דער ''קאווע שטיבל'' אשכול
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
און ווער איז דאס?
אויף דיין צווייטער נקודה איבער דער אויטענטישקייט פון אבסטראקט פעמפער ווישערס און ווי ווייט ס'האט נישט קיין שייכות מיט מיסטיסיזם וועל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן, הגם אין אמת'ן איז דאס ווייט פון א נייעם מושג און ווערט שוין אן א שיעור ארומגערעדט דורך חכמי העולם הן שבדורנו און נאך אפילו אזוי ווייט ווי ביז אריסטו'ס שוויגער אדער עליפארני'ס שפחה חרופה. איך מיין אז אפילו די וועלכע גלייבן נישט אין השארת הנפש וואלטן מודה געווען אז דאס איז געווען די סיבה פאר סעינט פאול אפצושאפן ברית מילה ביי אחינו הנוצרים און האט מיט בלומבערג'ס מציצה בפה ווי דער על הגאולה מיט הרב קוק. הרב טענדלער וואלט לכאורה נישט מסכים געווען אוייפצוגעבן דעם משזר לתורים וואס איז מתיר אפילו ווען די קעדאטשקעס מיינט דוקא אן שיך אזוי ווי ער ברענגט שוין אגב כלפי חלוצה ביי דער באקאנטער פישקאקווארדיינער יבמה פרשה וואס דארט האט זיך דער אמת קלאר אויסגעשטעלט לעיני השמש און נאכאמאל באשטעטיגט דאס וואס יודעי בינה בדורנו האלטן כלפי אינטעלעדשענט דיזיין כאטש ס'איז נישט קיין סוד אז דאס וואס דו שרייבסט איבער שיטת הרמב"ם אויף העליאוסענטריזם איז פונקט גוט פאר לופטיגע שובבים תורות. איך זע נאך נישט פארוואס אונז חסידים וואס זענען מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג בלויז ווייל א מעזעבוש'ער איד ר' ישראל האט אזוי געוואלט, זענען ווייניגער קאפ אין וואנט אריין ווי די בודיסטן וואס האלטן אז קידוש החמה ברויך מאכן צוזאמען מיט התרת נדרים איינמאל אין א יובל העשור אויב ס'רעגנט פאר זיבן וואכן נאכאנאנד. אדרבה! טרעף מיך א גדול וואס וואלט געזאגט אז פאנגעס אויף די פיס איז א חציצה, אדער אפילו א מום אויב איז ער א כהן. ס'איז טיפיקל אונז חרדים וואס ברויכן אייביג זוכן די שיטה וועלכע איז דאס מערסטע רחוק מן השכל. בקיצור, ס'איז אן אריכות דעם גאנצן ענין דא, און ס'איז נישט מעגליך דאס ארויס צו האבן סתם מיט ווארפן אזאנע חסידישע פשעטלעך. ס'פארלאנגט זיך צו האבן כאטש סיי וואספארא אהנונג איבער דעם קאזמאלאגישן חלק בכלליות, און אויך דעם טעאלאגישן טייל אויף וויפיל ס'איז נוגע דא. ס'איז ממש רחוק מן המציאות צו זאגן אז דער אבן עזרה און נאך ראשונים האבן געהאלטן אזוי, ס'איז פונקט גוט פאר רב וואויזנער'ס לעכערליכן פסק איבער דער אינטערנט. און כלפי דעם חלק הפסיכאלאגיע איז ממש א לצנות שאין כדוגמתו צו אהערברענגן די הגדרה פון דעם סאטמערער רבי בנוגע אינפערטיליטי. אפילו אויב זאל דאס נאר זיין טעארעטיש, איז דאס נישט קיין קלענערע טיפשות ווי צו גלייבן אז די זיידעס קומען אראפ צום מצווה טאנץ פון גן עדן. איך וואלט געזאגט אז דאס איז פשוט תלוי אין חסרון הבנה, עין ערך עסיג אום חודש תשרי, אדער איז אויך דא א בוך דערויף וואס איך געדענק נישט אויף דער מינוט די נאמען. אין קורצן טענה'ט יענער אז אויב זאל עוועלוציע טאקע נישט זיין מער ווי א פוסטע זייפן בלאז, וואלט א גלעזל קאווע קיינמאל זיך געטוישט צו א מער ליכטיגן קאליר אפגעזען וויפיל מילך דו זאלסט נאר אריינגיסן. ס'איז אפשר אן עקסטרעמער ביישפיל, אבער די עצם נקודה לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אויב שטייצעך זאל זיין אז דאס שטיקל כרפס וואס מיר עסן פסח אויפדערנאכט איז טאקע ווייניגער ווי א כזית. אבער דאס איז שוין ממש א נושא פאר זיך, און איך וועל אפשר טאקע מאכן א באזונדערן ארטיקל איבער דעם אויב און ווען איך וועל האבן צייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל