וואס מיינע אויגן האבן געזעהן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

וואס מיינע אויגן האבן געזעהן

שליחה דורך בעל מדות »

אריינפיר:
די ליבשאפט סיגנאלן וואס מאניפולירן און באהערשן דעם שטיקל אומאנער ערד ציען מיט כח פולע פארוואגלטע פגרים אין רוחניות די לופט וואשט אויס די נשמות און צעטראסקעט זייערע געפיהלן די אטמאספערע פאדערט פון זיי א גענצליכע תשובה ותיקון המעשים און עס קערן זיך צוריק טויזענטער אידן למקור הקדושה צום טאטן אין הימל איין אזא געשיכטע האט זיך אפגעשפיעלט אונטערן ראדאר פון מיינע אייגענע אויגן



ביטע ציבינדן די פאסיקעס מיר זענען העכער אוקראינער טעריטאריע און מיר גרייטן זיך פארן ערלויבעניש צו קענען לאנדען.... די מאנשאפט מיטגליד האט קלארגעשטעלט אז אט זענען מיר אויפן באדן וואס טיילט אונז אפ פון אומאן מיט דריי שעה צופארן און א אויטא


א פרייליכע שטימונג האט געהערשט אויפן פליגער און עס האט זיך געשפירט אויף א גאר שטארקע פארנעם
די פליגער האט געמאכט די נויטיגע מאנעוורעס און אראפגעשטעלט איהרע רעדער צום גרויסן געביידע מיטן אויפשריפט "וועלקאם טו קיעוו" ,מיר זענען דאן געווארן ארויסגעפירט פון פליגער, דורכגעגאנגען דער אוקראינישער וואך פראצעדור און צוגעשפאנט ביזן ארט ווי אלע פעקלעך ערשיינען אויף די ספעציעלע קאנוועיער בעלטס

איך באטראכט וויאזוי דער גרויסער מויל מאשין שפייעט ארויס באגאזשן מיט רענצלעך אלע מאסן און קאלירן און נאך עטליכע מינוט האב איך אנערקענט אז מיין רענצל קימט נישט אהן די פלייץ רענצלעך פון א נארוואס פריש ערשינענדער פליגער האבן אנגעהויבן ווערן אפגענימען דורך פולע פרישע מענטשן, איך בין געווארן היסטעריש און געשטעלט מיינע טריט צו דער "פארלוירן און געטראפן" אפטיילונג, אין לופטפעלד
שטייענדיג אינעם ליניע צווישן נאך פולע אנגעצויגענע פאסאדזשירן האב איך אינאכט גענימען ווי איין ארויסשטארנדער פערזאן פארפירט און שרייט אויפן האלבער שטאט.... סאררי איי וואז העיר בעפאר יו...שרייט ער ארויף מיר ( א גראבן ליגנט נישט ווערד צו ווערן אדרעסירט) ...איך האב אים גראד אריינגעלאזט
אנטשולדיגט שרייט ער ווייטער אויפן סערוויסמאן איהר באדינט שוין צו לאנג דעם פרוי!.... טייל האבן גרימאסירט מיטן פנים אויסצודריקן פאראיבל און ס'רוב איבריגע האבן אים איגנארירט

זיין אויפפירונג האט געענדלט ווי נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט און זיין אוממאראלישן אויסזעהן האט ענדערש אויסגענימען ווי א נידריגן מאפיאנער אויף ביידע פון זיינע הענט איז ער געווען אנגע'חזיר'ט מיט שרייעדיגע טאטועס ווי בילדער פון שלענג און נאכט פויגלעך און העכער זיינע אויגן האט געוואוינט א קליין גאלדענעם רינגל


איך הער פליצום ווי מיין קרוב וואס האט מיר באגלייט רופט זיך אהן און פרואוו צו שאפן א קידוש א קידוש השם ...."עס איז א געווענליכע ערשיינונג אז רענצלעך פארלירן זיך און זיי שיקן עס אפ צו די הייזער"...זיינע אויגן האבן אנגעהויבן פירקלען מיט א גלאנץ און מיין הארץ האט זיך האסטיג אפגעשטעלט ווען זיין קלארע ענטפער און אידיש איז געקומען אנשטאטס א ערווארטעטע אוקראינישע קללה אז... "יא אבער איך פארמאג נישט דא קיין הויז אין אוקראינע
מיר זענען געווען צימישט און שאקירט און מיין קרוב האט געלאזט און גאנג א קירוב מיסיע און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אז ער שטאמט פון א גאר היימישער געגנט, ער האט געלערנט און א היימישער ישיבה, און זיין פאמיליע איז חשוב אפשטאמיג

מיין קרוב האט אין אים געטראפן א שבר כלי א ציהאקטן שטאם מיט ציפליקטע ווארצלען א נעבעכדיגע פארגאנגענהייט מיט שווערע צרות וועלכע פלעגט עסן פיין און אנגסט פאר פרישטאג און יסירי איוב פאר נאכטמאל
איך האב געהאט א ביטערן לעבן פארציילט ער און איך בין אוועקגעפאלן פון אידישקייט איך האב נישט געוואלט געדענקען מיין אמאליגן טראגישן און בייסיגער לעבן און באשלאסן צו זיכן סיפוק און די פרייע גאס אהן תורה ומצות
פאריגע יאר בין איך די ערשטע מאל געפארן קיין אומאן ווייל מיינע אידישע פריינט און פאמיליע האבן מיר געמוטשעט און איך האב עס געטוען מיטן פלאן צו האקן א טאג "ענדזשויען אביסל אומאן משיגעת" און זיך אביסל אויסליפטערן, ווען איך בין געפארן האב איך נישט פארגעסן צו שאפן א קליין קאפל און פון א ציצית האב איך פשוט פארגעסן
מיין פלאן פון האבן "פאן" בגשמיות האט זיך אויסגעארבעט און נאך בעפארן גיין און אומאן האב איך גענעכטיגט און קיעוו און א גרויסער האטעל
אבער דאן האט מיר אומאן פארוואנדלט און געוויסער טויש
קוים וואס צום ציון האב איך געוואלט גיין אבער נאכן ציון האב איך געשפירט ווארעם און אינטערסאנט שפורנדיג ווי איך רעד צו מיר אליינס אז איך גיי מוזן בעסער ווערן, איך האב געשוואוירן אז אומאן וועט ווערן מיין הויפט פריאריטעט וואס איך וועל נישט פארציכטן און עס ווערט מיין צווייטע יאר און דא בין איך, איך פיל בעסער און ווער בעסער


נעקסט פליעז!!! די שטימע פונעם ארבעטער און עירפארט האט אפגעהאקט אונזער שמועס און מיר באבן זיך צעשיידעט פון דעם האלבן בעל תשובה

***
כמה יעברון וכמה יבראון אוי מי יחיה... ראש השנה און אומאן מיין אויג האט פליצום אויפגעכאפט דער געשטאלט און פנים פון אונזער בעל תשובה, איך האב געקוקט און נישט געקענט אראפנעמען מיין אויג איז עס ער? קען נישט זיין!... ער איז געשטאנען איינגעוויקלט און א טלית (מיט א גרויסן האנט זייגער צו באדעקן דעם מיאוסן כתובת קעקע וואס האט זיך ארויסגעשטעקט פון זיין העמד...) זיינע אויגן פארמאכט, זיין ערנסטע שטערן מיט צייכענעס פון יראת שמים, זיין קערפער שאקלט זיך ווארעם פון רעכטס צו לינקס מיט א מתיקות באט ער געבעטן פון אויבערשטן... "באליבטע טאטי זיי מיר מוחל... איך גיי שוין זיין גוט טאטי, איך גיי שוין זיין גוט און פארגעב מיינע זינד
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין און הארציג געשריבן, יישר כח [tag]בעל מדות[/tag]. שלום עליכם, מאכט אייך היימיש און באקוועם.
מיינע אויגן האבן שוין אויך געזעהן אסאך מענטשן וואס האבן זיך געטוישט אין אומאן מן הקצה אל הקצה, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין נאר אויב מען לעבט עס אליין מיט. אומאן האט עפעס א ספעציעלע כח צוריק צו ברענגען מענטשן צום באשעפער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

בעל מדות האט געשריבן:אריינפיר:
זיין אויפפירונג האט געענדלט ווי נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט

ילמדינו נא הרב בעל מדות די חילוק פון א "נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט" ביז א נידריג ערשטקלאסיגן, ווייסן דראג עדיקט?
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

קול דודי האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:אריינפיר:
זיין אויפפירונג האט געענדלט ווי נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט

ילמדינו נא הרב בעל מדות די חילוק פון א "נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט" ביז א נידריג ערשטקלאסיגן, ווייסן דראג עדיקט?

נאכן זיך פלאגן א לאנגע צייט צו אפשרייבן אזא לאנגע מעשה טוה מיר א טובה און נישט דאס נעם ארויס דערפון
מ'מאכט זאכן מעגליך.
משה פיטות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך משה פיטות »

יישר כח זייער שיין אין הארציג!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעל מדות האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:אריינפיר:
זיין אויפפירונג האט געענדלט ווי נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט

ילמדינו נא הרב בעל מדות די חילוק פון א "נידריג ערשטקלאסיגן, שווארצער דראג עדיקט" ביז א נידריג ערשטקלאסיגן, ווייסן דראג עדיקט?

נאכן זיך פלאגן א לאנגע צייט צו אפשרייבן אזא לאנגע מעשה טוה מיר א טובה און נישט דאס נעם ארויס דערפון

ר' בעל מידות: ביטע שטעלט אייך אין א זייט און לאזט מיך ענטפערן דעם בעל דבר. והנה: בעצם איז נישט קיין חילוק פון א שווארצן און א ווייסן דראג עדיקט. אלא דיבר הכתוב בהווה... :roll: :
פארשפארט