מעשיות וואס דארפן בלייבן סודות

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8381 מאל

מעשיות וואס דארפן בלייבן סודות

שליחה דורך יאיר »

עס איז ארויסגעקומען א נייער ספר איבער הרב אלישיב מיט'ן נאמען 'הסוד'. דארט ווערט אנטדעקט דער סוד ווי אזוי צו בויען אן אטאם באמבע, ווי אזוי צו מאכן קארס פארן אויף וואסער, און נאך פארשידענע מיליטערישע סודות וואס הרב אלישיב האט מגלה געווען תיכף פאר זיין פטירה ווען א פייער איז אראפגעקומען פון הימל און האט אפגעשיידט צווישן דעם עולם און...

אקעי, איר קענט ווייטער שפינען אלע מיינע פאנטאזיעס וואס איך האב זיך פארגעשטעלט בשעת'ן זעען דעם מאדנעם נאמען פאר א ביאגראפיע ספר. שטעלט זיך ארויס אז דער ספר דעקט אויף, נישט מער און נישט ווייניגער, די פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי צו אויסוואקסן א הרב אלישיב!

איין מינוט, לויפט עס נאכנישט קויפן. איך גלייב נישט אז איר וועט עס קענען מקיים זיין. דארט שטייט אז מען דארף לערנען הונדערט און צוויי יאר זעכצן שעה א טאג און נישט ארויסקוקן פון גמרא און נישט קענען די נעמען פון די קינדער, דאס זענען מער ווייניגער די אינגרידענטס צום רעצעפט וואס רופט זיך 'הרב אלישיב'. אקעי, נישט ממש אזוי, איך האב היבש מגזם געוווען און אויסגעלאזט א גרויסער חלק פון די אינגרידיענטס ווי למשל אז מען טאר קיינמאל נישט מסיח דעת זיין פון די גמרא וואס מען לערנט, אבער איר דארפט פארשטיין, סוף כל סוף איז עס א סוד און איך קען נישט אלס ארויסגעבן.

איך שטעל זיך פאר אז דער עולם כאפט שוין בערך פון וואס דער ספר רעדט זיך. ווי אזוי הרב אלישיב האט געלערנט און געלערנט און געלערנט. פשוט ישב ולמד. למד, ולמד, ועוד למד. כך, בלי הפסק, ובלי אכילה בלי שתיה, ובלי לינה. וכבר התפעלו מאין באו לו ילדיו, וזקנים שבדור היו אומרים סוד ה' ליריאיו.

אגב וועל איך זאגן עטליכע אינטערעסאנטע חידושים - לאו דוקא סודות - וואס איך האב געטראפן דורכבלעטערנדיג דעם דיקן ספר פון עטליכע הונדערט זייטן. עס ווערט שטארק ארויסגעהויבן זיין הבנה און סברא ישרה. זיי שרייבן ווי ער פלעגט לאכן פון די וואס פארשטייען אז גמרא לחוד והלכה לחוד. איינמאל ווען מען איז אים געקומען פרעגן וועגן עפענען א כולל וואו מען לערנט נאר שולחן ערוך און משנה ברורה, האט ער געפרעגט, קענסט דאך עפענען א כולל וואו מען לערנט צאינה וראינה... אויך שטייט דארט אז ביי יעדע חזרה פלעגט ער לערנען די גמרא כאילו ער לערנט עס דעם ערשטן מאל, און יעדן מאל מחדש געווען נייע הערות. גאנץ א גוטע הנהגה, איך געדענק מיין מגיד שיעור אין שיעור א' פלעגט שטענדיג מעורר זיין דערויף. (יעצט כאפ איך ער האט עס גע'גנב'ט פון הרב אלישיב). זיין כח הזכרון, לויט דעם בוך, איז אויך געווען געוואלדיג. דאס איז פארשטענדליך אויב ער האט טאקע געלערנט יעדע זאך אזוי פיל מאל און מיט א ריכטיגע הבנה.

וואס עס טוט מיר וויי איז אזוי. (אויסער דער בל תשחית פון די ימ'ן מיט טינט און פאפירן וואס וואלטן געקענט פארנוצט ווערן פאר וויכטיגערס און אנשטאט דעם מאכן א קליינער קונטרס פון הרב אלישיב'ס דרך הלימוד) מען לייגט דארט אראפ א גדול בתורה כאילו ער האט א דזשאב פון מורמלען תורה ווערטער טאג און נאכט. און גראדע איז א חלק פון זיין דזשאב אז ער דארף אויך פארשטיין וואס ער רעדט. בקיצור, א גדול בתורה איז א מאשין וואס שאקלט זיך איבער'ן גמרא יומם ולילה. וועט איר פרעגן, נו, מה כל הרעש, דאכט זיך מען דארף נישט חושש זיין אז צופיל וועלן נאך טון. וועל איך אייך מסביר זיין.

דער מחבר שרייבט אז ער האט געפרעגט רב אלישיב וועגן די באקאנטע מימרא פון רבי חיים עוזר אז יונגערהייט האט ער געמיינט אז מחדש זיין חידושים איז א קונץ, אויף דער עלטער האט ער איינגעזען אז דער שענסטער חידוש איז צו מחיה זיין א צובראכענע אלמנה. האט זיך דער מחבר געשטעלט צו זיין רבי'ן מיט א לומדישע קשיא, אמער, מיר ווייסן דאך ותלמוד תורה כנגד כולם. רב אלישיב האט זיך ערנסט פארטראכט, און צום סוף האט ער מיישב געווען בדרך דוחק אז ר' חיים עוזר האט געפילט אז ער האט א גשמיות'דיגע הנאה פון דאס לערנען, משא"כ ביים צוזאמשטעלן געלט איז דאס געווען כולו לשם שמים, דערפאר האט דאס געהאט ביי אים מער חשיבות. דער קלוגער מחבר האט אבער נישט נאכגעלאזט (מסתמא ילדות היתה בו והרהיב עוז בנפשו - איך געדענק נישט גענוי) און ווייטער געפרעגט, אמער, און וויבאלד עס איז נישט כולו לשמה איז שוין די תורה ווייניגער פון צדקה? האט הרב אלישיב פארקנייטשט זיין שטערן און גע'פסק'נט, יא. דער מחבר נעמט ארויס די גדלות פון רב אלישיב פון דער מעשה אויף עפעס א וועג, פרעג מיך נישט ווי אזוי.

און איך שטיי און וואונדער זיך, וואספארא מין מגלה פנים במעשה שלא כהלכה איז דאס, ר' חיים עוזר האט אונז דא געוואלט לערנען א לומד'ישער דיוק אין ותלמוד תורה כנגד כולם? פארוואס מוז מען אויסדרייען די ווערטער פונקט קאפויער, קען דען נישט זיין אז אויפלעבן אן אלמנה איז ווירקליך וויכטיגער ווי קענען נאך תוספות? דאס איז שוין אויסער דער קרומער געדאנק אז מען טאר חלילה נישט הנאה האבן פון א שיין שטיקל תורה ווייל עס איז שלא לשמה, אויף אזוי ווייט איז דאס פוגם, אז אפילו העלפן אן אלמנה איז שוין בעסער ווי דעם!

אט האט איר נאך אזא דוגמא. הרב אלישיב האט זייער ליב געהאט צו לערנען אין די שיינע חידושים פון משנה למלך. ער פלעגט אבער כמעט נישט אריינקוקן דערין. ווען איינער האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט, ס'טייטש, מען קען דאך אין די צייט לערנען נאך א תוספות. דאס מיינט גוט אפגעלערנט מצוות לאו ליהנות ניתנו. חלילה צו הנאה האבן פון א געשמאקער משנה למלך, קענסט דאך זיך פלאגן אויף א תוספות.

מענין לענין, א מעשה וואס איך האב שוין געזען אין צייטשריפטן נאכברענגען כלומר'שט צו דערציילן דאס גדלות. א איד איז אריינגעקומען צו ווייזן זיינע תפילין. הרב אלישיב פסק'נט קורץ און שארף, פסול. דער איד מיינט ער שטרעקט זיך אויס. די תפילין האב איך שוין פון די בר מצוה, שרייט ער. אבער ס'נישטא צו וועמען צו רעדן, הרב אלישיב איז שוין פארטיפט אין די סוגיא. אזוי לאנג ווי מען דארף אים פאר א פסק איז ער מחוייב צו ענטפערן. דארפסט סתם חיזוק, אביסל בארואיגונג? ביסט נישט ווערד, די גמרא איז אים וויכטיגער ווי דאס פעקל פלייש וועלכער איז גראדע אין צער.

שוין, איך האב זיך אביסל צוררעדט, להוי ידוע אז איך גלייב נישט אזעלכע לשון הרע אויף אזא גדול בישראל, און אויב עס האט יא חלילה פאסירט בין איך אים דן לכף זכות אז ער האט פשוט נישט פארשטאנען צו מענטש'נס געפילן, אבער געוואלד, דאס לערנט מען פאר אונזערע קינדער און בחורים? דאס איז דער סוד ווי אזוי צו וואקסן א גדול? ווער ווייסט נישט וויפיל אמת'ע גדולים און תורה ריזן, וועמענ'ס צייט איז נאך געווען אזוי טייער ווי הרב אלישיב, זענען געזעצן און פארברענגט שעות ארוכות צו אויסהערן פלעפלערייען פון צובראכענע אידן, פארוואס דארף מען איינבאקן אזא אנטי מענטשהייט און גלייכגילטיגקייט צו מענטשליכע געפילן און עס נאך שיין איינפאקן אין א סוד צו וואקסן א גדול?

פארוואס ווייסט נישט דער היינטיגער דור ווי אזוי צו צענזורירן תולדות פון צדיקים?

פארוואס פארשטייט נישט דער מחבר אז אזא בוך דארף בלייבן, יא, א סוד.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר