א דריטע אינטיפאדע רח"ל?
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.
גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.
יהודה גליק איז היינט איינגעשוואירען געווארן אלס חבר כנסת, ער האט געמאכט א "שהחיינו" בשם ומלכות, דאס קומט נאכדעם וואס די שר הבטחון בוגי יעלון האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט און פון כנסת,- ווייל ביבי האט אריינגענומען ליבערמאן אין קאאליציע צוזאגנדיג אז ער וועט מאכן פאר שר הבטחון אויפן פלאץ פון בוגי- און יהודה גליק איז די קומענדיגע אויפן ליסט פון ליכוד.
היינט אינדערפרי איז ער נאך צום לעצט ארויף אויפן הר הבית, נאך וואס ביבי לאזט נישט קיין חברי כנסת ארויפגיין, כדי נישט אנצורייצן די אראבער.
אזוי אויך האט ער באקומען סעקיורעטי (אבטחה צמודה), נאך וואס מען האט עם שוין פרובירט איינמאל צו אוועקלייגן.
איזהו גיבור ?