א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

מיין 9 יעריג זוהן איז אהיימגעקומען פרייטאג פון חדר מיט א בארג שאלות..
"אונז האבן געלערענט אין חדר וועגן אברהם אבינו'ס ברית, און מיין רבי האט געזאגט אז מ'טאר נישט דארט צורירין ווייל ס'איז זייער הייליג"
"טאטי, פארוואס מאכט מען א ברית"
"טאטי, מ'מעג פרעגן קשיות אויף די תורה"
יא, זאג איך, פרעג.
"פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?"
"פארוואס מאכט מען א ברית?"
"פארוואס האט דער אייבישטער געהייסן מאכן אזא בלוטיגע בובו פאר א קליינע בעבי?"
"דער אייבישטער האט נישט רחמנות?"
"וואס שניידט מען אראפ?"
"פארוואס מאכט מען נישט א ברית פאר א מיידל?"
איך האב אים אוועקגעזעצט און געזאגט ער זאל מיר געבן אפאר מינוט, און איך וועל עם פרובירן צו ענטפערן.
דער תפקיד וואס מיר האבן אלס עלטערן איז ח"ו נישט אוועקמאכן אזעלכע לעגעטימע פראגעס, און זאגן ביסט נאך א קינד בלא בלא בלא, ווייל א קינד זוכט דעם אמת. אונזער תפקיד איז צו ענטפערן אונזערע טייערע קינדער דער אמת אדער קרוב לאמת, אבער אין די זעלבע צייט אכטונג געבן אז מ'שניידט נישט אריין אין זייער אינעסינס וואס איז זייער וויכטיג פאר זייער אימאשענעל און ערליכע אנטוויקלונג.
יעדער מענטש וואלט מסתמא געענטפערט אנדערש אבער אזוי האב איך עם געזאגט:
דער יסוד פון יעדע זאך, איז די עיקר פון יעדע זאך. דער אבן שתיה איז דער יסוד פון די וועלט און לויט חז"ל איז זי דערפאר אינמיטן פון די וועלט. די ברית פון א מענטש ווערט אנגערופן יסוד ווייל זי איז די יסוד פון א מענטש (פאר פארשטענדליכע סיבות..) ווי אויך איז זי דערפאר בערך אינמיטן גוף. אזוי ווי דער מקום המקדש איז הייליג ווייל דארט איז די יסוד, איז דער מענטש, דער "ושכנתי בתוכם" אויך הייליג ביים יסוד. דערפאר האט דיין רבי מסתמא געזאגט אז מ'זאל דארט נישט צורירין, ווייל מיט די יסוד פון א בנין וויל קיינער נישט ארומשפילן...
דער סיבה פארוואס מיר מאכן א ברית, איז וויבאלד ווען אדם הראשון האט געגעסן פון די עץ הדעת איז דער מענטש געווארן פארשטאפט מיט קליפה. דער באשעפער האט באפוילן אז מיר זאלן אפשניידן די ערלת היסוד וואס איז נגד ערלת הלב, אז אונזער הארץ זאל זיין אפן פאר עבודת השם.
"טאטי, פארוואס ווערט מען נישט געבוירן אנדעם?"
ווייל דער מענטש דארף טוען א פעולה צו ווייזן אז ער וויל זיין א עבד ה', דערפאר טוט מען עס מיט בלוט, צו ווייזן אז א איד דארף דינען דעם אייבערשטען מיט מסירת נפש.
און מען טוט עס קליינערהייט, טאקע ווייל דער באשעפער האט זייער רחמנות, טוט מען עס ווען די קינד איז קליין און ער באגרייפט נישט די יסורים אזוי שטארק ווי אן ערוואקסענער.
"וואס שניידט מען"
מען שניידט אראפ א הויט וואס דעקט איבער די ברית. די הויט הייסט ערלה.
"א מיידל האט די הויט?"
ניין, א מיידל האט נישט די הויט. די גמרא זאגט אז א פרוי ווערט געבוירן אזוי ווי גע'מהלעט. ספרים זאגן אז דאס איז וועגן א פרוי'ס הארץ איז ריינער ווי א מאן'ס הארץ צו עבודת ה'. אויך זענען דא וואס זאגן אז א פרוי'ס הארץ ווערט גערייניגט, דורך די שטראפן וואס זי האט באקומען ביים חטא עץ הדעת.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ווייל דער אייבישטער האט אזוי באפוילן, און נאך איין קשיא דו האסט כאפסטע א פראסק
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
ווען מ׳זאגט מ׳טאר נישט צורירן, דערמאן איך זיך אט דעם מדרש:
ומפרי העץ אשר בתוך הגן וגו' ולא תגעו בו, הדא הוא דכתיב: (משלי ל) אל תוסף על דבריו פן יוכיח בך ונכזבת.
תני ר' חייא:
שלא תעשה את הגדר יותר מן העיקר, שלא יפול ויקצץ הנטיעות.
כך אמר הקב"ה: כי ביום אכלך ממנו וגו'. והיא לא אמרה כן, אלא: "אמר אלהים לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו". כיון שראה אותו עוברת לפני העץ, נטלה ודחפה עליו.
אמר לה: הא לא מיתת, כמה דלא מיתת במקרביה, כן לא מיתת במיכליה, אלא כי יודע אלהים כי ביום וגו':
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
רויטע האט באנת זייער גוט געענטפערט. אבער וואס איז וויכטיגער איז אז ער האט געלאזט פרעגן און געגעבן ליגיטימאציע פאר די קימדס שאלות.
פאר א קינד איז טייל מאל נישט אזויוויכטיג די עצם תשובה ווי די באקוועמקייט אז ער קען פרעגן, מ'הערט אים אויס, און ער באקומט א תשובה. איך זאג עס צוליב דעם, ווייל איך האב לעצטענס געהאט א שמועס מיט א חבר און איך האב אים געזאגט ווי וויכטיג עס איז פאר א קינד צו קענען פרעגן. האט ער מיך געזאגט, מיט די גאנצע האנעסטי, אז ער האט מורא פאר זיין קינדס שאלות ווייל ער האט נשיט קיין תשובות. אבער ווי געזאגט, איז די תשובה נישט די וויכטיגסטע.
פאר א קינד איז טייל מאל נישט אזויוויכטיג די עצם תשובה ווי די באקוועמקייט אז ער קען פרעגן, מ'הערט אים אויס, און ער באקומט א תשובה. איך זאג עס צוליב דעם, ווייל איך האב לעצטענס געהאט א שמועס מיט א חבר און איך האב אים געזאגט ווי וויכטיג עס איז פאר א קינד צו קענען פרעגן. האט ער מיך געזאגט, מיט די גאנצע האנעסטי, אז ער האט מורא פאר זיין קינדס שאלות ווייל ער האט נשיט קיין תשובות. אבער ווי געזאגט, איז די תשובה נישט די וויכטיגסטע.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
[tag]ודי למבין[/tag] זאגסט געוואלדיג.
דערמאנסט מיר א ווארט כ'האב אמאל געקלערט אין די הגדה.
די תירוץ פאר די קינד'ס מה נשתנה איז עבדים היינו. פרעגן שוין אלע, וואס פאר א תירוץ איז דאס? נאר די כוונה איז "עבדים היינו" אונז זעמער געווען קנעכט, און אזוי ווי א קנעכט פרעגט שאלות מיט טענות און ערווארט נישט קיין תירוץ פון דעם הער, די זעלבע דארף די קינד וויסן אז ער מעג פרעגן קשיות, מ'הערט אים טאקע זייער שיין אויס, אבער נישט אלעמאל איז דא אויף דעם א תירוץ.
דערמאנסט מיר א ווארט כ'האב אמאל געקלערט אין די הגדה.
די תירוץ פאר די קינד'ס מה נשתנה איז עבדים היינו. פרעגן שוין אלע, וואס פאר א תירוץ איז דאס? נאר די כוונה איז "עבדים היינו" אונז זעמער געווען קנעכט, און אזוי ווי א קנעכט פרעגט שאלות מיט טענות און ערווארט נישט קיין תירוץ פון דעם הער, די זעלבע דארף די קינד וויסן אז ער מעג פרעגן קשיות, מ'הערט אים טאקע זייער שיין אויס, אבער נישט אלעמאל איז דא אויף דעם א תירוץ.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
"טאטי, פארוואס מאכט מען א ברית"
"טאטי, מ'מעג פרעגן קשיות אויף די תורה"
יא, זאג איך, פרעג.
"פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?"
"פארוואס מאכט מען א ברית?"
"פארוואס האט דער אייבישטער געהייסן מאכן אזא בלוטיגע בובו פאר א קליינע בעבי?"
"דער אייבישטער האט נישט רחמנות?"
"וואס שניידט מען אראפ?"
"פארוואס מאכט מען נישט א ברית פאר א מיידל?"
"טאטי, פארוואס ווערט מען נישט געבוירן אנדעם?"
"וואס שניידט מען"
"א מיידל האט די הויט?"
שיינע תשובות השבת לבנך, אבער וואס איז טאקע די תירוץ פאר די אלע שאלות? וואס זאגט דער עולם?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב נישט געמיינט אזוי ווייט ווי יאיר, נאר לאמיר טאקע טראכטען וואס איז די תשובה צו די פראגעס.
ווי עס זעהט מיר אויס איז דא דא דריי אנדערע סארט פראגעס: איינס, על דרך טעמי המצוות, מה המצווה הזאת ומה טעם יש בה פון ברית מילה, און די טעם פון פרטי המצווה. צוויי איז די שאלה פארוואס מאכען אין אן אומצצניעותדיגע פלאץ, און די גאנצע קשר צו נישט אנרירען, דריטנס שאלות וואס איז תלוי פשוט אין די ידיעה פון דער גוף וואס דער יונגעל איז ווייזט אויס נישט קלאר.
איז אזוי, די ערשטע שאלה, פארוואס טוהן מיר די מצווה, איז דאך די ערשטע תירוץ ווייל דאס איז א מצווה, און מיר פאלגען די תורה וואס זי הייסט מאכען א ברית מילה. איך ווייס נישט פארוואס הר"ר רויטע האט נישט געפינען וויכטיג איבערגעבן די נקודה פאר זיין זוהן, דאס איז לכאורה די ערשטע כלל פון קבלת עול מלכות שמים. און אן דעם וועט עם דאך ממילא שווער ווערן פאר זיין זוהן ווען ער וועט אנקומען צו פרשת חוקת.. שבתי וראיתי אז לכאורה איז רויטע יא גערעכט, ווייל פון די הגדה של פסח ווייזט אויס אז כי ישאלך בנך ענטפערט מען טאקע יא טעמי המצוות קלאר צו מאכען און געבן א טעם פאר די קינדער פארוואס מיר טוהן דאס, ויש לעיין בזה.
יעצט לגבי וואס איז טאקע די טעם, האט רויטע אנגענומען די נקודה פון מילת ערלת הלב, דהיינו מצוות מילה איז אזא סימבאל אדער איז טאקע פועל ברוחניות די מילת ערלת הלב. דאס איז אוודאי א פיינע טעם און איז מבואר אין אסאך מקורות, אבער דאכציך עס איז נישט די עיקר און פשוט'סטע טעם פון מילה המבואר במקראות. די קלארע און פשוטע טעם פון מילה איז אז דאס איז אן אות ברית, א צייכן פון א ברית. דאס הייסט פשוט די מילה איז א צייכן בגוף אז מיר באלאנגען פאר עם ישראל און האבען אן עקסטערן ברית מיט'ן רבוש"ע, וואס אויף דעם האט דער אייבישטער געגעבן די אות הברית פאר אברהם אבינו ווי דער פסוק זאגט מפורש והיה לאות ברית ביני וביניכם. דאס איז אזוי דער פשוט'ער און גראדער מפורשער הסבר אז עס איז א פלא איינער זאל דאס איבערהיפען און טאנצן צו די חלק וועגן ערלת הלב. (@שיטה מקובצת אלערט).
אגב איז מיט דעם שוין פשוט פארענטפערט פארוואס מאכט מען דאס פאר א בעיבי, ווייל פון געבורט וויל מען און דארף מען ארייננעמען די קינדער אין דער ברית מיט השי"ת, די קשיא איז אפשר פארקערט, פארוואס ווארטן ביז די אכטע טאג, אויף דעם איז אפשר די תירוץ ווייל ביז דעמאלטס איז דער בעיבי נאכנישט גענוג געזונט דערצו וכדומה.
יעצט פארוואס פונקט אין דער אבר, איז ווייטער גאנץ פשוט לויט דעם, ווייל דאס איז דער אבר ההולדה, און איז די חשובסטע אבר וואס פון דעם איז א מענטש פרה ורבה, וואס דאס צייכענט עם אויס אלץ א פאלק וואס איז פרה ורבה, ממילא אז דער אייבישטער האט געמאכט א ברית לאברהם ולזרעו פאסט עס פשוט אויף די מקום ווי עס איז שייך זרעו.
יעצט דער יונגעל האט געפרעגט אנפאנגע גאר אן אינטרעסאנטער שאלה : "פארוואס האט די אייבישטער געהייסן מ'זאל מאכן א ברית אויף אזא נישט צניעות'דיגע פלאץ?" לכאורה קומט דער שאלה פון דעם וואס דער רבי האט דא אריינגעמישט דער נושא פון נישט טאטשען, נו וואסי טאקע פשט? עס קוקט אויס אז דא טוהט זיך א יסודישע חוסר הבנה אין די גאנצע נושא. וואס הייסט עס איז נישט צניעותדיג און וואס קומט דארט א ברית. איך ווייס נישט וואס מקען מסביר זיין פאר קינדער אבער קודם וואס פארשטיין אונז. דער אבר ההולדה איז נישט עפעס א שמוציגער אבר וואס מדארף באהאלטען, און אוודאי די בריתו של אברהם אבינו די אות וחותם פון אידישקייט ליגט נישט אויף עפעס א שמוציגער פלאץ. עס איז טאקע דא א בפירושע הלכה אין שולחן ערוך מדינא דגמרא אז ווען מוואשט זיך אין טייך טאר מען נישט צודעקן דווקא די מקום הברית שלא יהא נראה מתבייש בבריתו של אברהם אבינו. עיין שם פרטי ההלכה. די ענין פון צניעות איז דא דאס איז פריוואט און געהערט במקום היתר ומצווה נישט אין די גאס, וויבאלד עס איז דא חטא עץ הדעת ויצר הרע צו וואס. אבער עס איז נישט שמוציג אדער עפעס, ווייל אנדערש איז דאך דאס קינד גערעכט.
דאס ברענגט מיר צו די דריטע פוינט, שטייצעך די קשיא וועגן מיידלעך הייבט זיך נישט אן, וואס יא איז אפשר שווער אויב איז דאס דער אות ברית וואס צייגט אויף אידישקייט איז דען א מיידל נישט קיין איד, אויף דעם איז אפשר טאקע ריכטיג צו ניצען די לשון די גמרא אז איתתא כמאן דמהילא דמיא דהיינו זי איז שייך במצוות מילה ובברית היהדות, הגם דאס איז לכאורה סתם תורות און נישט די גראדער פשט. די גראדער פשט איז מסתמא אז די תורה רעכנט די זכרים פאר די עיקר המשכה פון דער פאלק וויבאלד זיי זענען טאקע די מולידים, און במשך תקופת האבות עכ"פ איז די גאנצע ברית היהדות אריבער דורך דער פאטער, ווייבער האבען זיי גענומען פון די פעלקער ארום, וממילא איז המול לכם כל זכר גענוג אויף צו מאכען דער ברית. די אנדערע חלקים ווייסיך נישט. עס איז מיר אביסעל אינטרעסאנט אז א יונגל פון ניין יאר זאל נישט וויסען די אנאטאמישער חילוקים פון א זכר מיט א נקבה, סיידן ער האט נישט קיין שוועסטער צו וואס..
ומכאן צו נישט טאטשען, א קינד וואס איז נאכנישט שייך צו הרהור (אפשר ביי 9 איז שוין יא שייך? זעהט מיר נישט אויס עס זאל אזוי זיין) ווייסיך נישט וועלכע איסור איז דא צו טאטשען, און איך פארשטיי נישט וואס עס וועט צוגעבן דער אנזאגאכץ אויף דעם ווען ער פארשטייט בכלל נישט וואס די נקודה איז, אפשר איז דאס אן ענין פון חינוך? אדער אז מוועט עם צוגעוואינען נישט טאטשען איז גם כי יזקין און וועט פארשטיין אויך נישט טאטשען? איך ווייס נישט, עס זעהט מיר נישט אויס אז די טעאריעס ארבעטן, און לכאורה ממה נפשך, אויב איז ער נישט גענוג גרויס צו פארשטיין סיבת וענין האיסור איז ער אויך נישט בתורת עם מחנך זיין דערויף, און אויב איז ער יא בתורת דארף מען עם נארמאל מחנך זיין וואס איז אסור און פון וואס מרעדט, אנדערש איז דאך גארנישט.
דאס איז אבער א שטיקל מאמר המוסגר וואס געהערט ערגעץ אנדערש, וואס איז נוגע צו דא איז אז זיכער האט די איסור טאטשאכץ נישט קיין שום שייכות מיט פרשת ברית מילה, און אז דער מלמד זוכט ווי עס אויסצולערנען זאל ער פליז ווארטן אויף פרשת וישב, אדער פרשת קדושים, אדער שוין אין פרשת נח. אין לך לך קומט עס נישט אריין און איז סתם גורם א צומישעניש וואס פון דער צומישעניש איז טאקע גם כי יזקין לא יסור ממנה.
(באופן כללי וועגן פארצוקערן אזוינע חיובים ואיסורים מיט אזוינע סעמי מיסטישע געבאבעטע תורות ווי "מטאר נישט אנרירען ווייל דאס איז אזוי הייליג", ביניך מסופק אויב דאס איז א גוטע זאך אדער פארקערט.)

Re: א שמועס מיט מיין קינד איבער די מצוה פון ברית מילה
יאיר האט געשריבן:יישר כח, לעיקוואוד.
לכאורה איז דער חשבון פארקערט, וויבאלד אידן האבן זיך נוהג געווען צו מל'ען די קינדער (משום איזה סיבה שיהיה) האט דער באשעפער דאס געמאכט אלס אן אות בינו וביניהם, ולפי זה נפלו רוב הקושיות.
ודבר זה מרומז בנקודה ראשונה שהערתי שטעם מצווה מצווה ודו''ק.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
לעיקוואד האט געשריבן:איז אזוי, די ערשטע שאלה, פארוואס טוהן מיר די מצווה, איז דאך די ערשטע תירוץ ווייל דאס איז א מצווה, און מיר פאלגען די תורה וואס זי הייסט מאכען א ברית מילה. איך ווייס נישט פארוואס הר"ר רויטע האט נישט געפינען וויכטיג איבערגעבן די נקודה פאר זיין זוהן, דאס איז לכאורה די ערשטע כלל פון קבלת עול מלכות שמים. און אן דעם וועט עם דאך ממילא שווער ווערן פאר זיין זוהן ווען ער וועט אנקומען צו פרשת חוקת.. שבתי וראיתי אז לכאורה איז רויטע יא גערעכט, ווייל פון די הגדה של פסח ווייזט אויס אז כי ישאלך בנך ענטפערט מען טאקע יא טעמי המצוות קלאר צו מאכען און געבן א טעם פאר די קינדער פארוואס מיר טוהן דאס, ויש לעיין בזה.
מיין מהלך המחשבה בזה איז אז ביידע חלקים זענען אמת מען איז מחיוב ווייל ער האט געהייסן אין אויך דארף מען פרובירן ארויסצינעמען די מעסעדז אין די רעיון אינטערדעם
יאיר האט געשריבן:יישר כח, לעיקוואוד.
לכאורה איז דער חשבון פארקערט, וויבאלד אידן האבן זיך נוהג געווען צו מל'ען די קינדער (משום איזה סיבה שיהיה) האט דער באשעפער דאס געמאכט אלס אן אות בינו וביניהם, ולפי זה נפלו רוב הקושיות.
וואס שטיפט דיר אזוי ציזאגן? איז דא היסטארישע בייווייזן אז אנדערע אומות האבן זיך מל געווען אין יענע תקיפה?
אינטערעסאנט, אבער לויט ווי עס זעט זיך אויס פין די תורה האט זיך אברהם וביתו נישט געמל'ט פאר ער איז נצטווה געווארן, זעט עפעס אויס אז ער האט זיך נישט אזוי נוהג געווען
אולי קענסטי זאגן אז עס איז געווען נהוג צי טין אלס סימן עבדות כמבואר שם בוויקעפידיע אין דאס האט השם אדאפטירט,
אבער וואס ווילסטי פארדינען מיט זאגן אזוי

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ער האט כופר געווען אין זיין טאטן'ס מסורה, די דרך הסלולה לו מימות מתושלח, משנה געווען די דרכים און מנהגים פון זיין טאטן זז"ג, אפגענויגט פונעם דרך, און אלעמאל געהאט קושיות, פארוואס דינט מען דעם גאט, ווער האט באשאפן יענע גאט, וכדו'. פרעגסטו אז אויב גאנץ אור כשדים האט זיך גע'מל'ט, פארוואזשע האט זיך אונזער פארפארטער אברהם נישט געמל'ט ביז די ניין און ניינציג? ענטפערט יאיר טאקע דערפאר, ווייל ער איז נישט נאכגעגאנגען די עבודת אלולים וואס די כשדים האבן זיך נוהג געווען.