איך האב אמאל גענומען איינער פון געשטעטנער'ס קונטרסים נאכ'ן לערנען סימן קל"ד אין כולל און אנגעהויבען נאכקוקען זיין מראה מקומות. איך האב אויפגעגעבען נאך א שטיק צייט, אבער יעדער איינער, אן אויסנאם, איז געווען נישט צו דער זאך. געווענליך איז דאס אז א מענטש וואס איז אייביג אויף איין צד זעט שוין נישט גלאט. אמאל איז דער מאן א באנדיט אמאל איז די פרוי א באנדיט, אמאל זענען ביידער באנדיטען און אמאל קיינער נישט. אין היינטיגע אומשטענדען איז כמעט נישט דא קיין פאל וואס מ'איז בארעכטיגט צו צווינגען א גט. און אפילו ווען מ'מעג נישט צווינגען א גט, מעג מען אנרופען דער מענטש אן עבריין (כמבואר בסוף סי' קנ"ד עי"ש ברמ"א), און מסתמא דאס מיינט [tag]איחוד פעלד[/tag] ווען ער בעט מ'זאל 'אנהאקען די ביינער'. סאסייעטי דארף האבען אביסל זכרות צו קענען אנקוקען אן עבריין ווי אן עבריין, נישט זוכען זיך אויסצודרייען דערפון. דער עקסטרעמע תביעה אנוצומקל'ן די ביינער נעמט צו פון די ריכטיגקייט פון זיין פאינ"ט. און נישט אויף די מאן איז עיקר תביעה. זיין חברים און שטיצער'ס, וואס במקום איהם צו בעטען צו טוהן דער ריכטיגע שריט און געבען א גט, האלטען איהם גאר צוריק פאר נידריגע טענות און נערישקייטען. דער זעלבע איז ביי ווייבער וואס שלאגען זיך ארויס פון די גרעניצען פון הלכות.
לגבי די אלע גיטין וואס זענען פארגעקומען אין אמעריקא אין די לעצטע כמה יארען. ס'איז געווען אין דעטרויט א רב, דער ראש ועד הרבנים, מיט'ן נאמען הרב יחזקאל גרובנער זצ"ל. (ער איז דער שווער פונ'ם באקאנטע'ן ר' אברהם יצחק סאראצקין שליט"א, דער מחבר פון א צאל-לאז מספר פון ספרים על הש"ס ורמב"ם ועל הנ"ך) ער איז געווען א גרויסע דרשן, מ'האט איהם אנגערופען דער 'גרובנער מגיד'. עכ"פ ער האט א ספר 'כנסת יחזקאל' ווי ער שרייבט א מעשה אז מ'האט איהם געקלונגען פון נ.י. אז א מענטש איז געפארען קיין דעטרויט פאר א חתונה, און היות מ'וויל איהם צווינגען צו געבען א גט פאר זיין ווייב, זאל דער רב איהם אויפהאלטען ביז די בריונים קומען אן. ער האט עס נישט געטוהן און ער האט געפרעגט אפאר גדולים צו ער איז גערעכט געווען. עי'
כאן אין די אלע תשובות וואס מ'האט איהם גע'ענטפערט און מ'קען זען אז קיינע פון די גדולי הפוסקים האט נישט צוגעשטימט צו דער מהלך פון מעשה זיין גיטין.
נאר וואס, למעשה פסל'ן מענטשען אלס ממזרים באופן סיטונאי (wholesale) איז אומ'אחריותדיג. ממילא האט מען נישט געזען קיין תשובות וועגען די מענטשען לאחר המעשה. איך האב געהערט פון אן אדם גדול. ווען די בני ישראל (פון הודו) זענען געקומען קיין א"י, האט זיך דער רבנות הראשות זיך אריינגעלאזט זיי מתיר צו זיין לשוק. א געוויסע יונגערמאן א גרויסע היצ-קאפ (היינט איז ער דער העלד פון די וואס האלטען זיך די יושבי-אור ווייל ער האט מתיר געווען א גרויסע זאך וואס די כלומרש'ט יושבי-חשך האבען גע'אסרט

) האט געהאט א פאר דללאר און ער האט מפרסם געווען אז זיי זענען אלע ממזרים. די גדולי ישראל האבען זיך שטארק גערעגט, ובתוכם הגאון ר' יחזקאל אברמסקי זצ"ל, אז ער האט צושטערט יעדער תיקון אין דער ענין. ער האט געזאגט "מ'זעט אלע תשובות אין די פוסקים ווי מ'האט זיך געמטר'ט מתיר צו זיין ממזרים, און דא קומט איינער מיט איין שאס אפ'צופסל'ן אגאנצע שבט!"