מצות אנשים מלומדה
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
מצות אנשים מלומדה
מצות אנשים מלומדה
וַיֹּאמֶר ד': יַעַן כִּי נִגַּשׁ הָעָם הַזֶּה, בְּפִיו וּבִשְׂפָתָיו כִּבְּדוּנִי וְלִבּוֹ רִחַק מִמֶּנִּי, וַתְּהִי יִרְאָתָם אֹתִי מִצְוַת אֲנָשִׁים מְלֻמָּדָה
אינזער גאנצע סיסטעים פון תפילה צים באשעפער, איז מיר עפעס אזוי מאשין'דיג, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, וויפיל מיר דאווענען פאר א מלך מלכי המלכים, און מיר מירמלען מיטן מויל און מיר ווייסן נישט וואס מיר רעדן, ווי גייט דער וויץ איינער דאווענט שמונה עשרה, ער דאווענט זיך אזוי געמיטלעך, ווען פליצלינג כאפט ער א זעץ, ער האקט איבער זיינע מחשבות, ער ווייסט נישט ווער עס האט דאס געטיען, ער וויל שרייען כאפצעם, אבער און די לעצטע רגע איז ער זיך גובר, ער קלערט ביי זיך נאך איין מאל דאס פאסירט וועל איך זיין וואכזאם, אויב שלאגט ר נאכאמאל דאן וועל איך אים כאפן, און איך וועל זיך אפרעכענען פאר די אלע זעצעס, אבער דאן פליצלינג כאפט ער נאך א זעץ, גלייך ביי זיין הארץ, ער גיבט א שריי אויס כאפצעעעעם שגץ הער אויף שלאגן, מיר אלע האבן שוין געהערט די מעשה, אבער גריידע די מעשה האט מיר געברעינגט צי טראכטן, מיר זענען אלע אזעלכע ראבאטן, מיר קענען דורך גיין יארן פון תפילה, אלעס וואס שטייט אין סידור, אבער קיין מאל נישט געהעריג דאווענען איין ווארט, קיין מאל נישט מתפלל זיין, נאר מצות אנשים מלומדה.
מיר פאלן אויף די האנט ביי תחנון א שטייגער ווי מעורר זיין אז מיר פאלן בתחנונים צים בורא, ווי מיר וואלטן דאן אויסגעפלאצט און א געוויין, אַבּער ווייס ווען מען ברויך פאלן, פאלן מיר, ווען מען ברויך קלאפן, קלאפן מיר, עס זענען אפילו דא וואס האבן נאך א תפילה ביי אב הרחמן דארט קלאפט מען מערערע מאל, נישט קיין פראבלעים, העט מען קלאפן זעקס מאל, מיר ביקן זיך פיר מאל, מיר מאכן קלאר לויט די הלכה, נאר די קני ביי ברוך, נאר די ריקן ביי אתה, און ביי ד' שטייען מיר שוין ווי א זעלנער, אבער לבי רחק ממני, מיר זענען בכלל נישט דאהי, מיר שוועבן אין די ספערן, עס איז מיר א שאנדע ווי מיר זענען געווארן אזוי ראבאטיש אן קיין בושה, מיר דרייען תפילין ראבאטיש, אפילו די לשם יחוד איז ראבאטיש, מיר שמייסן דעים טלית ווי אראבער, אלעס מיר זאלן זיך אויפוועקן, אבער מיר האבן געטראפן א עפפ פאר די עטיפה, אלעס פארט אטאמאטיש, מיר האבן דיסקאנעקטעד די הענט פון אינזער מוח, אפגעהאקט אינזער מויל פון אינזער מוח, מיר קענען זאגן בקול רם שמע ישראל, אפילו גלייזן מיט די אויגן, ווארפן מיטן קאפ, שאקלען מיט די הענד למעלה, מיר טרעיטן איין ביי ד' שפתי תפתח, טרעיטן אויס עושה שלום בייגען זיך אלע זייטן, דערנאך צוויי טענצעלעך גראד, טאנצען קדוש וויפיל מען פארלאנגט, קישן די ציצית, נישט פארגעסן לייגן ביי די אויגן די ציצית וואס ליגט בין קמיצה לזרש, אנגעגרייט שוין זייט מארבע כנפות כל הארץ, מיר פארטוישן קיין מאל נישט צי קישן דעים תפילין של ראש איידער דער של יד, אבער ווי איז דער מוח, דער מוח האט געפינען א לעכל, דער מוח איז שוין לאנג אנטלאפן, הלוא דבר הוא, ווען גייען מיר אויפוואקסן, וואס איז אינזער פלאן.
עס טיט מיר זייער וויי אז איך בין שוין נישט קיין פריצל, קיין שום זאך און אינזער דרך החיים האבן מיר נישט אזוי פארטריקענט, מיר קויפן עסן, מיר באשטעלן א סענדאוויטש, מיר ווייסן גענוי וואס מיר גלייכן, אויב וועט ער אריין שניידן איין פיקל ווינציגער, וועלן מיר א שריי געיבן מער פיקל פליז, אפילו מיר זענען אויפן סעל. אבער ווען עס קימט צי תפילה ווערן מיר פארהארטעוועט, מיר שפילן דעים שפיל, מיר קנייטשען, שאקלען, ביקן, קישן, וויינען, טאנצען קדוש אבער מיר זענען ווייט ווייט דערפין.
ווען מיר מאכן געוויסע ענדערינגען פון נארמאל, למשל מיר עסן פסח אנגעליינט, מרור, טינקען צוויי מאל, ווארטן מיר אז די קינדער זאלן אנפאנגען פרעיגן מה נשתנה, פארוואס טיען מיר די אלע זאכן, אבער מיר גרויסע פאלט ניטאמאל איין אז מיר טיען אלע די זאכן טעיגליך, און עס פאלט אינז נישט איין צי טראכטן וואס טיען מיר, מיר גרויסע ג-ט פארכטיגע, די מבחר שבמבחרים מיר זאגן טעיגליך תפילות, אבער זעלטען טאנצען ארויס איין ווארט וואס מיר זאגן בשעת מיר האבן א אהנינג וואס מיר זאגן, וואס וועט דא זיין מיט אינז, די אנשי כנסת הגדולה האבן פאר אינז פארגעלייגט הערליכע תפילות, מיר בעיטן פאר דעת, און אז אינזערע קראנקע זאלן געהיילט ווערן, מיר זאגן פסוקי דזמרה אלע סארט לויב פארן איילמעכטיגן, אבער די זעלבע צייט טראכטן מיר ווי אזוי מען קען האבן א ביליגערע סעלפון פלאן, ווי קאמיש דארף דאס אינזער זיסער ג-ט אן נעמען.
עס ציטערט דאך אלע גלידער ווען מיר טראכטן אריין וואס פאר א וויץ עס איז ווען מיר באקימען א אדיענץ ביים קייזער, ער לאזט אינז בעיטן וואס מיר ווילן, מיר דרייען די תפילין און קליידן די טלית, גארטלען די לענדען, און דער אינזער מוח איז ביי די תיקון, איך זאג עס נישט בדרך מוסר, איך פרעיג א קשיא, איך פארשטיי נישט וואס דא טיט זיך.
בכלל וואס איז דער פשט פון מתפלל זיין יעדע טאג די זעלבע תפילה, ווען מיר משל'ן זיך דאס אויס מיט דעים קעיניג, מיר דאווענען פאר אינזער לעיבן, און מיר קימען יעדען טאג מיט די זעלבע געבעיט בוקר ערב וצהרים, מיר זאגן ווארט פאר ווארט, ווי לאנג וועט עס נעמען ביז דער קעיניג וועט זאגן אז נאך איין מאל איך זעי דיך דא מיר דרייען דעים קאפ וועל איך דיר פארווארפן און א ווייטע מדינה, ווען מיר דאווענען פאר השי"ת, ער איז דאך א רחום וחנון, ברויכן מיר דאך גלייבן אז ער האט אינז געגעיבן דעים געפאדערטן דעת, ער האט געזאגט אקעי איך וועל דיר געיבן, וואס ווילן מיר פינעם נאך מיטאג, וואס דרייען מיר אים זיין הייליקייט.
איך וויל נישט פרעיגן קיין קשיות, אבער אויף למעשה וואס מען ברויך יא ארויס נעמען לענ"ד, אז פאר איינס ברויכן מיר איידער מיר ענדיגן די שמונה עשרה, ווען מיר פארטיגן אלע תפילות וואס אשכה"ג האבן מתקן געוועין, זאלן מיר כאטשיג אראפ קראצען א דרייסיג סעקונדעס און רעדן א תפילה פון הארץ, באשעפער גיב מיר הצלחה, זיסער ג-ט גיב מיר דיין הילף איך זאל מצליח זיין מיט די קינדער, איך זאל נושא זיין ביי אלעמען, צי ביי מיינע נאנטע ווי ווייב קינדער און עלטערן, צי ביי די גאווערמענט אפיסעס, צי ביי מיינע בעלי בתים ארבייטער אדער קאלעיגע, אדער סתם וואס עס דריקט אויפן הארץ, פלעין סימפל ווי א קינד בעיט א טאטע פליז גיב מיר א צוואנציגער, קענען מיר בעיטן דעים באשעפער, און פון דארט זיך ארויפארבייטן צי פארשטיין וואס מען וויל פון אינז מיט די אלע זאכן וואס מיר טיען, מיר זאלן פארשטיין ווען מען ביקט זיך לפני מי, מיר זאלן כאפן דעים רמז ווען מען פאלט אפיים, אז דעיס איז א געוואלדיגע צייט טאקע א קרעכץ צי געיבן אויפן מצב, מיר זאלן פארלירן דעים געפיל אז מיר שפילן א פורים שפיל, מיר זאלן אנהייבן שפירן א לחלוחית דקדושה און א שבת ויום טוב.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
אזוי גייט אויך די ווערטעל. ''אלה ברכב ואלה בסוסים'', זיי די גוים פירן זייער געשעפטן מיט פערד און וועגנער. אבער ''ואנחנו בשם א' נזכיר'', מיר אידן ערלעדיגן דאס אלס ביים דאווענען... וואס איז די נפק"מ? "המה כרעו ונפלו'', זיי פאלן און גליטשן מיט די פערד, אבער ''ואנחנו קמנו ונתעודד'', מיר שטייען גראד ביים עמוד סעיף און סעקיור...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער שיין פליקער, זאגסט דאך אזוי גוט און אמת.
דיין אויספיר אז נאכן דאווענען זאל מען צולייגן א קורצע תפלה פון הארץ איז נישט נאר א גוטע עצה פאר זיך נאר דאס העלפט אויך אז די געהעריגע דאווענען זאל נישט זיין אזוי כמצות אנשים מלומדה. איינמאל מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן פון הארץ ארויס, טרעפט מען שוין נאכדעם די אלע תפלות אויך אינעם דאווענען און עס באקומט שוין אן אנדער פנים.
ענליך צו וואס דו שרייבסט שטייט אין שיחות הר"ן סימן רכ"ט:

שמעתי בשמו שהיה מדבר עם אחד מבני הנעורים והיה מחזק אותו מאד מאד בהתבודדות ושיחה בינו לבין קונו בלשון שמדברים בו כדרכו זכרונו לברכה. ואמר לו שבתחילה זה היה עיקר התפלה מה שהיה כל אחד מדבר מה שבלבו לפני השם יתברך בלשון שהיו מדברים בו כמבואר ברמב"ם בתחילת הלכות תפלה. עיין שם שמבאר שם זאת היטב שבתחלה היה זה עיקר התפלה וכו'. אך אחר כך ראו אנשי כנסת הגדולה וכו' ותקנו סדר התפלה עיין שם. אבל על כל פנים מדינא זהו עקר התפלה. על כן גם עכשו שמתפללין סדר התפלה שתקנו אנשי כנסת הגדולה, טוב מאד להאדם להיות רגיל להתפלל לפני השם יתברך תפלות ותחינות ובקשות מלבו בלשון שמבין שיזכהו השם יתברך לעבודתו באמת כי זה עיקר התפלה כנזכר לעיל. ועיין במקום אחר בכמה מקומות בדברינו כמה האדם צריך להרגיל עצמו ולחזק עצמו בהנהגה זו שעל ידי זה דייקא באו כל הצדיקים למדרגתם עין שם היטב:
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
פליקער זאגסט זייער ווייטאגליך און אמת.
איך האב אמאל אזוי נאך אזא סארט ראבאטישע דאווענען, האב איך ביי עלינו לשבח מיר דערמאנט די משל פון חפץ חיים.
די חפץ חיים זאגט אמאל טראכט א מענטש סוף שמו"ע, איך האב שוין אפגעזאגט די גאנצע שמו"ע און נישט אינזין געהאט קיין איין ווארט, שוין, שים שלום וועט שוין מיטגיין. זאגט דער חפץ חיים, משל למה הדבר דומה, איינער כאפט א גנב אינמיטן א גניבה, ווי ער ליידיגט אים אויס זיין ענוועלאפ פון געלט, וועט ער דען זאגן, נו ער האט שוין גע'גנב'ט רוב געלט, זאל ער שוין גנב'ענען די גאנצע?
דער יצר הרע האט שוין צוגענומען דעם גאנצן שמו"ע, כאטש דעם לעצטן שים שלום כאפ צוריק פון אים, און האב אינזין און דאוון ווי א מענטש בכוונה.
עכ"פ איך האב מיר ערשט געכאפט ביי "עלינו" אז מען דארף עפעס אינזין האבן וואס מען רעדט, האב איך אינזין געהאט, אין א געוויסע אופן נאך מער ווי ראש השנה ביים דאווענען. עס איז אנריעל וואספארא שיינע תפילה עלינו איז, מען רעדט גדלות ה', אונז זענען דעם אויסדערוועלט פאלק, מען בעט אויף די תיקון השלם, וכו' וכו'.
עס איז ממש א שאד אז אזא שיינע תפילה ווערט פארכאפט אינעם מצות אנשים מלומדה, מען זאגט עס דריי מאל א טאג, אבער מען מורמלט עס אפ אן אריינטראכטן קיין כי הוא זה וואס מען רעדט

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער:ייש"כ. דו זאגסט זייער גוטע און אמת'דיגע דיבורים. און הלוואי זאלן מיר קענען מתקן זיין אלעס וואס דארף א תיקון.
אבער, לפענ"ד איז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס מ'האט נישט אינזין ביים דאווענען וואס מ'זאגט. ווייל מ'טוט נישט פארבינדן וואס שטייט אין סידור מיט'ן מציאות. ווייל אינז רעדן מיר אידיש און די ווערטער אויף לשה"ק גייען נישט אריין אין קאפ.
ע"כ איז די עצה אז מ'זאל אנהייבן לערנען פירוש המילות פון דאווענען מיט א סאך מער עמקות ווי מ'טוט דאס היינט. מ'דארף אנהייבן פון לכה"פ כיתה ב' צו לערנען בהדרגה די פירוש פון אלע תפילות. אפילו אין די העכערע קלאסן זאל מען ממשיך זיין צו לערנען דעם פירוש התפילה. דאמאלס איז זיכער אז מ'וועט דאווענען מיט א סאך מער כונה...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
הייליגע גולע,
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:הייליגע גולע,
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
איך קען דיר גאראנטירן אז איינער וואס רעדט עברית, האט מער כונה ביים דאווענען. ווייל ער פארשטייט גלייך וואס ער זאגט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 100
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:הייליגע גולע,
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
איך קען דיר גאראנטירן אז איינער וואס רעדט עברית, האט מער כונה ביים דאווענען. ווייל ער פארשטייט גלייך וואס ער זאגט...!
כ`האב אמאל געליינט די מגילה פאר אפאר נשים צדקניות אינקלאדינג א ישראלית זי איז געווען shocked וויאזוי די ווייבלעך דא הערן זיצען אין הערן אויס די מגילה אן פארשטיין קיין איין ווארט ,, כ`האב איר פראבירט מסביר זיין אז זיי קענען די מעשה אבער פארשטייען נישט קיין אות אחת ,,
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:הייליגע גולע,
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
איך קען דיר גאראנטירן אז איינער וואס רעדט עברית, האט מער כונה ביים דאווענען. ווייל ער פארשטייט גלייך וואס ער זאגט...!
וואס איז דאס מיט דיר איך מערק אן זייער אסאך מאל ווי די פארסט גלייך צי עברית, מדינה אד"ג פארגארנישט ביטע לאז דיך אפ פון זיי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:הייליגע גולע,
מיר קענען פירוש המילות פון כמעט גאנץ דאווענען, אפשר ותמגר ווייס איך נישט אבער מיר שטעלן זיך פאר וואס עס מיינט פון די שכינם, איך האלט נישט אז דאס איז די פראבלעים, אבער אוודאי איז פירוש המילות א מיז.
איך קען דיר גאראנטירן אז איינער וואס רעדט עברית, האט מער כונה ביים דאווענען. ווייל ער פארשטייט גלייך וואס ער זאגט...!
וואס איז דאס מיט דיר איך מערק אן זייער אסאך מאל ווי די פארסט גלייך צי עברית, מדינה אד"ג פארגארנישט ביטע לאז דיך אפ פון זיי
איך בין א ציוני. ענד פראוד אוו איט...
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
מיין פראבלעים איז נישט דיין ציוניזם, זיי ביטע נישט נאר א ציוני, זיי נאך אפאר זאכן, דיין בריליאנטענע מוח קענען פארנעמען נאך זאכן חוץ ציוניזם