זוכער
די באגייסט א גרויסען זינד, און באין כאחד א גרויסען טעות.
ווען די האסט אנגעהויבען מיט א זיכערקייט אז מר מילר מאכט שאנדע פון דארווין, במקום וואס דער פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון מר מילר, האסטו באדארפט זיין אויסגעקלארט וואס מר מילר פארענטפערט אקעדעמיש, באשרייען קאווע שטיבעל לייענער וועגן אן אלטען חטא פון שטעפענען אימוויסענדע טיטשערס, איז מגלה אז דיין ידיעה איז קורץ, ווייל ווען יא וואס צעגערסטו, מיט זייטיגס, נעם דיר צו דו עבודה און הייב אן מסביר זיין די לעכעליכער שיטה, לדבריך, פון דארווין, האסט נאך דערווייל נישט גענטפערט קיין זאכליכע ענטפער, דאס איז א זינד, איך האלט שוין לאנג אז ראביי מילר און זיינע נאכהענגער זענען אימוויסענדע מענטשען און מיט אפאר quotes אנגעבליך פון סייענטיסטען, און מיט אביסעל שאנדע קענען זיי שליכטען פראגעס וואס איז שוין שווער פאר יארן, און גרויסע קעפ מוטשענען זיך אויף דעם, זאל עס זיין סייענטס, פילעזאפיע, היסטאריע, וכו, זאג פאר מר מילר אז די פאקט און מציאות מאכט שאנדע פון אים...
זוכער, אויב זענען דיינע זיידעס נישט געווען קיין מאנקיס, וואלט דיין טעלעפאן נישט געדארפט צו ארבעטן, די אנטיבעיאטיק וואס דער דאקטער גיבט דיר, וואלט נישט באדארפט צו זיין ווירקזאם, דיין קאר וואלט נישט געדארפט פארן, און דיין פליגער וואלט זיך נישט געדארפט הייבען, דער וויסענשאפטליכער אנטוויקלונג איז געבינדעם איינעם מיטן צוויטען, און זיי שפאצירען שוין צוזאמען אזוי א גוטע פאר מיליאן יארן, די התפתחות המדע זעהט זיך אן און יעדע ווינקל פינעם עקזיסטענץ, ביי דיר איז עס אז עס דא א זאך ווי אינטערנעט, און ביי דעם סייענטיסט זעהט זיך עס אן מיט די נייע פארשונגען וואס עס איז צושטנד געקומען נאר א דאנק התפתחות המדע, ווילסט זיך איינשטעקן דעם קאפ אינעם הוט, און שרייען אז די וועלט איז אלס נאר זעקס טויזענט יאר, איז דאס דיין פראבלעם,
---------------------------
אגב, אויף די
באנענע שטיבל וועב זייטל ( סאיז אזא מין קאווע שטיבל פאר מאלפעס), האב איך געזעהן ווי איינער איז מוחה אויף דעם וואס איינע פון די מאנקיס דארט האבען געטענה'ט אז זיי אלע מאנקיס שטאמען ארגינאל פון מענטשן, און ביי די דור הפלגה האט מען פראדעצירט אזא באשעפעניש ווי מאנקיס, ער באשייגעצט דארט אלעמען, נערישע מאלפעס וואס רעדן מענטשען רייד, און ער חוזקט דארט אפ, פון די מענטשען - אייניקלעך וואס דאברענען און די לבנה... גיי גיב זיך א קוק און שפיגל דארט...
---------------
שבת אחים האקט ענדליכס!