פישל'ע העררינג האט געשריבן:"סופה וסערה" חלק ד'.
איך האב שוין כמעט א דורך געטוהן דעם ספר און וגם אנכי מצטרף לומר אז עס איז א מיינסטער ווערק.
הגם דא אין דארט האב איך קליינע הערות דאך איז ר' חנוך טוביאס אין א בחינה פון אין כדוגמתו.
זיין חכמה איז מער אז ער קען גיין צווישען די טראפּען און עכ"פ פאר מיר קומט פאר אז אפילו זיינע שתיקות ברענגען ארויס מחשבות ביים ליינער אז יש דברים וואס ער וויל זאגען אבער ער קען נישט מפני כבודם של האישים וגם די הוכחות זענען נישט קלאר, בלייבט עס ביי; ודי לחכימא מעיק אפּ יאר אָן מיינד יורסעלף .. איך באצי מיך דא צו דער מאשין מצה פולמוס. ווי ער לייגט אראפ ווי אזוי די שוואגערס רי"ש און רמ"ז האבען אין זייער יוגענט ארויס געגעבען "צוזאם" פול ספרים כ"מפרשי הים" ועוד.
אבער צווישען די שורות לייען איך א סובּ-טעקסט אז דער צירוף פון רמ"ז אלס שתוף אין די חיבור הספרים קומט אין א ספק, און אז אפשר גאר האט רי"ש נאר דעם שוואגער געוואלט צוליבּ טוהן, אז ער זאל אויך האבען דעם כבוד אלס מחבר. דער כותב זאגט עס נישט בפירוש; אבער איך מיין אז ער איז דאס מרמז. און צו דערלאנגען אזא "רמז", דיפלאמאטיש, מיט גענוג דעקונג עס צו לייקענען, אז א מיינסטערשאפט.