אידישע ווערטער פון פערסישן אפשטאם.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אידישע ווערטער פון פערסישן אפשטאם.
אידיש ווי דייטש און ענגליש, שטאמט פון די אינדא-אייראפעאישע שפראך פאמיליע, און גאר אסאך ווערטער זענען גלייך אין אידיש און אין פערסיש, צום ביישפיל
פאטער ~ פאַדאַר (מיט א P)
מוטער ~ מאַדאַר,
טאכטער ~ דאָכטאַר,
ברודער, ~ בראַדאַר,
נאמען ~ נאַמע,
און נאך פילע ווערטער, אבער דאס מיינט נישט אז זיי קומען פון פערסיש, נאר אז זיי שטאמען ביידע פון דעם זעלבן מקור,
פאלגנד איז א ליסטע פון ווערטער וואס שטאמען יא כמעט זיכער פון פערסיש,
אראנזש,
ארסעניק,
באזאר,
באלקאן, (באלא ~ אויבערשטע, כאנא ~ הויז/צימער)
גאט,
דיוואן, (איך מיין דורך פויליש)
זאפראן, (געווירץ, ביז היינט צוטאגס איז איראן די קוואל פון איבער פינף אין ניינציג פראצענט פון די וועלטס טייערסטע געווירץ)
טולפאן, (בלום, וואס שטאמט פון צפון איראן)
טורבאן,
טיגער,
יאסמין, (jasmine)
כאקי (סחורה)
לילא (קאליר)
לימאן,
מושקאט, (געווירץ)
נאפט,
סאנדאל,
פאפוטשן, פא ~ פוס, פוטש ~ צודעק (יא, איך האב אויך געמיינט אז עס קומט פון אונגאריש) אויך פאדזשאמע קומט פון פערסיש, פא ~פוס דזשאמא ~ קלייד, עס איז אבער פילייכט נישט קיין אידישע ווארט,
פאראדיאז, (פרדס, א געמויערטן גארטן, דורך גריכיש, עד היום הזה איז די טראדיציאנאלע פערסישער פאראדיאז, זייער פאפולאר אין איראן) אויך בוסטנאי (א גערטנער) פון די חלום איז פון פערסיש, פון בוסטאן, א בלומען אדער געווירץ גארטן, באו מיינט שמעק, סטאן מיינט ארט, פלאץ (ווי אפגאניסטאן טאדזשיקיסטאן וכו', די פלאץ/לאנד פון די אפגאנער אדער טאדזשיקן וכו')
פירמע,
פערזשיך (פון פערסיע, פון וואו באטאניקער האבן געמיינט די פרוכט שטאמט אריגינאל)
צוקער,
קאפטן,
קאראוואן,
קיאסק,
ראנג, (קאליר אין פערסיש, פון די מיליטער וואו קאלירן האבן געצייגט די ראנג)
שאך,
שאכמאט,
שאל,
שאקאל,
שפינאט, (spinach, 'מוחל טובות'! )
אידישע ווערטער וואס זענען ענליך צו די ווערטער אין פארשידענע פערסיש דיאלעקטן,
אָרים, בארד, באנד, ביידע, גייסט, דריי, האַר, הייליג, זאגן, זעקס, יאך, יאר לוסט, ליבע, ליגן(ט), ליפ, מארד, מייז, נעגל, נו, פייער, פעדער, פריינד, קוה, קני, שטערן, שניט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
שבת אחים האט געשריבן:וואס באדייט זשאקאל?
Jackal א סארט בעל חי, ענליך צו א וואלף.
ווי ר' יום טוב עהרליך זינגט,
עס קוקן די בערג מיט די ווייסע קעפ,
עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ,
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק,
און זאגן ניטא דא קיין וועג,
עס וואויען-ברומען-howl, שאקאלן-Jackals, אין סטיעפ א פלאכע באוואקסענע פעלד, די רוסישע/מיטל אזיע ווערסיע פון דער פוילישער 'לאָנקע' און די אמעריקאנער 'prairie',
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
און ארטיקל אינעם פארווערטס, איבער די מערקווירדיגע ענליכקייטן צווישן אידיש און פערסיש, ביידע זענען אינדא-אייראפעאישע שפראכן, וואס האבן אדאפטירט סעמיטישע אותיות פארן שריפט, ביידע האבן פילע רוחניות'דיגע מושגים גענאשט פון און געשריבן אינעם סעמיטישן אויסלייג, און ביידע האבן זיך אנטוויקלט אין בערך די זעלבער צייט.
אידיש און פערסיש, א שפראכן-פארגלייך,
אידיש און פערסיש, א שפראכן-פארגלייך,
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קודם זאל דער פארווערטס קענען כאטשיק א פערטל אידיש דערנאך וועל איך זיך זארגן וועגן פערסיש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קיינמאל נישט גגעוואוסט פון דעם אידישן ווארט פאראדיאז. א גוגל סוירטש האט מיר צוגעפירט צו עפעס א וועבזייטל קאווע שטיבל וואו אן אנגעבליכער אידיש רעדנדער שרייבער ווארפט בקיאות אין לינגוויסטיקס און עטימאלאגיע.
כדאי צו דערמאנען אז אין לשון הקודש איז דער ווארט אויך אריין פון פערסיע.
כדאי צו דערמאנען אז אין לשון הקודש איז דער ווארט אויך אריין פון פערסיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:קיינמאל נישט גגעוואוסט פון דעם אידישן ווארט פאראדיאז. א גוגל סוירטש האט מיר צוגעפירט צו עפעס א וועבזייטל קאווע שטיבל וואו אן אנגעבליכער אידיש רעדנדער שרייבער ווארפט בקיאות אין לינגוויסטיקס און עטימאלאגיע.
כדאי צו דערמאנען אז אין לשון הקודש איז דער ווארט אויך אריין פון פערסיע.
יאיר: אין די גמרא, אנהייב מס' גיטין, ווערט אויך צו געברענגט עטליכע פערסישע נעמען פון זייערע אפגעטער. "הורמוז/ס", וכו'... אויך נעמען פון שטעט ווערט דארט דערמאנט ווי "אקטיספון", "ארדשיר"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך אויך האט געשריבן:קודם זאל דער פארווערטס קענען כאטשיק א פערטל אידיש דערנאך וועל איך זיך זארגן וועגן פערסיש.
דער פארווערטס, אלס צייטונג אין די אידישע שפראך, איז שטעקן געבליבן מיט זיין "אידיש'יסטישן" אידיש, וואס איז נאך געווען אקטועל אין די פערציגער יארן פונ'ם פריערדיגן יארהונדערט. וועמענ'ס נאכפאלגער זענען שוין אלע געשטארבן.
די היינטיגע באנוצערס פון די אידישע שפראך זענען חרד'ישע אידן, וועלכע רעדן אינגאנצן אן אנדערן דיאלעקט...!