תקנה קוקט אויס אז איינער לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, נעמטס אריין מיינע 6-7 יעריגע קינדער זענען זיי מחיוב.
ועיין מסכת שבת קיט עמ' ב ואמר ר"ל לר"י נשיאה כך מקובלני מאבותי ואמרי לה מאבותיך כל עיר שאין בה תינוקות של בית רבן
מחריבין אותה רבינא אמר
מחרימין אותה אז מ'רעדט שוין פון מסכת שבת קיט עמ' ב לאמיר ענדיגען (אין מיטן טרינקען א ווארימען טיי) מיט א דבר בעתו וואס שטייט דארט ואמר ר' חנינא לעולם יסדר אדם שלחנו במוצאי שבת אע"פ שאינו צריך אלא לכזית חמין במוצאי שבת מלוגמא פת חמה במוצאי שבת מלוגמא. א גוטן געזונטע הצלחה'דיג וואך פאר כלל ישראל בכלל און חברי ק''ש בפרט. אמן
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID