ווייכע מצות פאר אשכנזים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

ווייכע מצות פאר אשכנזים

שליחה דורך יידל »

פיל ספרדישע קהילות נוצן ווייעכע מצות פאר פסח. צו מעגן אשכנזים דאס אויך נוצן? הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל (הליכות שלמה פ"ט, הערה פ') פסק'נט אז מען טאר נישט. די סיבה דערצו איז וויבאלד מיר האבן נישט קיין היינט קיין מסורה אויף דעם.

הרב אשר ווייס שליט"א פון רמות שרייבט אין זיין הגדה "מנחת אשר" אז עס איז יא מותר. מען זעט אפילו אז דער רמ"א פלעגט עסן ווייעכע מצות, ווייל דער רמ"א שרייבט (או"ח סי' ת"ס סעיף ד) אז די מצות פלעגן זיין דיק, וואס דאס מיינט פשטות אז עס איז געווען ווייעך. אבער מיט דעם אלעם פירט הרב ווייס אויס אז מ'זאל זיך נישט באנוצען דערמיט ווייל אונז ווייסן נישט וויאזוי צו מאכן ווייעכע מצות בלי חשש חמץ.

לויט דעם קומט לכאורה אויס אז ווען מען עסט ספרדישע ווייעכע מצות, וואס זיי וויסן דאך יא וויאזוי דאס צו מאכן און זיי האבן א מסורה דערויף וועט מען דאס יא מעגן עסן.

מען קען דא אויך צושטעלן דעם באקאנטען שאלה צו מען מעג עסן מאכלים אויף וועלכער די אייגענע קהילה האט נישט קיין מסורת, אבער אנדער קהילות האבן יא, א שטייגער חגבים, וואס די תימנים האבן אויף דעם א מסורה און די שאלה איז צו איינער וואס איז נישט קיין תימני מעג אויך עסן על סמך די תימנ'ע מסורה.

עס איז אויך באקאנט אז ביי די זעבו קאנטראווערסיע, האט מען עס געוואלט מתיר זיין על סמך די מסורה פון די אפגאניסטאנער אידן, און דער חזון איש האט געפסקנט אז דאס האט בכלל נישט קיין דין ווי א מסורה, ווייל אין אפגאניסטאן זענען נישט געווען קיין גדולים אין תורה, און א באלעבאטישער מסורה איז נישט קיין מסורה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר