One Of Us by Josh Osborne

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

One Of Us by Josh Osborne

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

Joan Osborne האט מחבר געווען אן הערליכן שיר גערופן One Of Us צו זען די ליריקיס פונעם גאנצן ניגון קוקט דא:
http://www.metrolyrics.com/one-of-us-ly ... borne.html

און צו הערן דעם ניגון אראפגעלייגט כדבעי כאפט א בליק ווי שרה סיממענס (א פרוי) לייגט דאס אראפ אויף The voice:
https://www.youtube.com/watch?v=Ns1YPjlkZeg
גיט אכטונג עס איז א tear jerker.

בכל אופן, מיר האט מורא'דיג געכאפט דעם ערשטן בית :

If God had a name what would it be?
And would you call it to His face
If you were faced with Him in all His glory
What would you ask if you had just one question?

די צוויי שאלות זענען מרפסין איגרא און ס'איז כדאי יעדער זאל זיך אליין פרעגן די שאלות:

שאלה א', וואספארא נאמען וואלסטו גערופן גא-ט? שטייצעך מען קען נישט געבן אלע ע"ב שמות (לכאורה דער אידישע מהלך וואס פארענטפערט אלע צוויי און זיבעציג סתירות) . די שאלה איז מיט וועלעכע נאמען איז גא-ט מאניפעסטירט אין דיין מוח?

די צווייטע שאלה איז נאך א גרעסער טשעללענדזש, לו יציור דו האסט א געלעגנהייט צו פרעגן נאר איין שאלה פון גא-ט ברוך הוא, וואס וואלט דיין שאלה געווען? און זאג מיר נישט אז דו וואלסט געפרעגט אימתי קאתא מר.

ווער עס האט אן ענטפער צו איינע פון די צוויי פראגן איז מכובד אונז מיטצוטיילן.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

72 איז נאך מיט רחמנות, ביי מיר איז עס עטליכע 100 נעמען געוואנדן לויט די עווענטס, וכמו שנאמר ויאמר האדם נעשה אלהי-ם בצלמנו כדמותינו.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

וואוו! שכח ר' בנימין פאר מזכה זיין מיר מיט אזא מייסטער שטיקל. איך ווייס שוין אליינס נישט צו דער אשכול באלאנגט אין מוזיק, אדער אפשר גאר אין העמק דבר, קונסט צו תורה ומחשבה. אפשר איז כדאי ר' בנימין איר זאלט ערשט אראפשטעלן אייער נאמען אויסוואל און פראגע, to set the tone אויף דעם אשכול.

קודם איז וויכטיג צו באטוינען דאס אז איינמאל איך זאל מיך טאקע טרעפן מיטן כביכול בכבודו ובעצמו, וועט דאס אליינס שוין זיין א תשובה צו א סך אנדערע שאלות.

יעצט לגבי א נאמען האף איך אז מיין טאטע זיידע באבע(ס)מאמע שווער שוויגער וועלן נישט צולייגן, אראפנעמען, מאדעפיצירן אדער גענצליך טוישן. איך וואלט לכאורה אים גערופען "מיסטעריויס", אדער עפעס אזוי.

מיין שאלה וואלט לכאורה באשטאנען פון איין ווארט, גראדע דרייט זיך דא א ניק וואס רופט זיך ממש אזוי ווי מיין פראגע. מיין שאלה צום מיסטעריוס גאט וואלט געווען: "פארוואס"?

דאס וואלט לכאורה געווען מיין פערזענליכע קשיא מעמק לבי ומוחי צוזאמען, און ס'וואלט זיך מערסטנס באצויגן צו דער גאנצער בריאה as a whole.

סתם אבער אז כ'האב א געלגענהייט אים צו קאנפראנטירן, וואלט דאס לכאורה צו געגאנגן אזוי:" הייליגער גאט! ראות פניך לא פיללתי, און יעצט גיבסטו מיך נאך רשות צו פרעגן קשיות אויך. בי אדני ידבר נא עבדך דבר באזני אדני ואל יחר אפך בעבדך. אפשר גיי איך מיך אום אביסל מאדנע מיט מיין גאנצן מהלך פון פרעגן, פארשטיי מיך אבער, ווארום אין דער געזעלשאפט וואו אהין דו האסט פארשיקט דיין קנעכט איז אזא באגריף ווי פרעגן אומאקצעפטירבאר. מיך האט מען געלערנט אז אויב זאל איך מיר וואגן צו פרעגן, וועט דאס חלילה באדייטן אז... כ'שעם מיך אביסל צו זאגן.. אבער אז איך בין מורד אין דיר.

אדני המלך!  צו ווייסטו אפשר ווי סך שקר, רשעות און טיפשות ס'ווערט אויף דיין וועלטל פארקויפט אלץ אין דיין הייליגן נאמען? צו ביזטו דען באקאנט איבער די טייכן מיט בלוט דיין נאמען האט, און קאסט נאך ווייטער אפ פאר דעם מין האנושי? זעסטו א סיבה אז א מענטש זאל וועלן אין דיר גלייבן מרצונו הטוב? ( דא פאלט מיר א טרער... )
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לו יציור דו האסט א געלעגנהייט צו פרעגן נאר איין שאלה פון גא-ט ברוך הוא, וואס וואלט דיין שאלה געווען?

מלמדים זאגן אז קינדער פרעגן די בעסטע קשיות...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=St28dacbiBE[/youtube]
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לו יציור דו האסט א געלעגנהייט צו פרעגן נאר איין שאלה פון גא-ט ברוך הוא, וואס וואלט דיין שאלה געווען?

מלמדים זאגן אז קינדער פרעגן די בעסטע קשיות...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=St28dacbiBE[/youtube]



דאס קינד וואס וואלט געפרעגט פארוואס דאס לעבן פאר די וועלכע זענען ארעם איז אזוי שווער, איז מיר דאס מערסטע געווען צום הארצן. דאס קינד וואס וויל וויסן פארוואס איר טאטע איז דער איינציגסטער פון זיין משפחה וואס איז נישט קיין קריסט, ברויך נישט ווארטן ביז זי קריגט אן אוידיענץ ביי גאט. זי קען אנפרעגן ביי מיר, איך גלייב כ'וועל איר קענען צופרידן שטעלן. סיידן אויב מיינט זי בעטן פאר עמען.

וויסן וויאזוי גאט האט באשאפן שטיינער שיינט מיר צו זיין עטוואס קאמיש. קוקט אויס ביז דארט איז אים שוין אלעס קלאר.
פארשפארט