גיטין מעושין ומוטעין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג האט געשריבן:איחוד, אן אריינצוגיין אין דיין גאנצע אריכות אין א נושא וואס דו ביסט אליין מודה אז דו האסט עס נישט דורכגעטוהן, איז אין קורצן אזוי:
א גט מעושה מיינט אן ארויסגעצווינגענער גט שלא כדין ד.מ. דער מאן איז נישט געווען מחויב עפ"י תורה צו גט'ן, דאס איז פסול אן קיין חולק.
א מאן איז נישט מחויב עפ"י תורה צו גט'ן בלויז ווייל די פרוי פארלאנגט, דאס איז שקר, זיי מסביר פון וואו דו נעמסט דאס.
געוויסע פרינאפס זענען נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און געוויסע יא (דוגמת היתר עיסקא וואס מאטי האט ערווענט ), גיי זיי מברר און חתמ'ע שנעל אזאנס פאר דיין ווייב.
ס'איז דא מענער רשעים וואס אביוזען זייערע רעכטן נבלים ברשות התורה, ס'איז א ביטערע פראבלעם, אבער איינרעדן אן אשת איש אז זי איז א גרושה אין די צייט וואס איר גט איז פסול אלץ גט מעושה איז א גרעסערע פראבלעם און א בכי' לדורות, און ס'איז ליידער נישט דא קיין לעזונג דערצו, מען קען אויסארבעטען היתרים אויף איסור ריבית שמיטה וכדומה אבער אויף דעם האט מען נישט געקענט אויסארבעטן, מען קען נישט טוהן מיט הלכה וואס מ'וויל.
די רבנים וואס דו רעדסט זענען אדער שקצים אדער האבן מברר געווען אז אין יענעם פאל איז דער מאן געווען מחויב עפ"י תורה.



בארואיגט אייך, אזוי גוט ווי די האב איך עס נאך אדורך געטוהן, סא ווער מיר נישט אזוי קאקי דא.

און כ'ווייס נישט וואס די רעדסט, אוינער וואס איז מחויב על פי תורה צו גט'ן מעג מען יא צווינגען לדעתך?

לדעתי ולדעת כל ישראל איז דא אסאך דרגות ביז א גט הייסט א גט מעושה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים באציהט זיך צו דעם וואס איך זיך גע'טענה'ט מיט איהם אין אישי אז ער האט נישט געדארפט אויפברענגען די נושא, ווייל דאס געהערט נישט צו ווערן געליפטערט דא אויפן שטיבל וואו יעדע מאן דהו וועט זאגן א מיינונג אין ענינים חמורים.
און ניין ירא שמים, איחוד וועט זיך לכאורה שוין נישט טוישן, האסט נאר גורם געווען אז יעצט האט ער זיך געבויעט א מיינונג היפוך התורה, און ער גייט דאס פרעדיגן און אנדערע וועלן איהם נאכטאנצן. ווען דו ברענגסט דאס נישט אויף וואלטן ווייניגער אויבער חכמים געקלערט דערפון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין שו"ע אבן העזר איז דא א סימן דערויף ווען מ'מעג און ווען נישט, און א גאנצע טיץ פון שו"ת זענען געשריבן דערויף, אבער ס'איז קלאר דא גדרים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איצט נאכגעקוקט סימן קנ"ד איז ווען מ'מעג, און סימן קל"ד וואס מ'מעג.
נו איחוד, מאכן מיר א חברותא?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג האט געשריבן:ירא שמים באציהט זיך צו דעם וואס איך זיך גע'טענה'ט מיט איהם אין אישי אז ער האט נישט געדארפט אויפברענגען די נושא, ווייל דאס געהערט נישט צו ווערן געליפטערט דא אויפן שטיבל וואו יעדע מאן דהו וועט זאגן א מיינונג אין ענינים חמורים.
און ניין ירא שמים, איחוד וועט זיך לכאורה שוין נישט טוישן, האסט נאר גורם געווען אז יעצט האט ער זיך געבויעט א מיינונג היפוך התורה, און ער גייט דאס פרעדיגן און אנדערע וועלן איהם נאכטאנצן. ווען דו ברענגסט דאס נישט אויף וואלטן ווייניגער אויבער חכמים געקלערט דערפון.


איך האב דערווייל נישט געזאגט קיין שום מיינונג אין גט מעושה, כ' הא. גערעדט וועגען דעם אז מען דארף די מענער צאם האקען די ביינער.

ווער מיר נישט קיין נביא וואס איך גיי האלטען.

אויב די האסט ארויס וואס שטייט אין שו"ע שרייב געזונטערהייט, פראביר נישט מאכען קיין בלאנקעט סטעיטמענטס.

בכלל האב איך נישט ליב אז די רופסט מסדרי גיטין רעוולעך, כאילו זיי קענען נישט די הלכות, נאר די און ירא שמים, ענק ווייסען פונקטלעך ווען א גט איז כשר אדער נישט.

מסדרי גיטין קענען די הלכות בעסער ווי די.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צאמהאקן שאפט א גט מעושה, אזוי שטייט קלאר אין שו"ע.
איך רעד נישט פון רבנים (ס'זיס צו זעהן ווי פלוצלינג ביסטו אויף זייער זייט ) וכבר כתבתי ואחזור על זה לאמיר זיי שטעלן אויף די הנחה אז זיי האבן דורכגעטוהן אין זייערע פעלער אז מ'מעג, (די לשון "רעוולעך" האט ירא שמים גענוצט, נישט איך ) איך רעד פון יחידים אזאנע פשוט'ע מענטשן ווי דו, און מיט אזא מיינונג ווי דו האקן זיי צאם דעם אינגערמאן און זיי פסל'ן דורכדעם דעם גט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טאקע זיס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ריכטיג האט געשריבן:צאמהאקן שאפט א גט מעושה, אזוי שטייט קלאר אין שו"ע.
איך רעד נישט פון רבנים (ס'זיס צו זעהן ווי פלוצלינג ביסטו אויף זייער זייט ) וכבר כתבתי ואחזור על זה לאמיר זיי שטעלן אויף די הנחה אז זיי האבן דורכגעטוהן אין זייערע פעלער אז מ'מעג, (די לשון "רעוולעך" האט ירא שמים גענוצט, נישט איך ) איך רעד פון יחידים אזאנע פשוט'ע מענטשן ווי דו, און מיט אזא מיינונג ווי דו האקן זיי צאם דעם אינגערמאן און זיי פסל'ן דורכדעם דעם גט.


כ'בין זיכער אין חדר האסטו אויך געהאט א הארד טיים צו פארשטיין.

דאס אז מען דארף איינעם צאמברעכען די ביינער פאר די עוולה פין נישט געבען א גט האט גארנישט מיט א גט מעושה. קאפעראנדעי?

און בנוגע זיך אננעמען פאר רבנים, כ'קען אסאך רבנים מסדרי קדושין וואס ווייסען טאקע נישט מימינם לשמאלם, אבער כ'קען נישט קיין איין מסדר גיטין וואס קען נישט הלכות גירושין.

סתם עפעס אנשליסען אלע רבנים אין איינעם כאילו אויב מען קריטיקירט רבנים מיינט אז א רב איז קיינמאל גערעכט איז סתם דברי שטות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איחוד פעלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ניין.
לענייננו, ביי די היימישע רבנים איז טאקע זייער זייער זעלטן א געצווינגענער גט, רוב געשטעטנער'ס פארפירענישן זענען טאקע אויף רבנים פונעם אנדערע חדר, וויפיל פון יענע רבנים קענסטו דען?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דאס איז זייער א שווערע פרשה. פון איין זייט איז דא מענער רשעים וואס עס קומט זיי ערליך אפאר גוטע פעטש אז זיי זאלן געבן א גט, פון די צווייטע זייט איז נישט אייביג אויסגעהאלטן עפ"י הלכה צו מאכן א גט מעושה. איך וואלט געזאגט א פשרה אז אפילו ווען עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א גט מעושה זאל מען סתם אזוי גוט אנהאקן די ביינער פארן מאן, אן צו פארלאנגען א גט, זאל ער כאטש פיהלן אביסל צער אזוי ווי זיין ווייב וועם ער איז מעגן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

לויט די שינעווע רב מעג מען געבען מכות און אויך צווינגען דורך געלד.
און ער איז נישט געווען ריפארם.
בייגעלייגטע פיילס
Shiniv.pdf
(175.58 KiB) אראפגעלאדנט 86 מאל
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א ודאי נישט רעפארעם, ער רעדט דאך פון א חולה נכפה ל"ע און ער ארבעט עס אויס עפ"י הלכה, ער האט נישט געווארפן דא קיין בלענק טשעק חלילה.
ברסלבר, ס'איז טאקע זייער ווייטאגלעך , אבער ביטע גיב נישט קיין עצות אפילו ס'זעהט דיר אויס אויסגעהאלטן עפ"י דין איידער דו רעדסט דאס דורך מיט איינער וואס קען די הלכות, די הארבקייט איז מער ווי דו מיינסט , געוויסע זאכן קענען פסל'ן אפילו אויב מ'צווינגט נישט דירעקט דא קענסטו זעהן למשל אביסל וואס וועט דיר מן הסתם איבעראשן.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

קעןן איינער דא איבער געבן דאטעלן איבער די ארגענעזאציע ''ארע'' און זייערע אקטיוועטעטן
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

ריכטיג האט געשריבן:רוב גדולים בימים ההם האבן מתיר געווען דעם גט מוינא.

אמת ,אבער ס'איז דא אסאך פוסקי בתראי,בכללם הפתחי תשובה והחתם סופר ועוד האבן אנגענומען כדעת הפוסלים (עי' בקונטרס תוקף הסכם)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

ריכטיג האט געשריבן:דאס איז טאקע די טענה. ביי די גט מוינא האט מען עובר געווען אויפן הסכם גירושין און דאך האט מען געהאלטן אז ס'איז נישט קיין גט מוטעה.
ווי אויך זעה איך נישט אז נהורא זאל דא האבן חלילה מזלזל געווען אינעם מהר"ם.

און קונטרס תוקף הסכם ברענגט ער צו דארטן מפוסקי זמנינו ובכללם מנחת יצחק אגרות משה קנה בשם משנה הלכות תשובות והנהגות אז עובר זיין אויף א הסכם גירושין'' אלים כוחה טובא להטיל פסלנות על הגט כשעברה עלי' עכ''פ כשהבעל טוען דרק אדעתא דההסכם נתן הגט '' איך וויס נישט וואס די לעצטע ווערטער פון עכ''פ דוקא מיינען ,אזוי צו אפילו אהן אזוי ,וואו אויך האב איך נישט נאכגעקוט און כהאב נישט יעצט קיין כח נאכצוקוקען די תשובות ,קענסט נאכקוקען אז דו טרעפסט דארט אנדערש תודיע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'בין נישט אויסגעקאכט אין די סוגיא, כ'ווייס אבער אז די וואס זענען יא דערין רעכענען זיך בכלל נישט מיט דעם קונטרס, ווי אויך נישט מיט זיינע אנדערע קונטרסים, אזויווי אסאך ערליכע שוחטים רעכענען זיך נישט מיט די האלמינע ספרים און כאטש איך קען נישט קיין הלכות שחיטה איז מיר מסתבר אז די שוחטים קענען יא און דאך האלטן זיי אז ער איז ניטאמאל קיין מאן דאמר, ה"ה כאן די מסדרי גיטין קענען זייער פעלד און אפילו די גאר היימישע זענען איהם נישט גורס.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

אויף זיינע אייגענע חידושים און הכרעות וואלט איך טאקע נישט געבויט אבער צו האסטו אמאל געהערט אז ער זאל זיין חשוד אויף פעלשן מראי מקומות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ירא שמים האט געשריבן:ריכטיג, איז דען נישט געווען וויכטיג ארויפצוברענגען דעם נושא מדארף פשוט אריינלייגען דעם עולם אין קאפ אז גט מעושה איז פסול און די תורה איז "דרכי' דרכי נעם וכל נתבותי' שלום" צו דו פארשטיסט עס יא צו דו פארשטיסט עס נישט

איך מיין אז די פסוק זאגט דא פונקט די פונקט די פארקערטע פון וואס דו ווילסט זאגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:אויף זיינע אייגענע חידושים און הכרעות וואלט איך טאקע נישט געבויט אבער צו האסטו אמאל געהערט אז ער זאל זיין חשוד אויף פעלשן מראי מקומות

לאו דוקא פעלשן, ס'קען זיין ער לערנט זיי אפ פאלש וכו', און ס'קען זיין אז זיי רעדן בלויז אין געוויסע פעלער וכו' וכו' אסאך סיבות קענען זיין פארוואס די ערענסטע רבנים האלטן אנדערש. דערווייל אין פתחי תשובה זעה איך בכלל נישט אז ער זאגט בכלל אן אייגענע מיינונג בנוגע הגט מוינא, ער ברענגט בלויז צו פון אנדערע וואס זענען חושש לחומרא צום מהר"ם, (אפילו לויט זיי מיין איך וועט מען בלויז דארפן נאך א גט אבער בדיעבד וועלן די קינדער נישט זיין ממזרים ), ס'קען זיין אז איך קוק נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אבער אויב יא זעסטו ווי פארלעסליך זיינע מקורות זענען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:אויף זיינע אייגענע חידושים און הכרעות וואלט איך טאקע נישט געבויט אבער צו האסטו אמאל געהערט אז ער זאל זיין חשוד אויף פעלשן מראי מקומות

לאו דוקא פעלשן, ס'קען זיין ער לערנט זיי אפ פאלש וכו', און ס'קען זיין אז זיי רעדן בלויז אין געוויסע פעלער וכו' וכו' אסאך סיבות קענען זיין פארוואס די ערענסטע רבנים האלטן אנדערש. דערווייל אין פתחי תשובה זעה איך בכלל נישט אז ער זאגט בכלל אן אייגענע מיינונג בנוגע הגט מוינא, ער ברענגט בלויז צו פון אנדערע וואס זענען חושש לחומרא צום מהר"ם, (אפילו לויט זיי מיין איך וועט מען בלויז דארפן נאך א גט אבער בדיעבד וועלן די קינדער נישט זיין ממזרים ), ס'קען זיין אז איך קוק נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אבער אויב יא זעסטו ווי פארלעסליך זיינע מקורות זענען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב אמאל גענומען איינער פון געשטעטנער'ס קונטרסים נאכ'ן לערנען סימן קל"ד אין כולל און אנגעהויבען נאכקוקען זיין מראה מקומות. איך האב אויפגעגעבען נאך א שטיק צייט, אבער יעדער איינער, אן אויסנאם, איז געווען נישט צו דער זאך. געווענליך איז דאס אז א מענטש וואס איז אייביג אויף איין צד זעט שוין נישט גלאט. אמאל איז דער מאן א באנדיט אמאל איז די פרוי א באנדיט, אמאל זענען ביידער באנדיטען און אמאל קיינער נישט. אין היינטיגע אומשטענדען איז כמעט נישט דא קיין פאל וואס מ'איז בארעכטיגט צו צווינגען א גט. און אפילו ווען מ'מעג נישט צווינגען א גט, מעג מען אנרופען דער מענטש אן עבריין (כמבואר בסוף סי' קנ"ד עי"ש ברמ"א), און מסתמא דאס מיינט [tag]איחוד פעלד[/tag] ווען ער בעט מ'זאל 'אנהאקען די ביינער'. סאסייעטי דארף האבען אביסל זכרות צו קענען אנקוקען אן עבריין ווי אן עבריין, נישט זוכען זיך אויסצודרייען דערפון. דער עקסטרעמע תביעה אנוצומקל'ן די ביינער נעמט צו פון די ריכטיגקייט פון זיין פאינ"ט. און נישט אויף די מאן איז עיקר תביעה. זיין חברים און שטיצער'ס, וואס במקום איהם צו בעטען צו טוהן דער ריכטיגע שריט און געבען א גט, האלטען איהם גאר צוריק פאר נידריגע טענות און נערישקייטען. דער זעלבע איז ביי ווייבער וואס שלאגען זיך ארויס פון די גרעניצען פון הלכות.
לגבי די אלע גיטין וואס זענען פארגעקומען אין אמעריקא אין די לעצטע כמה יארען. ס'איז געווען אין דעטרויט א רב, דער ראש ועד הרבנים, מיט'ן נאמען הרב יחזקאל גרובנער זצ"ל. (ער איז דער שווער פונ'ם באקאנטע'ן ר' אברהם יצחק סאראצקין שליט"א, דער מחבר פון א צאל-לאז מספר פון ספרים על הש"ס ורמב"ם ועל הנ"ך) ער איז געווען א גרויסע דרשן, מ'האט איהם אנגערופען דער 'גרובנער מגיד'. עכ"פ ער האט א ספר 'כנסת יחזקאל' ווי ער שרייבט א מעשה אז מ'האט איהם געקלונגען פון נ.י. אז א מענטש איז געפארען קיין דעטרויט פאר א חתונה, און היות מ'וויל איהם צווינגען צו געבען א גט פאר זיין ווייב, זאל דער רב איהם אויפהאלטען ביז די בריונים קומען אן. ער האט עס נישט געטוהן און ער האט געפרעגט אפאר גדולים צו ער איז גערעכט געווען. עי' כאן אין די אלע תשובות וואס מ'האט איהם גע'ענטפערט און מ'קען זען אז קיינע פון די גדולי הפוסקים האט נישט צוגעשטימט צו דער מהלך פון מעשה זיין גיטין.
נאר וואס, למעשה פסל'ן מענטשען אלס ממזרים באופן סיטונאי (wholesale) איז אומ'אחריותדיג. ממילא האט מען נישט געזען קיין תשובות וועגען די מענטשען לאחר המעשה. איך האב געהערט פון אן אדם גדול. ווען די בני ישראל (פון הודו) זענען געקומען קיין א"י, האט זיך דער רבנות הראשות זיך אריינגעלאזט זיי מתיר צו זיין לשוק. א געוויסע יונגערמאן א גרויסע היצ-קאפ (היינט איז ער דער העלד פון די וואס האלטען זיך די יושבי-אור ווייל ער האט מתיר געווען א גרויסע זאך וואס די כלומרש'ט יושבי-חשך האבען גע'אסרט ;) ) האט געהאט א פאר דללאר און ער האט מפרסם געווען אז זיי זענען אלע ממזרים. די גדולי ישראל האבען זיך שטארק גערעגט, ובתוכם הגאון ר' יחזקאל אברמסקי זצ"ל, אז ער האט צושטערט יעדער תיקון אין דער ענין. ער האט געזאגט "מ'זעט אלע תשובות אין די פוסקים ווי מ'האט זיך געמטר'ט מתיר צו זיין ממזרים, און דא קומט איינער מיט איין שאס אפ'צופסל'ן אגאנצע שבט!"
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: די גט מווינא איז זייער אן אינטערסאנטע פרשה וואס האט נישט קיין שייכות צו גט מעושה
קודם כל מעגסטו האבן אביסל מער דרך ארץ פארן הייליגען מהר''ם אפילו ער זאגט עפעס וואס דו האסט נישט ליב . צווייטנס גט מוינא האב איך צוגעברענגט אלס דוגמא פון גט מוטעה וואס איז פסול (יבמות קו. שו''ע אבה''ע קמג א).אוןדי טעם המתירים איז געווען ווייל זיי האבן געהאלטען אז סאיז נישט קיין גט מוטעה.

און למעשה האט הרב שלמה גורן ז"ל מיט זיין לומדות מפקיע געוועין די קידושין פון די פרוי'ס ערשטער מאן און זי איז נישט געוועין קיין אשת איש. און זי האט נישט געדארפט האבן א גט. און די קינדער פון צווייטן מאן זענען נישט קיין ממזרים. און ס'האטציך איבערגעקערט א וועלט. און מ'האט געוואלט דעם הרב גורן קורע זיין ווי א דג. תרתי משמע. און דער איד וואס האט געשריבן אז א חוץ וואס ער איז געוועין א שייגעץ א ציוני איז ער אויכעט געוועין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. און ס'איז הותר דמו. און מ'האט עים געשאלטן אויף תולה ארץ. אבער איך מיין שעלטן האט טאקע סענדער דער דייטש בעסער געקענט. אבער לערנען האט הרב שלמה גורן ז"ל בעסער געקענט... :twisted:
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

ליטוואק שיינע ארטיקל ,אבער א גט וואס איז פסול על פי תורה, וואס אגב גט מעושה איז איינער פון זיי ,זענען די קינדער ריכטיגע ממזרים וואס זענען אסורין לבא בקהל ,און מטאר נישט גורם זיין לטמיעת ממזרים בישראל ,דאס וואס די ראבאנוט האט און איז גורם פרשת גורן איז א דוגמא וואו אויך אנדערע פסולי חיתון וואו פסולע גירות 'ער ,און וואס די מועצת האט יעצט מחליט געווען אז מוועט דארפן מאכן ספרי יוחסין,האט מען שוין אן אמת'ן געדארפט מאכן באלד נאכן קריג , און לאמיר האפן אז זיי וועלן טאקע שוין יעצט אנהויבן צומאכן און אזוי ארום אפהיטן אויף קדושת ישראל.
פארשפארט