גדעון האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן פארוואס די היימישע פאליטיק און אמפערייען איז ערגער ווי די אמעריקאנער אדער איזראיעלי פאליטיק? איך פארשטיי אז סאיז אינוואלווד איסורים פון לשון הרע ורכילות אבער ווי עס שיינט פון כמעט אלע תגובות וואס מ'רעדט איבער דעם נושא, אז נישט דאס באדערט דעם עולם, עפעס אנדערש דרוקט דא.
ווער ס'האלט נאר אביסל מיט די פרעזידענט קאמפיין, וועט וויסן צו פארציילן פון גענוג קינדישע טענה'רייען, און דורטי טריקס וואס קומען פאר חדשים לבקרים אינערהאלב די קאמפיינס. גאנצע שמוץ און שמיר בלאגן, און וועב-זייטלעך קורסירן, און יעדע צווייטע טאג ווערט אויפגעדעקט אלטע און נייע עבירות איבער די קאנדידאטן וואס ווערט שפעטער דיסקוסירט מיט אלע קליפערלעך אויף פעיסבוק און אדערע סאושעל סייטס, ווי מ'הרג'ט זוך ארום איין מאל און ווידער אמאל אלטע אויסגעדראשענע פארטייאישע טענות.
און ווער רעדט נאך אין מדינת ישראל, ווי ס'איז מער אויסגעשטעלט אז מ'אטאקירט זיך איינער דעם צווייטן אפילו אין די רעגירונג אליין, איז דא יעדן טאג פרישע ווארע, פרישע סחורה.
האט איינער אמאל גערעדט מיט אזא עקל און איבל איבער די פאליטיקס? איך האב נישט געזעהן!
חוץ די אידישע פראבלעם דערמיט - דהיינו שנאת חנם לשה"ר רכילות מוציא ש"ר וכדומה - איז דא נאך א נפק"מ.
ווי אזוי עס זאל נישט זיין, וועט קיינמאל נישט זיין קיין חילוק ווער עס געווינט יא אדער נישט ביי די אהרונים/זאלוינים. זיי זענען ביידע רבי'ס, ביידע האבן זייערע חסידים, און די נארישע פאליטיק פון קארט קעיסעסס וכדומה איז כמעט נישט מעלה און נישט מוריד, און איז מאוס ונמאס.
משא"כ ביי פרעזידענט און אנדערע וועלט נייעס, וואס דאס מאכט גרויסע דיפערענצן אין דעם גאנצן לאנד, געזעצן וואס קענען שטארק אפעקטירן יעדן בירגער, קען מען מער פארשטיין פארוואס מענטשן גריבלען דערוועגן און שמועסן אויס יעדע נייעסל.