עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

מחשבה, השקפה ועיון
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

האסט געזען וויאזוי דאס שעפסל איז מסביר וויאזוי די אויג איז באשאפען געווארן... פון א לאך אין פנים איז עס געוואקסן אריין און ארויס... און היינט האבן מיר קאליר וויזשען. מ'קען שטארבן פאר געלעכטער וויאזוי מענטשן מיט א אונץ שכל קענען עס בכלל נאכזאגן... און זיי האלטן זיך נאף פארגעששריטן! WOW
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זוכער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
(ב.ד.וו. איינער וואס קען מיר ערקלערן פארוואס דוקינס ריפט זיך א סייענטיסט, וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר איך זעע נישט אין עם מער ווי א דעמאגאגישע רעדנער )

https://www.youtube.com/watch?v=C2I8f4lpBLU

די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס פון דעים קליפ, איז דאס בהמה'שקייט פון די אזוי גערופענע בריטישע סייענטיסטן...!

אזוי גאָר ???
דהיינו???

כבוד רעב מאלפע אייניקל, ביטע ענטפער אויף די פיר פראגעס.
בתודה מראש.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

זוכער
ווייל די ביסט געווארען אינספערירט פון הרב מילער'ן מיינט נאך נישט אז זיין IQ איז עפעס ווייס איך ווי הויך [ אפשר פארקערט גאר ] און עס מיינט נישט אז דעם וועם עס האט נישט געכאפט די אינספעראציע פעלט און IQ, דאס ווארט IQ איז סתם אזוי אי-רעלעווענט צו דעם שמועס, פון וואנט ווייסטו ווי גוט יעדער קען ענגליש, בקיצור, א חוץ היץ זעה איך גארנישט און דיינע ווערטער, און איך פראקלעמיר אז דער וואס באמת נישט וואס צוטוהן מיט די צייט זאל זיך מיט דיר ווכחען אויב מען קען עס בכלל רופען א וויכוח.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

אחד העם האט געשריבן:זוכער

ביטע ענטפער וואס מ'האט דיר געפרעגט. נאכער וועלן מיר ווייטער רעדן. איך האב זייער אסאך אין מיין פעדער.

דאנקע שיין.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

זיי וועלן דיר זאגן אז עס נעמט 40 מיליאן יאר - (צייט איז זייער גאט. צייט מאכט אלעס)...

איך זעה גראדע ווי מענטשן ווערן פארוואנדעלט אין מאנקיס. פארקערט נישט.

קשיא נומערא איינס איבער די מספר קראמאזומס איז זייער א שטארקע - לאמיר זעהן די חכמים ענטפערן.

ר' זוכער: קודם, בארואיג זיך. שכוח! יעצט וועל איך דיר פארציילן א דזשאוק. והנה: א יונגל קומט אהיים פון סקול, נאכ'ן לערנען איבער עוואלושן, און אז די מענטשן שטאמען פון מאנקיס. ער פרעיגט זיין טאטן. "טאטע, איז אמת אז אינז שטאמען פון מאנקיס"? דער טאטע ענטפערט. "אפשר דו. איך נישט"... :lol:
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

בערעלע, איך האב זייער א הארבע פראגע, האיך מעשרין את המלח...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זוכער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

זיי וועלן דיר זאגן אז עס נעמט 40 מיליאן יאר - (צייט איז זייער גאט. צייט מאכט אלעס)...

איך זעה גראדע ווי מענטשן ווערן פארוואנדעלט אין מאנקיס. פארקערט נישט.

קשיא נומערא איינס איבער די מספר קראמאזומס איז זייער א שטארקע - לאמיר זעהן די חכמים ענטפערן.

זוכער: סארי. איך האב נישט אזויפיל צייט צו ווארטן. איכ'ל ענדערש אננעמען די טעאריע אז אלעס איז באשאפן געווארן אין זעקס טעיג. ס'אסאך גרינגער צו פארשטיין. חוץ אלע אנדערע ארגומענטן...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

ר׳ בערל
כ׳בין נישט קיין סייענס טיטשער אבער איך וועל פּראבירן מיין בעסט
שטייטלעך לאמיר נישט רעדן פון בעל חי לאמיר רעדען פון צמחים און געוואוקסען וועסטו עס גרינגער פארשטיין , לאמיר דיך פרעגן א קשיא ? ווי אלט איז א באַנאַנע ? פארשטייסט אז אמאליגע צייטן איז געוועהן אנדערע מיני פרוכט און וועדשטעיבעלס און אז למשל די
אַוואָקאַדאָ איז געוועהן אמאָל אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז היינט און עס האט געהאט א גאנץ אנדערע טעיסט ???
ביסט מודה צו מיר אז ווען חז״ל וואלטן ווען היינט מתקן געוועהן די שבעת המינים וואלט עס לכאורה באשטאַנען פון א גאנצע אנדערע ליסטע פון פרוכט ווי למשל סטראבעריס וכודמה וואס איז אדער נישט געוועהן אין יענע צייטן בכלל אדער איז עס געוועהן אבער אין אביסעל א אנדערע פאָרום אדער סייז , והוא הדין מיט אלע בעלי חי ׳
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זוכער, כ'זע נישט וואס ביזט אזוי פריש מיט ענטאני פלו. בסך הכל האט ער זיך געטוישט פון אטעאיזם, צו דעאיזם אין אן אריסטאטאלישער גאט. נחמה פורתא פאר אידן מאמינים באלוקי אברהם ויצחק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר׳ בערל
סאיז נישט אויף איין פיס ס׳איז א גאנצע מסכת (מעסעכטע) פאר זיך, ועוד חזון
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:@אחד העם ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏

איך גיי דא פרעיגן זייער א פשוט'ע (און אפשר, נארישע) קשיא. : פארוואס האט מען נישט געהערט אין די לעצטע עטליכע טויזנט (ססס 5 יאר+) אז א מאנקי איז געווארן א מענטש. אדער אז אז אן אפריקאנער שחור איז געווארן א ווייסער...! חוץ דעים האביך גארנישט איינגעלייגט אין די גאנצע דעבאטע...!

ר׳ בערל
כ׳בין נישט קיין סייענס טיטשער אבער איך וועל פּראבירן מיין בעסט
שטייטלעך לאמיר נישט רעדן פון בעל חי לאמיר רעדען פון צמחים און געוואוקסען וועסטו עס גרינגער פארשטיין , לאמיר דיך פרעגן א קשיא ? ווי אלט איז א באַנאַנע ? פארשטייסט אז אמאליגע צייטן איז געוועהן אנדערע מיני פרוכט און וועדשטעיבעלס און אז למשל די
אַוואָקאַדאָ איז געוועהן אמאָל אסאך אסאך גרעסער ווי עס איז היינט און עס האט געהאט א גאנץ אנדערע טעיסט ???
ביסט מודה צו מיר אז ווען חז״ל וואלטן ווען היינט מתקן געוועהן די שבעת המינים וואלט עס לכאורה באשטאַנען פון א גאנצע אנדערע ליסטע פון פרוכט ווי למשל סטראבעריס וכודמה וואס איז אדער נישט געוועהן אין יענע צייטן בכלל אדער איז עס געוועהן אבער אין אביסעל א אנדערע פאָרום אדער סייז , והוא הדין מיט אלע בעלי חי ׳

דעיס אז ס'איז דא עפעס א מין פראצעס פון עוואלוציע איז כולי עלמא מודי. דער אויסדרוק "נשתנו הטבעיים" איז זייער א פאפולארער אויסדרוק. און קיינער איז נישט מחולק אויף דעים. די נפקא מינה איז, אבער אז די בהמה'שע עוואלשאניסטס טענה'ן אז אלעס האט זיך אליינס באשאפן... דאס איז דאך דער גרעסטער אבסורד. משא"כ וואס די ערליכע אידן און להב' די גוי'אישע "קריעישאניסטס" זאגן איז, הקב"ה האט באשאפן די וועלט מיט א דעזיין (אשר יצר את ה--- בחכמה.) און אריינגעבויעט א טוישנדן פראצעס אין אלע נבראים...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לגבי די עוואלאציע וויכוח דא, כ'האב נישט ליב וויאזוי מען איז זיך דא מתווכח, בעיקר ווייל מען גייט דא אדורך טוהן א נושא וואס גאר אסאך האבען שוין א דעה קדומה לגבי די מסקנה און די וויכוח איז באמת ווירטלאז.

עם כל זה, לדעתי לדעתי איז מיין מסקנה קדומה אז עוואלאציע כשלעצמו איז נישט קיין סתירה מיט די באזיס פין אונזער אידישע אמונה, הגם עס איז א שטיקעל סתירה מיט די חריידישע אמונה. היות ביי מעמד הר סיני האט מען נישט מקבל גוועהן צו זיין א חרדי, ממילא האב אני הקטן נישט קיין פראבלעם מיט הערען וואס די סייענטיסטען זאגען בנוגע בריאת העולם.

מען דארף פארשטיין א נקודה בנוגע עוואלאציע.

סייענטיסטען און חכמים מאטערען זיך שוין א לאנגע צייט צו וויסען פין ווי אונז קומען, און ביז די לעצטע צייטען האט מען אין דער נושא קיין סאך נישט געוויסט. אמאליגע סייענטיסטען זענען געוועהן מער מאמינים ווי נישט. עד כדי כך אז ווען א גרויסען המצאה וואס איז געוועהן א סתירה צו די דעמאלסדיגע אמונה האבען זיי מורא געהאט עס ארויסצוזאגען מחמת פחד פין טויט. עיין ערך קופירניקוס, אבער למעשה ווייסט מען היינט אז מען האט זיך גאנץ גוט צוגעוויינט אז הגם די אמת איז אז די זון איז קבוע במקומו איז די גאנצע גאלאקסי גייט ארום די זון, און די וועלט איז דער וואס רוקט זיך, נישט די שטערען, איז עס נישט קיין סתירה מיט השמש יצא על הארץ וכו'. פארוואס טאקע? ווייל דברה תורה כלשון בני אדם. מען קען אלץ מיישב זיין.

סא לאמיר זיך נישט נארען מיט זייטיגע נארישע דיסטראקשען'ס בנוגע עוואלאציע.

איין נקודה וואס מען מוז ארויסברענגען, הגם סייענטיסטען האלטען אין איין מאכען דורך ברוכען וויאזוי די וועלט איז געקומען צושטאנד, נעמט עס נישט אוועק (עכ"פ לדעתי) די אמונה אז איינער האט עס אלעס באשאפען. מיר, איז בכלל נישט מסתבר אז די גאנצע יקום איז געווארען פין זיך אליין, לדעתי איז מיר בכלל נישט מסתבר אז מיר זענען דא און קענען פארשטיין און טוהן און טייפען אויף די קאמפיוטער אלעס פין זיך אליין. און די עיקר נקודה איז, עס איז נישט קיין סתירה מיט אלעס וואס סייענטיסטען זאגען צו גלייבען אז א באשעפער האט אלעס באשאפען, ועוד, לדעתי איז עס מער מסתבר ווי צו זאגען אז אלעס איז געווארען אליין.

ווען אבער מען פראבירט צו גלייבען אין די פשטות התורה, און די פשטות חז"ל, אז די וועלט ממש שטייט נאר זעקס טויזענט יאר, איז עס א גרויסע סתירה מיט וואס די סייענטיסטען זאגען, און איז כמעט נישט שייך צו אויסגלייכען עס.

יעצט אפאר פאקטען פין די סייענטיסטען.

אונז שטאמען מיר נישט פין מאלפעס, נאר פין א זיידע וואס איז געוועהן אמאהל און פין אים איז ארויסגעקומען צוויי מינים מענטשען און מאלפעס.

מענטשען זענען געווארען מענטשען ווי אונז בערך דרייסיג טויזענט יאר צוריק.

די מענטשען וואס זענען געוועהן פריער זענען געוועהן גאר ענדליך. אבער עפעס האט זיך געטוישט דרייסיג טויזענט יאר צוריק, און האט זיי געמאכט מענטשען ווי אונז. וואס? זיי ווייסען נאך נישט.

עס איז געוועהן דריי אנדערע מינים פין מענטשען, און זיי זענען נעדר געווארען. נאר אונזערע מין איז געבליבען. פארוואס? זיי ווייסען נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

בעיסיקלי גלייבסטו אז דו קומסט פון א "טאטע/זיידע" פון אן APE.
פרעג איך ע"כ נאכאמאל:

ווען מיר זענען מאלפע-אייניקלעך:

1) ‏האבן מיר 48 קראמאזונס.
2) האבן מיר האר איבעראל. 
3) טרעפן מיר הונדערטער מיליאנען מאלפע-מענטש טראנזישאנס) נישט קיין לוסי דזשאוק. (מיליאנען - האסט גוט געהערט!)‏ 
4) זענען מיר יעצט אין ZOO אדער אין דזשונגל.‏
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

יידל האט געשריבן:זוכער, כ'זע נישט וואס ביזט אזוי פריש מיט ענטאני פלו. בסך הכל האט ער זיך געטוישט פון אטעאיזם, צו דעאיזם אין אן אריסטאטאלישער גאט. נחמה פורתא פאר אידן מאמינים באלוקי אברהם ויצחק.

@יידל, איך בין מורא'דיג העפי מיט אנטאני פלו... ווייל:

ער איז געווען אן אטעאיסט - און געווארן אויס.

ער האט אויך געוואוסט "אלעס" וואס די חכמים דא ווייסן און פיל מער ... און האט עס אויסגעשפיגן פאר די גאנצע וועלט. (דאס טוט אביסל וויי).

ווייל: ווען א גרויסער דענקער ביי די אידן (דוגמת רבי אביגדור מיללער), זאל אפיציעל ערקלערן אז ער ווערט א כופר, וואלט עס מיר זעהר וויי-געטאן.

איך דארף נישט אז ער זאל ווערן א איד. אז ער לאכט פון דארווין ברבים, איז עס פערפעקט. דעטס אלל איי נידעד!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין גאר שוואך אויסגעקאכט אין די סוגיא פין עוועלושן איך האב נישט געליינט סליפקינס בוקס אין ניט געהערט רב מילרס טעיפס אין נישט דוקינס בוקס
איינע פין די זאכן וואס דער רמב''ם שטעלט אוועק אין מורה נבוכים איז אז די תורה קען נישט זיין קיין סתירה צי א זאך וואס איז מוסכם בשכל אנושי, מכח דעם ווען דער רמב''ם האט געטראפן אין די תורה זאכן וואס זענען נגד השכל האט ער דאס מפרש געוועןן שלא כפשוטו, מיט דעם אלעם ווען עס איז געקימן צי בריאת העולם האט ער rejected די וואס גלייבן אין קדמות העולם, אע''פ דאס איז געווען אנגענומן ביי רוב חוקרים אין פילוסופים אין דאס איז געווען די בעסטע טעאריע אין יענע צייט, אין ער אליין שרייבט אז עס וואלט נישט געווען צו שווער צי מפרש זיין די פסוקים מיט קדמות העולם, פארוואס האט ער דאס נישט אנגענימן? ווייל ער האט געהאלטן אז איז נישטא גענוג ריאות מוכרחות צידעם אין עס איז נישט מוכרח אז עס איז אמת,
אזוי האלט איך כלפי די היינטיגע סייענס, אזעלכע זאכן ווי דאס אז די זין איז אין צענטער פין די גאלעקסי אדער דאס אז די וועלט איז עלטער ווי 6000 יאר, דאס זענען 'פראווען פוקוס ' דארף מען דאס אננעמען אין זיך אן עצה געבן מיט די פסוקים, אבער לגבי עוועלושן ווי דוקינס געבט עס אראפ אז אלע בע''ח קימן איינע פונעם אנדרען מכח א נאטירלכען קראפט (נעטשרול סעלעקשן) , אויף ווי ווייט איך ווייס איז דאס ווייט פין מוכרח אין פארענטפערט נישט אלע קושיות, נאר אין די סייענטיפישע וועלט איז דאס די בעסטע טעאריע פין אלע האלטן זיי שטארק פין דעם, אבער מוכרח איז דאס נישט, ממילא האלט איך נישט אז עס איז ווערט צי פארדרייען די פשטות התורה פארדעם,
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

יתרו האט געשריבן:חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.

די פינגערס אויף די פיס ארט מיר נישט. - עס איז שיין! עס איז הערליך און סימעטריק. - נעם זיי אראפ אויס זיי זענען דיר איבריג!

די טעילבאון - האט נישט מיט'ן וויידל - עס העלפט די מוסקולער באוועגונג פון זיצן און און אויפשטעלן סימלעסלי!

די קראמאזון אישו איגנאריריסטו!
מענטשן האבן 46 קראמאזונס - מאנקיס האבן 48!
ריפראדאקשאן ארבעט נישט אזוי!

אז א מענטש מיט מאנקי מעיטן, קענען זיי נישט פראדוסן.

אויב האר איז אראפגעפאלן פון מענטשן - וואלטן זיי געשטארבן פאר קעלט!
אויב האבן זיי אייביג געהאט האר - פארוואס האבן זיף די מענטשן געקליידעט! - א קעטש 22!

ביסט אינווייטעד צו ענטפערן!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

גראדעמכל, איחודפעלד, אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם נושא, אבער אין וועלכע גאלאקסי איז דער זון אין צענטער ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

נהורא נפישא האט געשריבן:גראדעמכל, איחודפעלד, אנטשולדיגט פארן פארקריכן פונעם נושא, אבער אין וועלכע גאלאקסי איז דער זון אין צענטער ?

די זון איז נישט אין צענטער פון די מילקי-וועי!
א "בלעק-האל" בערך 26000 ליכט-יאר איז אין צענטער.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זוכער האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:חכם דאס איז דאך עוואלאשען אז מען איוואלווד. ווען מיר זענען נאך מאנקיס וואלטן מיר דאך נישט געווארן עוואלווד.
בד"וו דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן האר אויף די פיס בויך הענט, אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבעניש פון אונזער זיידע'ס דזשינס. דאז איז די סבה פארוואס מיר האבן פינגערס אויף די פיס אפילו עס האט נישט קיין שום ניצן, ווייל דאס איז אן איבערבלייבענישט פון אונזער זיידעס פינגערס וואס האבן דאס גענוצט ווי מאנקיס צו קריכן אויף ביימער. און דאס איז די סבה פארוואס מיר האבן א מיוטענט דזשין פאר א וויידעל אפילו מיר דארפן נישט קיין וויידעל. דריי הכרחים פון די גוף האדם אויף דארווין'ס שיטה. און דאס פארענטפערט דריי פון דיינע שאלות. אויף די פערטע שאלה פארוואס עס איז נישטא קיין טראזישענס, נא פארדעם איז דאך גאלד אביסעל אוועק פון דארוויןס שיטה מיט די מהלך פון Punctuated equilibrium פאר מער זעץ זיך לערנען.

די פינגערס אויף די פיס ארט מיר נישט. - עס איז שיין! עס איז הערליך און סימעטריק. - נעם זיי אראפ אויס זיי זענען דיר איבריג!

אנשולדיגט, ביטע פראבירט צו רעדן צום זאך.
זוכער האט געשריבן:די קראמאזון אישו איגנאריריסטו!
מענטשן האבן 46 קראמאזונס - מאנקיס האבן 48!
ריפראדאקשאן ארבעט נישט אזוי!

האסט פארגעסן אבער צו זאגן אז פון די אנדערע זייט איז DNA פון מענטשען און טשימפאנזיס 98% די זעלבע, אויב נישט עוועלוציע, פארוואס האט די באשעפער באשאפן מענטשען מיט טשימפס מיט ענליכע DNA? אונז אויסצופאפן?
לגבי דיין קושיא, קודם כל קען דאס נישט זיין פון הרב מיללער, ווייל דאס זענען נייע ערפונדיגען וואס מ'האט נאכנישט געוויסט אין זיינע צייטן. און די "קושיא" איז שוין לאנג פארענטפערט, דארפט אפדעיטן דיינע קושיות. סייענטיסטן האבן פרעדיקטעד אז מ'וועט טרעפן איין קראמאזאם פאר ביי יומענס וואס האבן סימנים אז זיי זענען צאמגעשטעלט פון צוויי פאר קראמאזאמס, און מ'האט טאקע געטראפן. גוגל "קראמאזאם 2".

דא האסטו א מאלעקיולאר ביאלאג (א גלויביגער קאטאליק בד"וו) וואס איז מסביר בטטו"ד וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.

זוכער האט געשריבן:אויב האר איז אראפגעפאלן פון מענטשן - וואלטן זיי געשטארבן פאר קעלט!
אויב האבן זיי אייביג געהאט האר - פארוואס האבן זיף די מענטשן געקליידעט! - א קעטש 22!

ביסט אינווייטעד צו ענטפערן!

מיט אזעלכע באמבע קושיות ווער דארף תירוצים?
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

גראדעמעכעלע האט געשריבן: אבער לגבי עוועלושן ווי דוקינס געבט עס אראפ אז אלע בע''ח קימן איינע פונעם אנדרען מכח א נאטירלכען קראפט (נעטשרול סעלעקשן) , אויף ווי ווייט איך ווייס איז דאס ווייט פין מוכרח אין פארענטפערט נישט אלע קושיות,

נישט ריכטיג. עוועלושען איז גאר גאר שטארק מוכרח, און ס׳נישט דא קיין ערענסטע צד של ספק אין דעם. די אומצאליגע ראיות זענען באמת שטארק איבערצייגנד, אין דאס איז די סיבה וואס איעדער ערנסטער בייאלאדזיסט (מיט די אויסנאם פון ממש ממש יחידים) נעמט עס אן. ס׳נישט עפעס אן אלוועלטליכער קאנספיראציע אקעגן מילר וחבריו. אדרבה, ניתו ספר ונחזה.

אגב, די אזויגעריפענע ״קשיות״ וואס מאנכע האבן דא דערמאנט זענען א געלעכטער. ס׳גייט בערך אזוי: אויב איז עוועלושען אמת, פארוואס זענען מיר טאקע עוואלווד?? היתכן מיר זענען נישט מאלפעס? הא? הא??!!?? היתכן מיר זענען נישט פיש???? היתכן מיר זענען נישט ציבעלע מיט גרינס???!!!?? (א קאזין מיט אונז, אגב). ס׳נישט ווערט צו ענטפערן מענטשן מיט אזעלכע קשיות אפילו ווען זיי האבן בעסערע קשיות, ווייל ווען זיי וואלטן געוואלט וויסן וואלטן זיי דאך קודם געלערנט די אלף בית פארן פרעגן א קשיא אויף תוספות (אפילו אויב ס׳טאקע דא קשיות - מיט ענטפערס - אויף תוספות). אלא מאי ווי דער מאמר החכם גייט, זיי האבן נישט קיין קשיות, זיי האבן ענטפערס.

כ׳וואלט גערן געגעבן א שיעור אויף דעים פאר דעי וואס ווילן הערן, כ׳האב אבער מורא אז קיין תלמידים וועט נישט זיין.
I post, therefore I am
פארשפארט