ספר חמדת הימים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

ספר חמדת הימים

שליחה דורך דריידל »

ס'מיר א חידוש אז אונזער שטיבל פארמאגט נאכנישט אן אשכול ווי מ'דעבאטירט די ספר חמדת (ה)ימים. (די ה' איז ארומגערינגעלט ווייל ס'דא וואס טעהנ'ן אז עס איז בטעות צוגעלייגט געווארן אין א שפעטערדיגע דרוק). די ספר, וואס איז געדרוקט געווארן אין די סוף ת' יארן, איז ארויסגעקומען בעילום שם. דאס האט מעורר געווען חשדות אז עפעס טויג נישט מיט'ן מחבר וואס צוליב דעם קען זיין נאמען נישט שטיין אין די ספר.

כבוד הרב [tag]טאמבל סאס[/tag] האט שוין געשריבן א מאמר אויפ'ן ספר חמדת ימים עה"ת פון א תימענער גדול, הרב שלום שבזי ז"ל, ווי ס'איז בטעות (במחכ"ת) צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן באקאנטען חמדת (ה)ימים. למעשה איז דאס נישט די זעלבע, דעריבער עפען איך די אשכול ווי מ'עט דיסקאסירן איבער די פרא און קאנס פונעם ספר.

בראש וראשון איז געווען די יעב"ץ ז"ל וואס איז געווען מראשי הלוחמים נגד כת ש"ץ שר"י, און ער שרייבט מיט א קלארקייט אז די מחבר איז נישט קיין צווייטער ווי ש"ץ'ס רעכטע האנט, נתן העזתי שר"י. ער שרייבט אז ממש אין יעדע שורה איז מרומז ש"ץ. ס'זענען געווען אויך אנדערע מתנגדים צום ספר, אבער קיינער איז נישט ארויס אזוי שארף ווי דער יעב"ץ.

ביי חסידים איז עפי"ר די ספר נישט געווען אנגענומען, ווי ס'ווערט געברענגט אין שבחי בע"ש אבער דא און דארט טרעפט מען יא אראפברענגען דעם ספר אין ספרי תלמידי בע"ש. אויך זענען דא אסאך מנהגים און קבלות וואס זענען אנגענומען, און די איינציגסטע מקור אויף זיי איז די ספר חה"י. אויף דעם איז שוין דא תירוצים אז אדער זענען די מנהגים שוין געווען איינגעפירט פארדעם נאר ער איז דער ערשטער וואס ברענגט עס, אדער אז באמת איז ער יא געווען אן ערליכער נאר ידי זדים שלטו בו, און האבן צוגעלייגט זאכן אין די ספר. די דברי חיים ז"ל האט נישט געזאגט לדוד ד' אורי ווייל די איינציגסטע מקור איז די חה"י, אבער כמדומה לי אז און אלע אנדערע מקומות איז יא אנגענומען עס צי זאגן.

עס ווערט געברענגט בשם די דברי יחזקאל ז"ל וואס האט נאכגעזאגט פון די ראפשיצע רב ז"ל אז די חה"י איז מגולגל געווארן אין א צדיק און ער האט מתקן געווען וואס ער האט געדארפט, און זינט דאן איז די ספר מותר לבא בקהל.

בערך א הונדרעט יאר צוריק איז געווען איינער אין ירושלים, הרב האלפערין, וואס האט אפגעשריבן א חיבור ווי ער נעמט זיך אן פאר'ן חה"י, און פארענטפערט אלע טענות וואס מ'האט געהאט אויף זיין ספר. די מנחת אלעזר, וואס איז געווען גאר א גרויסע ידען אין מקורות און מנהגי ישראל, און האט גענומען א שטעלונג אין כמעט אלע ענינים העומדים על הפרק, האט געשריבן א תשובה צו דעם רב האלפערין ווי ער ברענגט ארויס אז ער איז זייער אומקלאר אויף די מהות פון די מחבר. ער שרייבט אז די ספר שבחי בע"ש איז נישט קיין בר סמכא און אויפ'ן יעב"ץ שרייבט ער אז מ'זעט ביי אנדערע וואס ער האט אימזיסט חושד געווען (מן הסתם מיינט ער רבי ר' יהונתן אייבשיץ ז"ל) און כיון דבא לכלל כעס בא לכלל טעות. למעשה זאגט ער אבער אז בלי ספק זענען פארהאן דארט זאכן שלא ניתן להיאמר און וואס די סיבה זאל נישט זיין, זאל מען נישט ניצן דעם ספר.

ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן, און ווער עס האט ידיעות איז מכובד מוסיף צו זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

אין מאסף הפעמון צלצול חמישי איז דא א מאמר פון יחיאל גולדהבר לגבי די מחבר פון חמדת הימים
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

אין ספר ויגד משה אויף פסח לגבי ציילן ספירה נאכ'ן סדר וואס דער מקור איז די ספר חה"י, שרייבן זיי אלע מיינונגען לגבי דעם ספר

אויך פארציילן זיי דארט אז סיגעטער רב (הבר"מ) שליט"א (זצ"ל) האט זיי גיזאגט אז ער האט בירושה פון יש"מ זצ"ל דעם ספר
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך האב געזען ברענגן אז די קלויזענבורגער רב ז"ל האט פארציילט אז ביי זיין שווער (בזוו"ר), די עצי חיים, איז די ספר חמדת הימים געווען אין ספרים שאנק ציזאמען מיט אלע ספרים
פארדריי די דיר דיין קאפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כידוע די מקור פין תפילת זכה איז פין חמדת הימים
הרב צינר אין איינע פין די חלקים פין נטעי גבריאל האט א שיינע ליקוט וועגן דעם חמדת הימים דאכצעך אינעם חלק פין ניטל אפשר קען עס איינער ארויפברענגן דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ערגעץ האב איך געזען אז עס איז אין נטעי גבריאל אויף פורים עמוד רד כהאב עס נישט געקענט טרעפן איוף ה''ב
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

נטעי גבריאל האט א לאנגע שמועס איבער דעם ספר ביי חמשה עשר בשבט עמ' ר"ז
פארדריי די דיר דיין קאפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דריידל: דער משנה ברורה אין הלכות ראש השנה, סימן תקפ"א, סק"ט ב' ברענגט אז מ'זאל זאגן "לדוד ה' אורי" נאך תפילת שחרית. ס'איז א שאד אז דארט האט ער פונקט נישט קיין "שערי ציון" וואו ער ברענגט אראפ דעם מקור. און דער באר היטב און שערי תשובה רעדן בכלל נישט פון דעים...!
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

דארפסט נישט קריכן ביז'ן משנה ברורה, די מטה אפרים, וואס איז די פאפולערסטע ספר אויף הלכות ראש השנה, ברענגט עס אויך.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דריידל האט געשריבן:דארפסט נישט קריכן ביז'ן משנה ברורה, די מטה אפרים, וואס איז די פאפולערסטע ספר אויף הלכות ראש השנה, ברענגט עס אויך.

אבער איך האב געמיינט אז די משנה ברורה וועלכער ברענגט אייביג אין שער הציון דעם מקור פון אלע פסקים, וועט עס אויך ברענגען. אבער פונקט דארט איז נישטא קיין "שער הציון"...!
פארשפארט