דעת תורה האט געשריבן:וואס איז אזוי געוואלדיג מיט דעם אז ווילי האט אמאל אויסגעזען אנדערש? מילא מען ווייזט אויף אז מיר אליין האבן אמאל אויסגעקוקט אנדערש, איז נאך דא עפעס א נקודה דערין. אבער אז די געגנט האט אויסגעקוקט אנדערש? מה כל הרעש? איסט סייד האט אויך אמאל אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש ווי היינט, עס איז געווען טאטאל אידיש. אונז כשלעצמינו, אונזער קאמיוניטי, אונזערע משפחות, באבעס און זיידעס האבן גארנישט וואס צו רילעיטן מיט וויאזוי וויליאמסבורג האט אויסגעקוקט אמאל, בעפאר מיר זענען אהערגעקומען. אונז האמיר א שייכות מיט מארמאראש, פישפיק לאדיין און הוידא נאנאש און פערטיג. וויאזוי ווילי האט אמאל אויסגעזען זאגט גארנישט פאר אונז. חוץ פארשטייט זיך איינער וואס גלייכט היסטאריע איז דאס אינטערעסאנט פונקט ווי די היסטאריע פון פיטסבורג און די אשכול פון פרעמענוראנטן.
דעת תורה: ס'הייסט דו זאגסט בערך אזוי. (נישט צו פארגלייכן, ח"ו.). אייז קריעם איז גארנישט אזא גוט מאכל ווי מ'לייגט עס אראפ. חוץ ווען איינער שפאצירט אויף די גאס פאר איבער א שעה אין 100 דעגרי היץ... נו. צו עים רעדט דאך דער פסוק... לפענ"ד זענען רוב היימישע יונגעלייט, ספעציעל די אויפגעגקלערטע פון קאווע שטיבל, אינטרעסירט אין אידישע היסטארי. ספעציעל אזא עיר ואם בישראל ווי וןיליאמסבורג. אדער מאה שערים...!
יידל האט געשריבן: פישמאן פארציילט ווי אין הרב באסקין'ס שול האבן געדאווענט אפילו מחללי שבתות און מענטשן וואס זענען געקומען אין שול בלויז אין די ימים נוראים. דאס איז געקומען צו אן אפשטעל ווען א סאטמארער אידל, חיים געלב וואס איז לויט פישמאן געווען האלב-משוגע-האלב-צדיק האט אנגעהויבן ארגעניזירן פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וועלכע זענען אפט געקומען עד לכדי הכאה. דער געלב, לויט וויאזוי פישמאן לייגט אים אראפ, איז געווען דער זיידע פון די צימערמאן/לאוב/קלאר קליקע, און ווי עס שיינט איז ער דער וואס האט קאליע געמאכט וויליאמסבורג, נישט דער רבי זי"ע...
דאכצעך מיר אז אויף דעם ר' חיים ע"ה ווערט פארציילט [בערך אזוי] אז פאר זיין פאטער איז געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צום גארליצ'ער רב פאר א ברכה אז ער זאל עם קענען אויפציען אידישלעך אינעם "טריפה'נעם אמעריקע" אין די גארליצ'ער רב האט עם אנגעוואונטשען אז זיינע קומענדיגע דורות וועלן זיין שומרי תורה ומצוות, אין דעמאלטס האט די גארליצ'ער רב געזאגט אז ער האט בקבלה אז משיח וועט קומען פון אמעריקע...
מירער בחור: איך האב געהערט די מעשה איבער שינאווער רב זצ"ל. אן נאך האט ער געזאגט פאר ר' חיים געלב'ס טאטע. אז פאר איהם האט ער נישט מורא (אז ער וועט ח"ו קאליע ווערן אין אמעריקע.)