גלויבעל ווארמינג - גלויבעל קאאלינג
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
גלויבעל ווארמינג - גלויבעל קאאלינג
פאר בערך 50 יאר צירוק זענען געוועהן אסאך וויסענשאפטלער וואס האבן פארפירט אז די וועלט וועט בקרוב ווערן אינגאנצען אפגעפרארען און ס'וועט זיין עק וועלט (אויס וועלט) אבער די לעצטע פאר יאר האט מען איינגעזעהן אז ניין, נישט דאס וועט ענדיגען דעם וועלט נאר פינקט קאפויער - גלויבעל ווארמינג! די וועלט ווערט ווארעמער און ווארעמער ביז איינטאג וועט דאס פארברענט ווערן ח"ו
לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט נאך אן עסק וואס האלט ביים חרוב מאכען אונזער וועלט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די זוהן! זעה אין די שכינות'דיגען אשכול דערוועגען.
ווי אונזער ידען האט געברענגט דארט זאגט פארט שלמה המלך אז די באשעפער האט געזאגט אז יא איך האב טאקע באשפען די וועלט און פיר עס ווי עס דארף צי זיין אבער די זעה עס נישט חרוב צי מאכען!
למעשה איז דא זייער אסאך וואס לאכען פון די אלע וואס זארגן זיך פאר'ן באשעפערס וועלט ווי איינער זאגט, האבן שוין די אלע וויסענשאפטלער אויסגעפיגערט ווי אזוי דער באשעפער האט בכלל באשאפען די וועלט און וויזוי ער פירט עס אז די זאלסט זיין דער מבין וואס גייט עס חרוב מאכען און דאס פרובירן מסדר זיין? נישט נאר אידען נאר להבדיל גוים איז אויך דא אסאך וואס מאכען דאס זייער אוועק!
אונזער הויעך געשעצטער פארמער ווייס פרעזידענט וואס איז געלאפען פארן פרעזידענט אמט בימים ההם און גענומען אויפן טיקעט אונזער אלטען יוסל ליעבערמאן פארן וויצע אמט האט למעשה פארלוירען, און יוסל האט זיך צירוקגעזעצט צי די גמרא אבער דער ערל גאור האט זיך אריינגעלייגט אין אויפטוהן פאר דער וועלט.
ער האט עררייכט א מאדאל פונעם פרעזידענט פאר זיינע אויפטוען אבער למעשה איז ער אראפ פון די מאפע מיט זיין מעדאל אינאיינעם......
היצט בלייבט די שאלה איז טאקע יש דברים בגוי אדער נאר פאר די קומעדיגע פאר יאר אויב חלילה משיח וועט נאכנישט זיין דא און עפעס פריש וועט אויפקומען??

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
כאטשיג ווי געשריבן אינעם זון אשכול נעם איך נישט קיין צד אין די מערכה, נייג איך אבער צו זאגן אז היות עס איז נישטא קיין איין ערנסטע סייענטיסט וואס האלט אז עס קומט נישט פאר גלאבאלע אנווארעמונג, און די וואס פירן די מערכה קעגן גלאבאלע אנווארעמונג זענען אלע פון איין פאליטישע שטרעמונג, קומט לכאורה אויס אז די מתנגדים צו גלאבאלע אנווארעמונג האבן נגיעות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
שלמה ביסט געשיקט. שרייבסט גוט און שנעל.
א פאר זאכן.
אין מיין אשכול האב איך נישט געשריבן אז די וועלט גייט חרוב ווערן פון די זון נאר אז מע האט מורא אז עס וועט אטאקירט ווערן און בעיקר די עלעקטעריק גריד און סעטעלייטס, וואס דאס מיינט נישט חרוב ווערן.
אז דו מאכסט א אשכול מעגסטו שרייבן מער וועגן גלאבעל ווארעמינג און נישט ״נאר״ האקן אויף ווער סע זאגט עפעס וועגן דעם. זיי מסביר אביסעל וואס סע מיינט און נאכדעם פארוואס זיי לעבן אין א דמיון.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
נניח אז ס'איז יא דא א ממשות אין גלאובל ווארעמינג, איז עס אבער קלאר נישט אזוי ווייט ווי על גאור וכת דיליה מאכן עס.
איך דענק אז פאר עטליכע יאר צוריק האבן זיי געשריגן אז ביז געציילטע יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי שניי אום ווינטער אפילו אין די נארט איסט סטעיטס וואס זעהן געווענדליך אסאך שניי אום ווינטער, אבער אין פאקט איז אין די לעצטע פאר יאר (חוץ היי יאר) געווען דירעקט קאלטע און שנייאיגע ווינטער'ס, און פאריאר איז אפילו געווען דער צווייט-שנייאיגסטע ווינטער אין סענטראל פארק זינט מ'האלט די סארט רעקארדס, און פאר צוויי יאר צוריק אום 2010 איז געווען רעקארד שנייאיגע ווינטער'ס אין פילידעלפיע און אין וואשינגטאן די סי.
דאס אז היי יאר איז נישט געווען אזוי קאלט, און מיט ווייניג שניי, איז בכלל נישט קיין אנדייטונג אויף גלאובל ווארעמונג, נאר אזוי איז די סדר העולם אז יעדע עטליכע יאר מאכט זיך א שוואכע ווינטער, און ס'איז שוין געווען אפילו שוואכערע ווינטער'ס ווי היי יאר, אריינגערעכענט 2002, 1998, 1973 און נאך.
איך דענק אז פאר עטליכע יאר צוריק האבן זיי געשריגן אז ביז געציילטע יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי שניי אום ווינטער אפילו אין די נארט איסט סטעיטס וואס זעהן געווענדליך אסאך שניי אום ווינטער, אבער אין פאקט איז אין די לעצטע פאר יאר (חוץ היי יאר) געווען דירעקט קאלטע און שנייאיגע ווינטער'ס, און פאריאר איז אפילו געווען דער צווייט-שנייאיגסטע ווינטער אין סענטראל פארק זינט מ'האלט די סארט רעקארדס, און פאר צוויי יאר צוריק אום 2010 איז געווען רעקארד שנייאיגע ווינטער'ס אין פילידעלפיע און אין וואשינגטאן די סי.
דאס אז היי יאר איז נישט געווען אזוי קאלט, און מיט ווייניג שניי, איז בכלל נישט קיין אנדייטונג אויף גלאובל ווארעמונג, נאר אזוי איז די סדר העולם אז יעדע עטליכע יאר מאכט זיך א שוואכע ווינטער, און ס'איז שוין געווען אפילו שוואכערע ווינטער'ס ווי היי יאר, אריינגערעכענט 2002, 1998, 1973 און נאך.
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
כבוד ידידי היקר ר' יידל
אבפר ביסטי מרחיב וואס די מיינסט מיט די נגיעות אויף די אפלאכער? ווייל למשל איך לאך אויך פון דעם אן נגיעות אבער די מיינסט דאך אוודאי נישט מיך נאר די גרויסע סייענטיסטן, אבער רעד אביסל קלארער....
____
כבוד ידידי היקר ר' ידען
קודם כל יש"כ פאר די גיט ווארט!
#2) לאמיך דיך נאר פרעגען ווי ווייט איז פון חרוב מאכען די עלעקטריק גריד און סעטעלייטס ביז אריינדרינגען אזש ביזן גרינד?
#3) איך ווייס אויך נישט ציפיל דערוועגען משום הכי וויל איך טאקע אויסשמועסען בדיבוק חבירים אפשר וועט ארויסקומען א דבר השלום..... און דרך-אגב האב איך געברענגט ביידע סברות און געלאכט האב איך נאר פון אונזער אלטען גאור.... נישט אז איך פארשטיי אזוי גיט און מאך חוזק פון אים, פשוט פון זיין ארויפקומען אויפן אויווען אן און אראפפארען אזוי שנעל.... (ליצונתא דע"ז)
אבפר ביסטי מרחיב וואס די מיינסט מיט די נגיעות אויף די אפלאכער? ווייל למשל איך לאך אויך פון דעם אן נגיעות אבער די מיינסט דאך אוודאי נישט מיך נאר די גרויסע סייענטיסטן, אבער רעד אביסל קלארער....
____
כבוד ידידי היקר ר' ידען
קודם כל יש"כ פאר די גיט ווארט!
#2) לאמיך דיך נאר פרעגען ווי ווייט איז פון חרוב מאכען די עלעקטריק גריד און סעטעלייטס ביז אריינדרינגען אזש ביזן גרינד?
#3) איך ווייס אויך נישט ציפיל דערוועגען משום הכי וויל איך טאקע אויסשמועסען בדיבוק חבירים אפשר וועט ארויסקומען א דבר השלום..... און דרך-אגב האב איך געברענגט ביידע סברות און געלאכט האב איך נאר פון אונזער אלטען גאור.... נישט אז איך פארשטיי אזוי גיט און מאך חוזק פון אים, פשוט פון זיין ארויפקומען אויפן אויווען אן און אראפפארען אזוי שנעל.... (ליצונתא דע"ז)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שמואל הלוי האט געשריבן:פאר עטליכע יאר צוריק האבן זיי געשריגן אז ביז געציילטע יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי שניי אום ווינטער אפילו אין די נארט איסט סטעיטס וואס זעהן געווענדליך אסאך שניי אום ווינטער
ס'מיר סתם אינטערעסאנט ווער האט דאס געזאגט. געדענקסט אפשר ווי האסט עס געזען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
פון ווי אונזער טייערער חבר ותיק ר' שמואל נעמט עס וועט ער אליין זאגן אבער דאס איז קלאר אז זיי האבען געמאכט אזא מצב...
אבער דאס יא ר' שמואל היקר אז דא איז קעלטער מיינט נאך נישט אז אין דען גאנצען ערד קוגעל איז טאקע געוועהן קעלטער, און אמעריקא קען זיין קעלטער אבער און די אנדערע מדינות קאן זיין איז יא געוועהן ווארעמער.... גלויבל מיינט דאך אלוועלטליך.
אבער דאס יא ר' שמואל היקר אז דא איז קעלטער מיינט נאך נישט אז אין דען גאנצען ערד קוגעל איז טאקע געוועהן קעלטער, און אמעריקא קען זיין קעלטער אבער און די אנדערע מדינות קאן זיין איז יא געוועהן ווארעמער.... גלויבל מיינט דאך אלוועלטליך.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
גערעכט טאקע... אט למשל איז אין דעם פארלאפענעם ווינטער געווען אויסטערלישע קעלטן און שנייען אין גאנץ אייראפע, בשעת אין אמעריקא איז געווען גאנץ געשמאק.
איך האב זיך נאר בעיקר באצויגן צו דעם ציטאט וואס איך האב געליינט אין איינע פון די צייטונגען (דענק שוין נישט וועלכע) אז ביז געציילטע יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי ווינטער מיט שניי, אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז אין די פארלאפענע ווינטער'ס - חוץ היי יאר - איז געווען דירעקט שנייאיג, אבער ס'איז טאקע נישט קיין שום ראי' אויף אלוועלטליך.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יידל האט געשריבן:כאשטיג ווי געשריבן אינעם זון אשכול נעם איך נישט קיין צד אין די מערכה, נייג איך אבער צו זאגן אז היות עס איז נישטא קיין איין ערנסטע סייענטיסט וואס האלט אז עס קומט נישט פאר גלאבאלע אנווארעמונג, און די וואס פירן די מערכה קעגן גלאבאלע אנווארעמונג זענען אלע פון איין פאליטישע שטרעמונג, קומט לכאורה אויס אז די מתנגדים צו גלאבאלע אנווארעמונג האבן נגיעות.
ווא ווא ווא ווא וואס ???????? דא זעה א באריכט איבער 30000 סייענטיסטן וואס האבן געוואלט סוען על גאור פאר זיין שטערן א דעבעט איבער גלאבאלע ווארמונג. קוק אויך דא איבער א סקאנדאל א סייענטיס א גנב א פראודסטער.
אויך דא.
צי ס'איז דא אזא זאך איז אפען פאר דעבעיט. וואס איז אבער זיכער איז אז על גאור איז גלאבאל היציג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
זר זהב האט געשריבן:צי ס'איז דא אזא זאך איז אפען פאר דעבעיט. וואס איז אבער זיכער איז אז על גאור איז גלאבאל היציג.
נו וואס ווילסטע ער איז דאך געוועהן קלינטאן'ס וויצע.... שוין לאמיר נישט שמוציג מאכן די לופט, לאמיר שטיין העכער פון דעם...
למעשה די וואס רייסן אים אראפ איז פארן שטערן די דאבאטע נישט פארן עצם ענין?! איא?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:יידל האט געשריבן:כאשטיג ווי געשריבן אינעם זון אשכול נעם איך נישט קיין צד אין די מערכה, נייג איך אבער צו זאגן אז היות עס איז נישטא קיין איין ערנסטע סייענטיסט וואס האלט אז עס קומט נישט פאר גלאבאלע אנווארעמונג, און די וואס פירן די מערכה קעגן גלאבאלע אנווארעמונג זענען אלע פון איין פאליטישע שטרעמונג, קומט לכאורה אויס אז די מתנגדים צו גלאבאלע אנווארעמונג האבן נגיעות.
ווא ווא ווא ווא וואס ???????? דא זעה א באריכט איבער 30000 סייענטיסטן וואס האבן געוואלט סוען על גאור פאר זיין שטערן א דעבעט איבער גלאבאלע ווארמונג. קוק אויך דא איבער א סקאנדאל א סייענטיס א גנב א פראודסטער.
אויך דא.
צי ס'איז דא אזא זאך איז אפען פאר דעבעיט. וואס איז אבער זיכער איז אז על גאור איז גלאבאל היציג.
אודאי זענען פארהאן סייענטיסטן גנבים און פראודסטערס, און פארשטייט זיך אויך אז וואס אל גאור זאגט איז לאו דוקא אמת וויבאלד אל גאור איז נישט קיין קלימאט וויסנשאפטלער נאר א פשוט'ער ליבעראלער ענוויראמענטאליסט. די מציאות איז אז די איבערוויגענדע מערהייט פון קלימאט וויסנשאפטלער האלטן אז קלימאט טויש איז א פאקט און אז מענטשן זענען פאראנטווארטליכט דערפאר. אין וויקיפעדיע (ווי ס'געפינען זיך גענוג און נאך וואלונטירן פון ביידע זייטן פונעם מטבע) שטייט ווי פאלגנד (אין פרייע אידישע איבערזעצונג):
אין וויסנשאפטליכע ליטעראטור איז דא א שטארקע קאנצענזוס אז די גלאבאלע טעמעפעראטורן האבן זיך פארמערט אין די לעצטע דורות און אז מענטשליכע גרינהויז עמישענס זענען בעיקר די גורם פון די פארמערונג. קיין איין נאציאנאלע אדער אינטערנאציאנאלע וויסנשאפטליכע ארגעניזאציע איז נישט מסכים מיט דעם מיינונג.
פארשטייט זיך אז עס זענען דא גענוג קלוגע מענטשן וואס זענען נישט קיין וויסנשאפטלער און ס'איז נישט מוכרח אז וויבאלד וויסנשאפטלער זאגן אזוי איז עס טאקע אזוי, אבער ס'איז סעיף אנצונעמען אז צווישן די צענדליגע טויזנטער קלימאט וויסנשאפטלער זענען דא גענוג און נאך קלוגע מענטשן וועלכע קענען פארשטיין די ארגומענטן פאר און קעגן קלימאט טויש, און אויב די איבערוויגענדע מיינונג פון די מומחים איז אז קלימאט טויש איז א פאקט, איז דאס גענוג סיבה פאר מיר צו נייגן צו דעם מיינונג אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.