אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ביי אונז זינגט מען עס נישט אבער נישט מטעם דער קריסט? נאר וועגן א שאלה לגבי בענטשן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
יא, טייל פוסקים זעהן א פראבלעם דאס צו זינגן פאר ברכת המזון, ווייל די זמר איז מיוסד אנטקעגן די פיר ברכות פון ברמה"ז. און זיי זעהן א פראבלעם אז מעגליך אז מ'האט שוין יוצא געווען דערמיט די חיוב.
ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,
אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ישראל, דא האסטו א מארמארישע איד זינגט דאס
[url]http:// צור משלו אכלנו - בנוסח חסידות ויז'ניץ: http://youtu.be/hsa1qSf2LAA[/url]
[url]http:// צור משלו אכלנו - בנוסח חסידות ויז'ניץ: http://youtu.be/hsa1qSf2LAA[/url]
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא האט געשריבן:ישראל, דא האסטו א מארמארישע איד זינגט דאס
[url]http:// צור משלו אכלנו - בנוסח חסידות ויז'ניץ: http://youtu.be/hsa1qSf2LAA[/url]
נהורא נפישא: ייש"כ. הערליך שיין. וואונדערבאר. איך האב באקומען אן התעוורות צו קוקנדיג די שיינע סצענע
אבער לפי שיטת עטליכע הייליגע אידן אשר אני לא רוצה לפורטם בשמותיהם, טאר מען אויף דעים קליפ (ר"ל) נישט קוקן און נישט הערן.) ערשטנס דער טאטע און דער זון זינגען אויף די שפה הטמאה עברית, ר"ל מהאי דעתא. צווייטנס, דער זון איז דאך א מאדערנער. ער זעיט מיר אויס ווי א מזרחי'סט. און ער גייט זיכער (אדער איז געגאנגען) אין טמא'נעם מיליטער פון מדינת ישראל. צה"ל...
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישמעאל הכהן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישראל קאפקע האט געשריבן:משה בערלינער שפילט ביים שאצער רבי'ן
די וויזשניצער צור משלו
ישראל קאפקע: ייש"כ. איך קען זיצן שעות און הערן אזעלכע הערליכע ניגונים. אבער איך בין מסופק אויב דאס איז געווען ביים שאצער רבי'ן. ס'זעהט אויס א סטעידזש מיט די גאנצע קלאפערגעצייג. א סקרין און ספאטלייטס...!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.
און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.
און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 263
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
איך אויך האט געשריבן:ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.
און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.
וועלכע מהדורה און וועלכע דף אין גוגל? איך האב עס נישט געפונען.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,
אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?
דא פארציילט א פערפארמער אז די ניגון הייסט "קאנדעל'ס הארא" על שם הערי קאנדעל, א גרויסער קלעזמער מוזיקאנט, א איד, וועלכער האט פארפאסט דעם ניגון אים 1918. הערי איז געווארן פראפסיאנאלע טרענירט אין מוזיק אין אן אדעסא מוזיקאלישע שולע. געבוירן אים 1885 אין לעמבערג פון ווי ער האט עמיגרירט קיין אמעריקע און געווארן א קלעזמער שטערן. דא קענט איר געפינען געניג פון זיינע אריגענעלע רעקארדירונגן, אריינגערעכענט ניגונים מיטן נעמען ווי "בוקארעסטער בולגאר", "די חסידים פארן צום רבי'ן", "א אידישע חתונה", און "ברוגז טאנץ."
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי...
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי...
אה... זענען מיר דאך יא אויף איין בלאט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
אינטערסאנט איך זעה קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעברענגט. צוויי זייער באקאנטע ניגונים וואס פארט עפעס זייער גוט אריין איינס אין צווייטן אריין אזש אז מען דארף צומאל שטארק אנכאפן ביים רעדל נישט צו פארפארן.
"הגלה נא" פון משה גאלדמאן
"מיין שטעטעלע בעלז"
איי איי איי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז, ופרוס חביבי עלי, את סוכת שלומך.
הגלה נא, מיין שטעטעלע בעלז, מיין היימעלע דארט וואו איך האב מיי/את סוכת שלומך.
אגב, די ניגון "בעלז" האט קיין שום שייכות מיטן שטאט וואס מיר קענען פון די בעלזע רביים און חסידים. די מדובר איז פון "בעלץ" (Bălţi) אין בעסאראביע. דארט איז געבוירען אין אויפגעצויגן געווארן די בארימטע זינגערן איזא קרעמער. האט אין 1930 יענקל יאקאבאוויטש, א יידישע טעאטער דירעקטער געשריבן דאס ליד לכבודה. די מעלאדי האט פארפאסט אן אנדערער יידיש-טעאטער שטערן אלעקסנדר אולשענעצקי. (קען זיין אז אין "בעלז" האט מען אויך געווארפן שטיינער אום שבת, אבער נישט אין טייך...)
אין 1935 איז שוין דאס ליד געווען אזוי פאפולער אז זי ארויס אויף די פולישע שפראך מיטן "Miasteczko Bełz". (Miasteczko אין פוליש איז טייטש "שטעטל", אויך באקאנט פון אן אנדערע יידישע טעאטער ליד "מעסטעטשקאָ ליאַדעניו" אדער ווי טייל רופן איר "די פינטעלע ניגון")
"הגלה נא" פון משה גאלדמאן
"מיין שטעטעלע בעלז"
איי איי איי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז, ופרוס חביבי עלי, את סוכת שלומך.
הגלה נא, מיין שטעטעלע בעלז, מיין היימעלע דארט וואו איך האב מיי/את סוכת שלומך.
אגב, די ניגון "בעלז" האט קיין שום שייכות מיטן שטאט וואס מיר קענען פון די בעלזע רביים און חסידים. די מדובר איז פון "בעלץ" (Bălţi) אין בעסאראביע. דארט איז געבוירען אין אויפגעצויגן געווארן די בארימטע זינגערן איזא קרעמער. האט אין 1930 יענקל יאקאבאוויטש, א יידישע טעאטער דירעקטער געשריבן דאס ליד לכבודה. די מעלאדי האט פארפאסט אן אנדערער יידיש-טעאטער שטערן אלעקסנדר אולשענעצקי. (קען זיין אז אין "בעלז" האט מען אויך געווארפן שטיינער אום שבת, אבער נישט אין טייך...)
אין 1935 איז שוין דאס ליד געווען אזוי פאפולער אז זי ארויס אויף די פולישע שפראך מיטן "Miasteczko Bełz". (Miasteczko אין פוליש איז טייטש "שטעטל", אויך באקאנט פון אן אנדערע יידישע טעאטער ליד "מעסטעטשקאָ ליאַדעניו" אדער ווי טייל רופן איר "די פינטעלע ניגון")
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עס איז מיר שוין לאנג באקאנט אז די ניגון מיינט בעלץ/בעלז שבבעסעראביא און נישט בעלזא שבגאליציע אבער דער פוילישן ווערסיע איז מיר א חידוש.
וואס איך פארשטיי נישט איז אז בעלץ איז דאך אין בעסעראביע ווי מען האט גערעדט ראמעניש (אפילו פאר די קריג) איז ווי קומט א פולישע ווערסיע דערויף?
וואס איך פארשטיי נישט איז אז בעלץ איז דאך אין בעסעראביע ווי מען האט גערעדט ראמעניש (אפילו פאר די קריג) איז ווי קומט א פולישע ווערסיע דערויף?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
דאס ליד איז געשריבן געווארן אין פולין דורך יאקאבאוויטש פארן סטעדש "דאס ליד פון דער געטא" און געשפילט ערשט אין די ניו יארק אפערע אום 1932, נישט אין מאלדאווע. יאקאבס האט איר נאר געשריבן אויף "בעלץ" לכבודה פון קרעמער, זי האט שוין אויך דעמאלס לאנג נישט געוואוינט אין ראמעניא. זי איז דאכט זיך דעמאלס געווען אין איטאליע אדער שוין אין אמעריקא. (קרעמער איז געווען די הויפט שפילערן אין "דאס ליד פון דער געטא" פלעי, זי אליינס האט אבער נישט געזינגן דעם "בעלז" ווי ווייט איך ווייס)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כעלם'ער מגיד: ייש"כ פאר ערקלערן דעם חילוק. און אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך. ווייל א יעדער, ספעציעל חסיד'ישע אידן האבן אין זייער הינטערבאוואוסטזיין (סוב-קאנשיעס) אן אימעדזש, א בילד פון בעלזא, אלס שטארק חסיד'ישע שטאט, כדוגמת די בעלזער רביים.
איך האב אמאל געהערט אן אנדער'ן הסבר. אז די שטאט בעלזא, אין גאליציע איז עכט געווען א זייער מאדערנע שטאט. און דאס האט אויך צו טון מיט דעם פאקט אז די בעלזער רביים ווערן אנגערופן "רב" אנשטאטס "רבי". ווייל די מאדערנע און נישט זייער פרומע שטאט'ס מענטשן האבן געקענט באשטיין אז די בעלזער רביים זאלן פיהרן רביסט'ווע פאר זייערע חסידים, אבער נישט זיין שטאט'ס רב. זיי האבן ענדערש געוואלט א מאדערנעם מענטש פאר זייער רב. פארדעם האבן זיך געשטעלט די רוקח משפחה און זייערע אנהענגערס אז זיי זאללן דוקא יא זיין די רבנים אין שטאט.
אבער דיין הסבר, אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך איז מער לאגיש, און גרינגער צו פארשטיין...!

דער נאמען רבי/רב האט נישט דווקא מיט די שטאטס לייט, דאס וואס אונז ווייסן אלץ פון די בעלזע רביים איז כמעט נאר פון די חסידים און אויף זיי האט קיינער נישט געהאט קיין שליטה ווי זיי זאלן רופן זייער רבי. די סיבה פארוואס דער טיטול "רב" איז אומערסטענס אין באניץ אין בעלז איז פשוט פארדעם ווייל דער רבי איז געווען רב אין בעלז, נישט סתם נאך א רבי וואס האט פונקט געוואוינט אין בעלז. אזוי פלעגט מען רופן א רבי וואס איז אויך געווען א רב, ס'האט בכלל נישט געהייסן א פחיתות הכבוד. די סיבה פארוואס די אונגערישע סארט רבנים רופט מען טייל מאל יא רבי איז דערפאר ווייל זיי האבן געהאט ישיבות און די סדר און אונגארן והגלילות איז געווען אז תלמידים האבן גערופן דעם רב/ראש ישיבה, רבי און אסאך מאל איז ער שוין אזוי פארבליבן לזכרון עולם.
וויאזוי פונקטליך "בעלז" האט אויסגעזעהן און די גוטע יארן קענסטו ליינען אין דעם בעלז'ן יזכור בוך
וויאזוי פונקטליך "בעלז" האט אויסגעזעהן און די גוטע יארן קענסטו ליינען אין דעם בעלז'ן יזכור בוך