גיטין מעושין ומוטעין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

גיטין מעושין ומוטעין

שליחה דורך ירא שמים »

א גט מעושה איז פסול מדאורייתא . עס עיז דא מענער וועם די משנה רעכנט אויס אז ממעג צווינגען ובטעם הדבר היות דארטן איז אמצוה צו מגרש זיין איז כופין אותו עד שיאמר רוצה אני ממילא היות בלבו וויל ער טוהן רצון הבורא איז זעך מצרף דאס וואס ער זאגט מיט דאס וואס ער האט אין הארץ ממילא איז דא רצון הבעל . און די זעלבע ביי אויסגענארטע גט איז פסול .
יעצט סאיז דא איינער געשטעטנער וואס האט אהאטליין 9512623634 וואו ער איז מכריז אויף גיטין פסולין און לויט עם קומען כסדר צו נאך ממזרים צום כלל ישראל וואו אויך טענהט ער אז אפרוי וואס פאלגט נישט אויס אהסכם גירושין איז די גט פסול אלס מוטעה דוגמת גט מוינא. אשר על כן בעט איך ביים עולם ווער סהאט עפעס ידיעות אין דעם ענין הן בהלכה הן במציאות זאל מיטטיילען דעם חשובע ציבור
וואו אויך איז ארויס פאראיאר אספר משפטי ישראל בענין זה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אה הא. ס'יא דא איינער וואס הערט אים אויס (חוץ אויב איר זענט גאר דעם בעל דבר)
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוב גדולים בימים ההם האבן מתיר געווען דעם גט מוינא.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גמרא/רש"י קידושין עא, א'

מטהר השבטים - מיחסם:

כסף מטהר ממזרים - המטומעים בישראל מחמת ממונם והוא גורם להם שיטהרו שלעתיד לבא אין הקב"ה מבדילם מאחר שנדבקו בהם משפחות ישראל הרבה:
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה, איך געדאנק נישט פינקטלעך די לומדות אויף וואס די שערוריה איז באשטאנען, אבער ס'איז אינטערסאנט אז ס'איז גענוי 400 יאהר פון יענע פרשה, פאסירענדיג אינעם נאר שע"ה ווען א אינגערמאן וואס איז געווען אן איידעם ביי א גרויסע גביר איז געווארן שטערבליך קראנק, מורא האבנדיג אז ער וועט שטארבן האט מען אים ג'עצה'ט צו געבן א גט אז די פרוי זאל נישט דארפן פאלן צו יבום, און דערביי אויך געמאכט א חרם וקנס אז אויב דער מאן וועט געזונט ווערן וועט ער נאכאמאל חתונה האבן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די די קנסות איז בכלל נישט געווען גינסטיג לטובת די מאן, איך געדאנק נישט פינקטלעך פארוואס, אבער דער מאן וואס איז למעשה געזונט געווארן האט זיך געטראפן אויסגעשפילט ווען זיין שווער האט אים נישט געוואלט נעמען נאכאמאל, דער מסדרי הגט זענען געווען דער סמ"ע וואס איז דאן געווען א ראש הישיבה אין קראקא, און ר'מנוח הענדל בעל חכמת מנות, ביני לביני איז ר'מנוח הענדל נפטר געווארן, דער מהר"ם מלובלין וואס איז געווען א קרוב פארן מאן און איז נאך דאן געווען רב אין קראקא האט געטראפן א לומדות מערער צו זיין אויפן גט, ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקה, אלע גדולי הדור האבן זיך אנגענומען פארן סמ"ע דער ב"ח, משאת בנימין ועוד, אזוי אז דער מהר"ם מלובלין איז געווען אינגאנצן איזאלירט, למעשה איז פארן מהר"ם געלונגען אריינצוכאפן א גרויס פישל, דער לבוש וואס איז דאן געווען א זקן מופלג האט געגעבן גערעכט פארן מהר"ם, למעשה האבן די קעגנער פארשפרייט אז דער לבוש האט חוזר געווען, ס'איז דאן געווען די צייט פון די יריד ווען אלע רבנים וואס זענען געווען מיטגלידער אין די וועד ד'ארצות פלעגן זיך צוזאמקומען אין יערעסלאוו, די לבוש איז שוין דאן געווען שטערבליך קראנק האט ער גערופן זיין משמש זאל אפשרייבן ווידערהאלדן זיין מיינונג און אז ער האט נישט צוריקגעצויגן, דערויף האט ער אינטערגעשריבן מיט זיין ציטערדיג האנט, צוויי טאג דערויף איז דער לבוש געשטארבן, געענדיגט האט זיך עס אז די מהר"ם האט געמוזט פארלאזן די שטאט קראקא אין א פרייטאג אין איז אנגעקומען קיין לובלין וואס איז דאן געווען ליידיג פון א רבנות, און איז נישט לאנג דערויף אויפגענומען געווארן דארט פאר רב.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אה הא. ס'יא דא איינער וואס הערט אים אויס (חוץ אויב איר זענט גאר דעם בעל דבר)

איך בין נישט דער בעל דבר און איך זאג נישט אז ער איז גערעכט נאר דאס איז א ערנסטע זאך וואס דארף אנגיין יעדער וואס קדושת ישראל נוגע אל לבו און ער ווערט נישט אומגערעכט דורך ליצנות און זאגן אז ער איז א משוגענער
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

מאטי האט געשריבן:גמרא/רש"י קידושין עא, א'

מטהר השבטים - מיחסם:

כסף מטהר ממזרים - המטומעים בישראל מחמת ממונם והוא גורם להם שיטהרו שלעתיד לבא אין הקב"ה מבדילם מאחר שנדבקו בהם משפחות ישראל הרבה:

למעשה איז דא א חיוב הכרזה אויף א ממזר און בכלל וואס וואולסטו מיט דעם וואולסט סתם קאלט מאכן דעם ענין און זאגן ס'איז נישט עק וועלט
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

[quote="נהורא נפישא"] די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אויך איז חנופה לרשעים זייער א הארבע עבירה און אין קרית יואל איז דא איינער גאלדבערגער וואס איז מעורר דערויף אויף א האטליין דער נומער איז 9512623722 וואו ער איז מכריז אלע חנפים ווער סהאט עפעס א ידיעה זאל מיטטיילן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז טאקע די טענה. ביי די גט מוינא האט מען עובר געווען אויפן הסכם גירושין און דאך האט מען געהאלטן אז ס'איז נישט קיין גט מוטעה.
ווי אויך זעה איך נישט אז נהורא זאל דא האבן חלילה מזלזל געווען אינעם מהר"ם.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ירא שמים האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

חלילה וחס, איך האב די גרעסטע דרך ארץ פאר אלע גדולי ישראל מזמן אדם הראשון ועד ימינו אלה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

נהורא נפישא האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

חלילה וחס, איך האב די גרעסטע דרך ארץ פאר אלע גדולי ישראל מזמן אדם הראשון ועד ימינו אלה.

'' דער מהר"ם מלובלין וואס איז געווען א קרוב פארן מאן און איז נאך דאן געווען רב אין קראקא האט געטראפן א לומדות מערער צו זיין אויפן גט''

וויזט אויס כהאב דעך נישט פארשטאנען ובכל אופן בעט איך דעך איבער
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

העי העי.

ירא שמים.....


זיי זשע מסביר פארוואס מען זאל נישט מעגען אנקלאפען איינער וואס וויל נישט געבען א גט?

לדעתי מעג מען אים אפילו הרג'נן, כידוע דער מעשה אדער גט אדער מיתת הבעל....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

דער דערמאנטער נעמט זיך אהן פאר יעדער רשע און מעגן את אשתו, יעדע ווארט וואס ער רעדט איז שטותים מיט עמי ארצות, אונטערגעשמירט מיט ציפעדיקע רשעות, קיין איין רב אדער בי"ד רעכנט זיך נישט מיט זיינע גרעבצען, ער האט א ציהל, און יושר אמת אדער תורה איז בכלל נישט אינוואלווד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:העי העי.

ירא שמים.....


זיי זשע מסביר פארוואס מען זאל נישט מעגען אנקלאפען איינער וואס וויל נישט געבען א גט?

לדעתי מעג מען אים אפילו הרג'נן, כידוע דער מעשה אדער גט אדער מיתת הבעל....

אנטשולדיגט איחוד אבער דיינע ווערטער זענען נגד התורה, א גט מעושה איז פסול אן קיין חולק, וואס האט מען פון אנקלאפן אויב דער נאכפאלגענדע פאפיר איז סייווי א חספא בעלמא?. די מעשה מיט רעק"א מיט מיתת הבעל איז א ודאי געווען ביי איינער וואס איז געווען מחויב עפ"י דין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Kool man האט געשריבן:דער דערמאנטער נעמט זיך אהן פאר יעדער רשע און מעגן את אשתו, יעדע ווארט וואס ער רעדט איז שטותים מיט עמי ארצות, אונטערגעשמירט מיט ציפעדיקע רשעות, קיין איין רב אדער בי"ד רעכנט זיך נישט מיט זיינע גרעבצען, ער האט א ציהל, און יושר אמת אדער תורה איז בכלל נישט אינוואלווד

ביסט היבש גערעכט אבער לאמיר לייגן געשטעטנער אין א זייט, ס'איז למעשה דא פעלער ווי א אינגערמאן ווערט שטארק בא'עוול'ט צב"ש מיט נישט ווייזן די קינדער וכדו' די פרוי'ס משפחה באשמוצען איהם אין גרויסן און זיין איינציגסטער וואפן אויף צוריק איז דאס אפהאלטן דעם גט ביז ער באקומט זיינע רעכטן.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ריכטיג! אמאל איז די מאן גערעכט און אמאל די פרוי, אמאל קומט זיך גוטע פעטש פאר די מאן און אמאהל פאר די פרוי, אבער א ברנש וואס נעמט זיך שטענדיג אהן נאר פאר די מאן אפילו ווען די מאן איז סתם א בלוט צאפער און רוצח איז א ברוטאליגער לית דין ברנש און א חבר לאיש משחית
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:העי העי.

ירא שמים.....


זיי זשע מסביר פארוואס מען זאל נישט מעגען אנקלאפען איינער וואס וויל נישט געבען א גט?

לדעתי מעג מען אים אפילו הרג'נן, כידוע דער מעשה אדער גט אדער מיתת הבעל....

אנטשולדיגט איחוד אבער דיינע ווערטער זענען נגד התורה, א גט מעושה איז פסול אן קיין חולק, וואס האט מען פון אנקלאפן אויב דער נאכפאלגענדע פאפיר איז סייווי א חספא בעלמא?. די מעשה מיט רעק"א מיט מיתת הבעל איז א ודאי געווען ביי איינער וואס איז געווען מחויב עפ"י דין.



ממש ממש אהן קיין חולק?

און היינט אלע רבנים וואס טוהן פארקערט זענען הייסט עס נישט קיין חולקים?

האמת אגיד, כ'האב נישט אדורך געטוהן דער נושא פין גט מעושה, פונקטלעך ווען עס ווערט א גט מעושה, צו ווען איך סטראשע אים פריער און ער געט דער גט מדעתו, אדער ווייל איך זאג אים צו געלט הייסט עס אפשר אויך מעושה ווייל ער איז דאך אנוס מחמת ממון, צו כל המיני טאקטיקען וואס איז דא צו מאכען איינער געבען, ווען און ווי עס הייסט מעושה.

אבער כ'רעד נישט וועגען דעם, מיין תגובה האט בכלל נישט מיט צווינגען איינעם צו געבען א גט, איך רעד פין די עוולה דערפין.

די תורה האט געזאגט אז מען ברויך געבען א גט, און מען קען גט'ן בעל כרחה (נישט מדרבנן) און דער מאן מוז עס געבען. די כוונה איז געוועהן ווייל אין יענער צייט איז דאס געוועהן א נארמאלער געזעץ. אהן אריינגיין פונקטלעך אין דער מציאות פין יענער זמן און היינט, פארשטייט יעדעס בר דעת אז היינט צו טאג איז דער הלכה אז הלכה וואס מאכט נישט קיין סענס און ברענגט אהן א חורבן אויף צעהנליגער פרויען וואס זיצען נעבעך אליין, און מען קען גארנישט טוהן ווייל דער מאן איז סייווי א דעדביט און ווייסט אז ער קען ממילא נישט חתונה האבען נאכאמאהל, און ער איז מעגן זיין ווייב סתם ווייל ער ווייסט אז דער הלכה וואס איז היינט קרום שטייט אויף זיין זייט.

פאר די יושבי חושך נעמען זיך צו מיינע ביינער היתכן כ'רעד אזוי, און אז מען טאר נישט רעדען אויף די תורה, די תורה איז א נצחיות וכו' וכדומה פין די סארט טענות. וועלעך זאגען גאר פשוט. נעם די הלכה פין גט'ן בעל כרחה, וואס רבינו גרשום האט מתקן געוועהן אז מען טאר נישט ווייל דער הלכה איז שוין נישט אקטועל, צו די הלכה פין חתונה האבען מיט צוויי פרויען, און די ליסטע קען אהנגיין, די עיקר נקודה איז, אז היינט זענען רבנים צו שוואך צו קענען מתקן זיין א תקנה וואס זאל אויסארבעטען אז על פי הלכה זאל א פרוי קענען פארלאנגען א גט, און באקומען אפילו די מאן איז נישט מסכים. עס איז שייך אין הלכה א פרינאפ. ודי בזה.

נחזור לענינינו, ווען א מאן למעשה באהאלט זיך אונטער די הלכה און איז מעגן א פרוי מיט תירוצים של הבל, איז ער איר עכט מזיק לויט די היינטיגע טערמינען פין א מאן און א פרוי. ממילא דארף מען אהנמזיקען און אנשלאגען כדין תורה, פארשטייט זיך אז די געזעץ לאזט נישט, אבער דער שייגעץ פירט זיך נישט ווי די געזעץ ער באהאלט זיך דאך אונטער א שלייער פין די תורה, ממילא דארף מען פאר אים אויך געבען צו הערען אביסעל פין די תורה'דיגע מכות מרדות אזוי ער זאל פארשטיין וואס דאס מיינט די דינים פין די תורה. דער הרכב וואס די שקצים טוהן אז זיי מאכען א הרכב פין די תורה מיט די געזעץ אז זיי ווילען נישט געבען די גט כדין תורה, און ניצען די געזעץ ווען זיי כאפען קלעפ, מאכט עס פאר א תרתי דסתרי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

זאג נאר איחוד פעלד אין וועלכע טעמפל ביסטו א רעפארם ראביי וואס קען אויפלעזן כל איסורים שבתורה וועגן סאיז נישט פאר היינטיגע אינלייטענד וועלט צו דארף איך דיר מסביר זיין די חילוק פון חדר''ג וואס איז לאסר את המותר צו מתיר זיין צו מתיר זיין את האסור און דארף איך דיר מסביר זיין אז א היינטיגע רעוול וואס איז מסדר א גט מעושה איז נישט קיין חולק נאר א שייגעץ וואס זיי זענען קשין לעולם כדור המבול וכדור הפלגה (אגב זע איך וואו דו כאפסט התפעלות פון רבינו גרשום מאור הגולה דער יאמאנעטעריאן וואס נעמט זעך אהן פאר די רעכטן פון די פרויען)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אינעם זעלבן טעמפל ווי מ'האט מתקן געווען: פרוזבול, היתר עיסקא, עירוב תבשילין, א עד אחד א אשה אדער א עכו''ם מסיח לפי תומו איז באגלייבט עדות צו זאגן משום תקנות עגונות.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד, אן אריינצוגיין אין דיין גאנצע אריכות אין א נושא וואס דו ביסט אליין מודה אז דו האסט עס נישט דורכגעטוהן, איז אין קורצן אזוי:
א גט מעושה מיינט אן ארויסגעצווינגענער גט שלא כדין ד.מ. דער מאן איז נישט געווען מחויב עפ"י תורה צו גט'ן, דאס איז פסול אן קיין חולק.
א מאן איז נישט מחויב עפ"י תורה צו גט'ן בלויז ווייל די פרוי פארלאנגט, דאס איז שקר, זיי מסביר פון וואו דו נעמסט דאס.
געוויסע פרינאפס זענען נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און געוויסע יא (דוגמת היתר עיסקא וואס מאטי האט ערווענט ), גיי זיי מברר און חתמ'ע שנעל אזאנס פאר דיין ווייב.
ס'איז דא מענער רשעים וואס אביוזען זייערע רעכטן נבלים ברשות התורה, ס'איז א ביטערע פראבלעם, אבער איינרעדן אן אשת איש אז זי איז א גרושה אין די צייט וואס איר גט איז פסול אלץ גט מעושה איז א גרעסערע פראבלעם און א בכי' לדורות, און ס'איז ליידער נישט דא קיין לעזונג דערצו, מען קען אויסארבעטען היתרים אויף איסור ריבית שמיטה וכדומה אבער אויף דעם האט מען נישט געקענט אויסארבעטן, מען קען נישט טוהן מיט הלכה וואס מ'וויל.
די רבנים וואס דו רעדסט זענען אדער שקצים אדער האבן מברר געווען אז אין יענעם פאל איז דער מאן געווען מחויב עפ"י תורה.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

ריכטיג, איז דען נישט געווען וויכטיג ארויפצוברענגען דעם נושא מדארף פשוט אריינלייגען דעם עולם אין קאפ אז גט מעושה איז פסול און די תורה איז "דרכי' דרכי נעם וכל נתבותי' שלום" צו דו פארשטיסט עס יא צו דו פארשטיסט עס נישט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג אין ירא שמים,


איז עס אנדערע הענט וואס קלאפען דעם קיבארד, אדער איינמאל ניצטו דער רעכטע און דער אנדערע מאל דער לינקע?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט