אינפא, עצות און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

אינפא, עצות און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לאור די נייעס היינט איבער היימישע אידן וואס זענען ארעסטירט געווארן פאר שווינדל (innocent until proven guilty), עפן איך דעם אשכול פאר א ווינקל פון אינפארמאציע, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ און בודזשעט. ס'פלעגט גראדע זיין אין בארא פארק במשך אפאר זוממערס דרשות פון לויערס אין די ענינים, אבער די לעצטע פאר יאר איז נישט געווען. מיר מוזן זיך אינפארמען איינעם דעם צווייטן אז ס'זאל נאכאמאל נישט פאסירן. ליידער איז די education אין אונזער קרייזן זייער שוואך אין דעם, און די תוצאות זענען שרעקליך.

וזה החלי,

די היינטיגע קעיס ברענגט ארויס זייער שטארק די פשוטע יסוד פון דעם ענין, מ'קען נישט לעבן סיי אינטערן טיש אלס אן ארימאן, און סיי אויפן טיש אלס אן עושר. ווייל די גאווערמענט זיצט אויפן בענקל פון ווי מ'קען זעהן ביידע. א מענטש דארף ריפארטען איין אינקאם (די אמת'ע) סיי צו זיין באנק, סיי צו די IRS, סיי צו וועלפער און סיי צו SSI. די גאווערמענט דארף אפילו נישט אינוועסגעיטן, קאמפיוטערס שפייען היינט אויס ליסטעס פון מענטשן, וואס זייער סאושעל האט אינפארמאציעס וואס שטימען נישט איינס מיט'ן צווייטן. די אינוועסטיגעיטער דארף נאר אביסל קוקן און ער זעהט אלעס.

#למעשה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר