ברעקינג: בית השחיטה מהדרין פארמאכט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

ברעקינג: בית השחיטה מהדרין פארמאכט

שליחה דורך הדד בן בדד »

היינטיגע טאג איז געווען די לעצטע טאג וואס מען האט געארבעט אין דעם בית השחיטה, מען האט געהייסן אלע שוחטים אהיים נעמען אלע זאכן ווייל דאס פלאץ מאכט זיך צו. איך האב דערווייל נאך נישט געהערט מער פרטים, אויב איך וועל הערן וועל איך דאס לאזן וויסן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער איז דאס?? קרית יואל??
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

נישט קרית יואל, זיי רופן זיך "המהודר"
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ניין, נישט קרית יואל, דאס איז א בית השחיטה אין פענסילוועניא. זיי זענען היינט די איינציגסטע חסידישע בית השחיטה אויסער קרית יואל, נאך וואס וויינלאנד האט זיך פארמאכט און זיי האבן עס אפגעקויפט.
יונגערמאנטשיק
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך יונגערמאנטשיק »

יעצט איז דא נאר קרית יואל? איך מיין אז ס'דא נאך. אפשר אין אמעריקא איז נישטא מער, אין קאנאדא איז יא דא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס האט פאסירט? די שוחטים האט מען געכאפט מיט געפילטערטע סעלפאונ'ס ???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

גיהערט אז מען איז זיך נישט דורכגעקומען מיט די אינספעקטאר,
איך ווייס אז עס מאכט זיך דא און דארט אבער אבער איך נישט געוויסט אז מען דארף צומאל פארמאכען פאר דעם
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

ווייניגער קאמפיטישען מיינט העכערע פרייזען,

זאל רז״ל עפענענן א בית השחיטה פינקט ווי זיין ברידער, עס איז א סערוויס פלאס א שיינע אינקאם
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

לויט ווי איך האב געהערט האט מען שוין צוויי וואכן צוריק געזאגט פאר די שוחטים אז עס זענען דא פראבלעמען, און עס קען זיין אז מען גייט פארמאכן, אבער היינט האבן זיי געהייסן יעדעם אהיים נעמען זייערע זאכן. איך ווארט נאך צו באקומען מער אינפארמאציע
קראנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קראנט »

די בית השחיטה האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין אינספעקטאר, עס האט זיך פשוט נישט געדעקט זיין אווערהעד, ווען ער קען ווען העכערן די פרייז וואלט ער עס געטוהן נאר אזווי ער האט נישט געקענט האט ער פושט רגל געווען, דאס איז די לעצעטע שחיטה מיט די הכשר פין התאחדות אין אמעריקא, אין די זאליס וועלן יעצט נעמען נאר פין מארוויד אין מאנטריאל
איך ווער נאך רויט ווען איך זאג ליגענט!
קראנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קראנט »

עס זענען דא נאך שחיטות אין אמעריקא, למשל עמפייער האט יעצט גענומען די הכשר פין נירבאטור פאר די גאנצע קאמפעני, וואס קען מאכען אז די זאליס וועלכע טראסטן דעם באטורער רב פאר די גסות וועלן אים טראסטן אויך ביי די עופות, ווי איך איז דא די באקאנטע אגרי פראסעסינג / געוועזנע רובאשקין מיט די הכשר פין טארטיקוב, אין נאך עטליכע קליינע אבער נישט קיין היימישע, סקווירא האט יעצט א מעיזשער פראבלעם נאכדעם וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן אלע זייערע קפידות אין זיי פלעגן שעכטן ביז יעצט ביי מהדרין אין יעצט בלייבן זיי אויפן וואסער
איך ווער נאך רויט ווען איך זאג ליגענט!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

קראנט האט געשריבן:די בית השחיטה האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין אינספעקטאר, עס האט זיך פשוט נישט געדעקט זיין אווערהעד, ווען ער קען ווען העכערן די פרייז וואלט ער עס געטוהן נאר אזווי ער האט נישט געקענט האט ער פושט רגל געווען, דאס איז די לעצעטע שחיטה מיט די הכשר פין התאחדות אין אמעריקא, אין די זאליס וועלן יעצט נעמען נאר פין מארוויד אין מאנטריאל


געהערט 'קראנט'
אז די לעצטע פראבלעם מיט די צומות הגידין, וואס האט זיי איבערגעלאזט מיט גרויסע לעכער דארפענדיג אהיימשיקן די ארבייטער אינמיטן טאג עטליכע מאל ווי שוין באריכטעד דא
איז געווען פין די לעצטע מכה בפטיש (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געווען די הויפט פראבלעם)

אויך געהערט, אבער נישט 'קראנט'
אז עמפייער האט אפגעקויפט אלע קאסטומערס, סוי עס איז גאנץ מעגליך אז די זאליס וועלן אנהייבן נעמען פין עמפייער מיט די השגחה פין נירבאטור
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

קראנט התאחדות לאט נישט בודוק זיין צומות הגידין האט מען נישט ג'קענט שחטן
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

קראנט האט געשריבן:עס זענען דא נאך שחיטות אין אמעריקא, למשל עמפייער האט יעצט גענומען די הכשר פין נירבאטור פאר די גאנצע קאמפעני, וואס קען מאכען אז די זאליס וועלכע טראסטן דעם באטורער רב פאר די גסות וועלן אים טראסטן אויך ביי די עופות, ווי איך איז דא די באקאנטע אגרי פראסעסינג / געוועזנע רובאשקין מיט די הכשר פין טארטיקוב, אין נאך עטליכע קליינע אבער נישט קיין היימישע, סקווירא האט יעצט א מעיזשער פראבלעם נאכדעם וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן אלע זייערע קפידות אין זיי פלעגן שעכטן ביז יעצט ביי מהדרין אין יעצט בלייבן זיי אויפן וואסער

סתם פאר נייגעריגקייט, וואסערע קפידות האט סקווירא וואס קרית יואל וויל זיי נישט נאכגעבן
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

הדד בן בדד האט געשריבן:ניין, נישט קרית יואל, דאס איז א בית השחיטה אין פענסילוועניא. זיי זענען היינט די איינציגסטע חסידישע בית השחיטה אויסער קרית יואל, נאך וואס וויינלאנד האט זיך פארמאכט און זיי האבן עס אפגעקויפט.


יעצט געווארען קלארער
זיי זענען געווען אפען אסאך בעפאר וויילאנד האט זיך פארמאכט
אין זיי האבען זיך גערופן זשי ענד זשי געפנט האט עס א גרינבוים פין וויליאמסבורג
אין געהאט התאחדות השגחה פין די ערשטע טאג
ווען וויילאנד האט זיך פארמאכט האבען זיי אפגעקויפט די קאסטומער בעיס פין וויילאנד אין געדארפט איבערנעמן די חסידישע מארקעט אין לייגען קרית יואל אין שאטען
זיי האבען זיך דעמאלטס נאמען געגבן מהדרין (נישט מהודרת ווי קרית יואל)
למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אין זיי האבען זיך געמוזט פארשפארען
אין עמפייער האט יעצט די קאסטומערס פין וויילאנד אין פין זשי ענדי זשי
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קלאר,
נאך אביסל קלארער.

די נאמען האט זיך געטוישט צו מהדרין אסאך פאר זיי האבן אפגעקויפט וויינלאנד. ווען גרינבוים האט עס פארקויפט פאר דעם נייעם בעה"ב (כ'מיין ער הייסט ווידער) האט ער עס געטוישט צו מהדרין. נאכדעם ווען וויינלאנד איז געגאנגען זיך פארמאכן איז געווען א ספק ווער עס וועט זיי אויסקויפן (דעם קאסטומער בעיס - די ארדערס - די ברענד) די בעלנים דעמאלס זענען געווען קאשער וועלי און מהדרין, למעשה האט קאשער וואלי אליינס זיך פארמאכט און פארקויפט דעם ליין פאר עמפייער, און אביסל שפעטער האט וויינלאנד זיך פארמאכט און פארקויפט דעם ליין פאר מהדרין.

יעצט האט מהדרין אליינס נישט געקענט אויסהאלטן מער און זיי האבן פאקויפט דעם דעם גאנצן ליין (מהדרין און וויינלאנד) פאר עמפייער, און זיי נעמען אויך מיט טייל שוחטים, און התאחדות האט נישט מסכים געווען מיט צו גיין אהין, איז התאחדות געבליבן מיטן השגחה אויף מרוויד אין מאנטריאל, און עמפייער האט איבערגענומען דעם גאנצן טשיקן מארקעט חוץ קרית יואל (יא עס איז נאך אויך דא אביסל אין פאוסטוויל, די געוועזענען רובאשקין פלאץ, וועלכע דעכעט נאך אביסל, און אויך דעיוויד עליאט, אבער גרויסע זענען נאר די צוויי).

אין אנדערע ווערטער, פון היינט און ווייטער (סארי, פון קומענדיגן מאנטאג און ווייטער) גייט די איינציגסטע חילוק צווישן עמפייער טשיקן און וויינלאנד טשיקן זיין די לעיבל.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

איך הער אז לעצטענס זענען זיי שוין אפען און די בעלי בתים הייסען יא בודק זיין די טריפות פון צומת הגידין.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

ווער איז נישט בודק צומת הגידין היינט חוץ מארוויד?
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

מארוויד איז אויך בודק, אפשר נישט אזוי ווייט ווי ק"י, אבער עס ווערט געטשעקט,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

עס איז שוין צוריק אפען דשאסט איבער א יאר, עס הייסט היינט בוירדסבארא.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

elter-zeide האט געשריבן:מארוויד איז אויך בודק, אפשר נישט אזוי ווייט ווי ק"י, אבער עס ווערט געטשעקט,

אין די ביכל וואס זיי האבען געשיקט אויף די פאסט האבען זיי געשריבן אז זיי זענען נאר בודק אנפאנג פין יעדע לאט,
פארשפארט