משה געציל האט געשריבן:נאכקוקען מתיבתא צו פארשטיין ארטסקרול?! עס הערט זיך ווי נאכקוקען אין עטרת מחזור צו פארשטיין מחזור המפורש... אמת'דיג גערעדט, דאכט זיך אז ארטסקרול איז פיל מער צום פינטל און קלארער ווי מתיבתא, עכ"פ מה שנוגע לחלק הפשט.
אז דו וועסט לערנען מס' שבת מיט ארטסקרול וועסטו גוט פארשטיין וואס איך מיין איך וויל וויסן אויב עירובין איז אויך אזא שוואכע ארבעט
ברסלבער האט געשריבן:אלץ א שטארקע סאטמארע קנאי, נוץ איך נישט קיין זאכן וואס זענען געמאכט אין ארץ ישראל. און דערפאר קען איך נישט לערנען אין מתיבתא עוז והדר וואס ווערט געדרוקט אין ארץ ישראל, משא"כ ארטסקרול וואס ווערט געדרוקט אין אמעריקא... ערנסט גערעדט. די מעלה פון ארטסקרול איז אז זיי זענען דא ארויס צו העלפן דעם לומד, און נישט סתם צו ווארפן בקיאות. זיי פארלייגן זיך אויף די קשיות וואס וועט שווער ווערן פאר א לומד בינוני בשעת'ן לערנען, און דאס פארענטפערן זיי אינעם פירוש בקיצור נמרץ, אבער בטוב טעם ודעת.
ר' ברסלבר. היות איך בין אויכעט אזא שטארקער קנקאי ווי דו בין איך מוחה אויף דעים וואס דו זאגסט אז די ארטסקרול גמרות זענען כשר און מותר לבוא בקהל. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. דאס איז עכט אפיקורסות. ווייל די פארדארבענע יונגען וועלכע זיצן (אפשר שטייען זיי.) אין דעם מושב לצים וציונים וואס הייסט ארטסקרול זענען קרוב צום דף היומי, ר"ל. זיי זענען גורם אז מער און מער ציונים זאלן אריינקוקן אין די "גמרות". חוץ פון דעים. די רבי זי"ע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין ביהמ"ד קיין ארטסקרול "גמרות"....איינמאל האטזיך געמאכט אז עפעס א ציוני האט בטעות אריינגעברענגט אזא "גמרא" האט די רבי זי"ע געהייסן פאר יאסל אשכנזי ער זאל עס ארויסטראגן אין פאליש. נאכדעים האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה...!
נ.ב.: תוס' פרעיגט שוין א קשיא. אז אין די צייטן פון רבי'ן זי"ע איז נאכנישט געוועין קיין "ארטסקרול"? דף היומי איז אבער שוין ליידער יא געוועין...!