אלוקיהם של אלו שונא זימה!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 801
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 332 מאל

אלוקיהם של אלו שונא זימה!

שליחה דורך שלמה המלך »

ס'איז דאך פרשת השבוע איז דאך די ריכטיגע צייט פאר א נקודה למחשבה.....

דרייט זיך ארום אין די דעזערט א גאנצע פאלק מיט בערך צוויי מיליון נפשות (שישים רבוא נאר מענער און נאר פון 20-60 ) מיט אפאר מיליון קעמלען (מדרש: יעדער האט געהאט בערך 90 קעמלען טעונים) געהאט ציטאן מיט די עדזשיפשענס און ארויס פון זייער לאנד, זיי האבן ארום זיך וואלקענעס פון אלע זייטען פון ספעשעל שיינעדיגע היי ביעמס ביינאכט, זיי ערנערן זיך פון טוי וואס פאלט איבער נאכט און פארנאכץ קומט ציפליען שליו טשיקען וואס מ'מאכט פיינע בארביקיו וכדו' מ'פארציילט אז זיי זענען אריים אונעם ים וואס האט זיך פאר זיי געשפאלטען אנגעקומען צי א קליינע בארג און געמאכט דארט א גרויסע צערעמויניע..... און היצטערט האבען זיי זיך גענומען האקן רעכטץ און לינקס! גע'הרג'ט די צוויי באוויסטע ריזן סיחון מיט עוג און ווער ווייסט ווער עס איז נעקסט אויף די ליסט.

זיצט זיך אזוי ציפור'ס זוהן דער בלק וואס האט צייטוויליג איבערגענומען די מלוכה, און ציטערט ווי א פיש אז מ'גייט אים אנברעכן די ביינער! ער איז נעקסט, און פאר די קליינער צייט וואס ער איז קעניג וועט מען אים אפווישען מיט זיין גאנצען פאלק! וואס פאר א בושה וואס פאר א דורך פאל – ער קען זיך דאס נישט ערלויבען...

ער פאנגט אן שטודירן איבער דעם מאדנען פאלק און זייער כח, און ווערט געוואר אז זיי האבען א גרויסן אוצר "א מויל" וואס מיט דעם דאווענט מען און מען בעט און גאט האט זיי ליעב און גיט נאך וואס זיי דארפן, נא מ'מיז דאך מאכען א קאונטער אטאקע מיט אט די טאקטיקן, דערמאנט זיך אונזער בלק'ל אז ער האט א אלטע גיטע פרייט וואס האט א פיסק אויף שרויפן שעלט ווי א ביבער און נאך דערצי איז ער א נביא השם! ער האט דאך אים געזאגט מיט א צייט צירוק אז וועט ווערן א מלך וואס אויסגעזעהן ווי א וויסטער חלום און עס איז מקוים געווארן, נא שיקט ער א דעלעגאציע און זאגט בלעם'ן איך האב פאר דיר א ריזיגע אפפער!

קום און שעלט פאר מיר דעם דאזיגן פאלק ס'זאל ווערן פון זיי ח"ו אש און פארך... די ווייסט דאך די רגע וואס כביכול צערענט און וויזוי מ'מאכט דעם דזשאב, און איך וועל דיך באגיסן מיט כבוד... איך ווייס דאך זייער גיט וואס די האסט ליב.

בלעם איז נישט זיין פערד.. בלק וועט נישט באקומען וואס ער וויל אויף א גאלדענען טאץ און בלויז באצאלן א טאפ לינזען אביסל כבוד.. ער פארשטייט דעם עסק זייער גיט ער פרעימט זיך אן פאר די שליחים און א שיינעם רמז אז כבוד איז זייער גיט אבער ער דארף אויף פאר דעם מלא ביתו כסף וזהב דער אקאונט אין באנק מיז עז אויך שפירן...

בעק און פארט – דיעל איז א דיעל אבער בלעם האט איין אישו! דער אייבישטער לאט אים נישט פארלייפיג.. מיין טייערע און ליבע פאלק דעם עם הנבחר וואס איך האב ארויס געצויגן פון די עגיפטער כ'האב זיי גענומען פאר א דיירעקט ליין אן קיין אפגאט פארמיטלער אידערמיט איך בין זייער גאט און זיי זענען מיינע שעפעלעך מיין שווארץ אפעל פון מיין אויג כביכול און קיינער זאל זיך נישט וואגען טשעפען מיט דעם!

בלעם טראכט אז ס'איז טראבל, ער איז מודיע פאר בלק'ן דעם סיטואציע אבער האפט אז אויב ער וועט סוכ"ס קומען און מ'ווען שחט'ן 7 קרבנות אפאר מאל, קען עס אפשר ארבעטן, דא האט ער געניצט זיינע טאקטיקן מיט עפעס העכערס און געהאפט אז אזוי ארום וועט אים געלונגען מאכען פאניע בראט מיט זיין יוגענד פריינט דער היינטיגער מואב קעניג.
פרובירט אהער פרובירט אהין מ'גייט דא מ'גייט דארט דא זעהט מען בעסער דא זעהט מען גרעסער דארט וועט מען שחט'ן די קרבנות, אבער נאך יעדע טריי אויט קימט א טוץ מיט ברכות וואס דער אב הרחמן שטייט פעלזן פעסט און זאגט נוי וועי די וועסט דעם פאלק גארנישט קענען מאכען ס'איז מיין ליבלינג!!!!

דער הייליגער ר' הערש פון רימינוב ברענג ארויס דעם פרשה אהבת הקב"ה לישראל אז ניטאמאל האט איין יוד געוויסט פון זייערע פינסטערע פלענער! שטייט א סופער שעלטער א נביא השם יודע דעת עליון און שיסט שפיזן און די יודען ווייסען ניטאמאל מתפלל זיין, מאכען מנינים תהילים אדער פאסטען וכדו' און גארנישט, ער היט און מאכט זיכער אז זיין הייליג פאלק בלייבט גאנץ אן קיין געשעדיגטע.

בלק ווערט נערוועז מער און מער ביי יעדעם מאל וואס בלעם פרובירט, ביז זיינע נערווען שיסען און זאגט: זיי נישט ברוגז פאר אהיים געזינטערהייט ביסט ביזי דער אייבטער לאט יא לאט נישט סוי דער אייבישטער לאט נישט איך זאל דיר כבוד געבען און קיין שום ביזנעס דיעל מאך איך נישט מיט דיר גוד ביייייייי.
בלעם איז גאר א אנגעפאטשטער, א בלינדער שעך איז ער שוין יארן, היצט אויפן וועג אהער איז ער געווארען א קריפל לעולם דוד, און קען נישט גיין אויף זיין ציקראטשטער פיס ער פארט שוין אויף אייביג אין א ווילטשעיר, און דא אזא פרקאסק.....

רוימט ער אריין פאר בלק'ן אין אויער א סוד!!! איך קען דיר זאגען איין זאך איך ווייס כביכול כביכול דעם רבוש"ע'ס אינגרוי טוי נעיל אויף וואס מ'דארף ארויפ טרעטן! "אלוקיהם של אלו שונה זימה" ביי אונז איז דאס זייער גאנגבאר אבער ביי דעם עם הנבחר נישט! און זייער טאטע וואס פראטעקט זיי מיט אזא איבערגעגעבענקייט גייט ארויס פון די כלים כביכול פון דעם בקקום שאתה
מוצא קדושה אתה מוצא גדר ערוה און פארקערט ח"ו קימט א אנדרמיסיא ח"ו... מילא טו זיי מכשול זיין מיט דעם ביגן אקט, און אזוי ארים וועסטי אריין האקען דארט א פלאקען!

בלק האט אים ניטאמאל באדאנקט פאר דעם עצה ווייל ער איז געוועהן אנגעבלאזען ווי א פאאיקע, ווי פייוויש ביים האלץ קאמער, אבער האט געטראכט וואס האט ער צי דערלייגען אפשר טאקע! האט ער אזוי געטוהן אינטערגעזאגט זיינע נידריגסטע עלעמענטן און אריין געריקט אפאר ביליגע זונות צווישן כלל ישראל און ליידער געמאכט א חורבן מיט א שרעקליכע מגיפה......

לענינינו:

די מעשה איז זייער (נישט) שיין אבער עס פעלט אויס אביסל התבוננות און זעהן וואס שפילט זיך אפ ווייטער פון דעמאלץ ביז היינט, די פאקט בלייבט פאקט, דער באשעפער איז א שונא זימה... איי פארוואס באשעפער? האסט אונז דאך אזוי ליב געסט אונז פון אלעם גיטן עסען טרינקען שלאפען, פארוואס לאזט די אונז נישט אביסל זימה עס זעעט דאך אויס אזוי געשמאק... געסט דאך אונז טאקע וואס אונז ברויך מער בדרך היתר אבער פארט! "מים גנובים ימתקו" וואס ארט דיך אונז זאל מיר זיך אביסעל ענדשזויען און וועל מיר ווייטער בלייבן געטריי צי דיר און אפשר נאך מער אונז וועל מער בעסער דאווענען בעסער לערנען די וועסט אויך הנאה האבען, וואס איז דען? די פארטראגסט נישט דעם קליינעם עסק וואס איז דען דער גרויסע מלער.

אבער השי"ת ענפערט:

מיין טייער קונד! איך ווייס זייער גיט וואס די האסט ליב :"כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם" איך ווייס פינקטליך וואס די מיינטס און וואס די טראכסט און האפסט און קלערסט! וויסען אבער זאלסטי אז איך קען דיר נישט אלעס מסביר זיין, דיין מח קען עס נישט פארשטיין, אבער עס מאכט א חורבן עולם פאר דיר פאר דיין משפחה און פאר די גאנצע וועלט! איך האב באשאפען די וועלט און איך פיר עס מיט א פיקנטליכע חשבון און א פלאן אויף אלעם, איך דארף נישט דיין הילף איך בעט דיך נאר... טי נישט דאס ווייל די מאכסט חרוב מיין וועלט.

זעהסט דאך אליין ווי שטארק אין האב דיך ליב און וואס איך טוה אלץ פאר דיר, און וואלט דיר אויך דאס געקענט נאכגעבן.. איך וועל גארנישט קלענער ווערן פון דעם, אבער דיך און די וועלט וועסטי חרוב מאכען! אזויפיל געטרוי מעגסטי האבען אין מיר אז איך פארשטיי דיך זייער גיט און פארט פארלאנג איך פון דיר די זאלסט שטיין ווייט אוועק פון אט די אלע זאכען כמטחוי קשת... איך ווייס זייער גיט דעם נסיון ווייל איך האב דאך דיך אזוי באשאפען און מיט א סבה דערפאר!! אבער די שכר וואס איך וועל דיר באצאלן פאר דעם סיי אויף דער וועלט און אוודאי אויף יענער וועלט איז אין לשער!!! עין לא ראתה אלוקים זולתך, ווי מער וועסט דיך אפהאלטען וועט דיר גרינגער ווערן און געשמאקער ווערן.

מאך דיר א סיפוק החיים פון אנדערע זאכען מאך דיר א סיפוק החיים פון די היתר וואס איך האב דיר געגעבען 'וראה חיים עם האשה אשר אהבת'... יא איך ווייס וואס די מאכסט מיט מיט איהר אויך, און דעס האב איך דיר אויך געשיקט מיט א פונקליכען פלאן... אבער ארבעט דווקא דעס אויס די בעסטע וואס שייך און וועסטי ארויסקומען א געווינער! געסט דיך איין דריי ביסטי שוין אן אלטער יוד קימסט שוין באלד צירוק אהיים פון דא אויווען פון ווי איך האב דיך אראפ געשיקט, אונז וועל מיר זיך ביידע פרייען ציזאמען און פאסמאקעווען ווי שיין די האסט דורך געשווערצט די יארן...

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר