זוכער האט געשריבן:קוק דעם קליפ ווי ער זאגט קלאג אז ער איז געקומען צום איבערציינונג אז עוואלושען איז פאלש:
http://m.youtube.com/watch?v=SNkxpTIbCIw
ער זאגט דאס נישט קלאר און ניטאמאל אומקלאר. פארקערט, פונ'ם קליפ איז שטארק משמע אז ער לייקנט בכלל נישט אין עוועלושן און קאמאן דיסענט, וויבאלד ער רעדט פון "די ערשטע קאמפלעקס בייאלאדזשיקל ארגעניזם".
נישט אז א יחיד פילאסאפער'ס (אחד מיני אלף, ניטאמאל א סייענטיסט, און דער טיטל "קעניג פון די אעטאיסטן" עקזעסטירט נישט בכלל) וואלט געמיינט אסאך. ס'נאר אינטערעסאנט ווי מ'קען הערן אין א קליפ "קלאר" אזאך וואס ווערט בכלל נישט דערמאנט דארט, אויב וויל מען זייער שטארק.
אגב, די ארגומענט פין אוטאריטי איז נעריש. ווער ס'האט געזאגט עפעס מאכט נישט אויס - וואס מ'זאגט איז וויכיגער. און ס'רוב סייענטיסטן (כמעט אלע! אפילו די וואס גלייבן אין א גאט, אגב) וואס שטודירן בייאלאדזשי און פארשטייען דאס וועלן דיר שנעל מסביר זיין אז די טענה פון קאמפלעקסיטי איז מופרך. ברויכסט בלויז ווילן הערן און פארשטיין, און אויך ווילן וויסן דער אמת.