ראבאט מאכט היסטארישע לאנדונג אויף קאמעט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

ראבאט מאכט היסטארישע לאנדונג אויף קאמעט

שליחה דורך יאיר »

עס איז א ווירקליכקייט! נאך צען יאר וואס די ראזעטא סאטעליט איז ארויסגעשיקט געווארן, האט עס ענדליך זיך דערנענטערט צו איר דעסטינאציע, א קאמעט וואס ווערט גערופן 67P/Churyumov-Gerasimenko, און ארויסגעשיקט א ראבאט מיט'ן נאמען פילעא, וועלכע האט געלאנדעט מיט גאנצע גלידער אויפ'ן קאמעט, צו דער פרייד פון אלע סייענטיסטן וואס האבן געארבעט דערויף.
היות א קאמעט איז פון די פריע איבערבלייבענישן פון די ב' אלפים תוהו, ווען דער רוח אלהים מרחפת על פני המים, ווערט ערווארטעט אז פילעא וועט ארויסגעבן סודות פון מעשי בראשית און מעשי מרכבה, דורך געבן צו פארשטיין ווי אזוי אונזער וועלטל האט זיך פארמירט. גלייכצייטיג וועט דאס קענען מעגליך שיינען א ליכט אויף די מיסטעריעזע ערשיינונג פון לעבן אויף אונזער פלאנעט, וואס לויט מאנכע איז דאס געווען א רעזולטאט פון א קאמעט וועלכע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט פלאנעט ערד.
בילד
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נאך זיבן און פופציג שעה וואס עס האט געארבעט איז די ראבאט אריין אין הייבערנעישאן, האפנטליך צו ווערן אויפגעוועקט ערגעץ וואו אין די צוקונפט.
בילד
דא קען מען זען צוויי בילדער פון דעם קאמעט געכאפט דורך ראזעטע, איינס פאר די ראבאט האט געלאנדעט און איינס נאכדעם.
בילד
א פאנאראמיש בילד פון דעם קאמעט געכאפט דורך פילעא אייניגע סעקונדעס בעפאר'ן לאנדן.
אין אנדערע נייעס, איז איינער פון די הויפט סייענטיסטן וואס האבן אנגעפירט מיט דעם פראיעקט געווארן ארונטערגעריסן פאר'ן טראגן א העמד מיט בילדער פון האלב נאקעטע נשים ר"ל, וואס ווערט באטראכט אלס אפענסיוו און א פאטענציאלער מכשול און גרויסע עבירה לויט טייל אויטאריטעטן אינערהאלב די פעמיניסטישע רעליגיע. דער באטרעפנדער סייענטיסט האט זיך זינט דאן אנטשולדיגט מיט טרערן אין די אויגן, און די דעזיינער פון דעם העמד, וועלכע איז גראדע א פרוי, וואס האט אים עס דעזיינט לכבוד זיין געבורטסטאג א חודש צוריק, האט געשריבן א שיינער בריוול וואו זי פארטיידיגט אים אלס א סענסיטיווער העכסט אנשטענדיגער מענטש.
מאנכע גיבן דערמיט צו פארשטיין פארוואס פרויען ווערן נישט אייניג רעפרעזענטירט אין די סייענטיפישע קאמיוניטי; די גאנצע וועלט איז אויף מיט א היסטארישע, ערשטמאליגע לאנדונג אויף א קאמעט, און די פרויען זענען פארנומען מיט... א קליידל.
האדם לא נברא אלא להתענג
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. אין קונסט מעגליך נאך מער ווי דאס לאנדן אויפן מארס - אבער פינקט די מארס פראיעקטן האבן נישט אויפגעוויזן קיין ברעקל דורכברוך פון "לייף" אויפן מארס - קיין טראפ וואסער. קיין פיציעלע בעד-באג. קיין שפרענקעלע פון לעבן. טראץ אלע חלומות און ביליאנען!

אט אזוי אומערפאלגרייך וועט די ESA זיין מיט די ראסעטא קאמעט מיסיע!

יא, עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט, אבער קיין שום סימנים פון לעבן זאלט איר נישט ערווארטן! לעבן אז דא נאר אויף אונזער פלאנט ערד... ביי מיסטעיק לויט די דארוויניסטן. און השגחה עליונה לויט די מאמינים בתורת משה!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. אין קונסט מעגליך נאך מער ווי דאס לאנדן אויפן מארס - אבער פינקט די מארס פראיעקטן האבן נישט אויפגעוויזן קיין ברעקל דורכברוך פון "לייף" אויפן מארס - קיין טראפ וואסער. קיין פיציעלע בעד-באג. קיין שפרענקעלע פון לעבן. טראץ אלע חלומות און ביליאנען!

דו לייגסט אראפ די מארס מיסיע ווי א טאטאלע דורכפאל. ס'איז טעות גמור וואס איז ברייט פארשפרייט ביי די בעלי שיטה מיט קאנטער-אינטערעסן צו וויסענשאפט. אין פאקט האט די מיסיע געשניטן גרויס הצלחה (איך באצי זיך בעיקר צום curiosity, וממנו ילמדו על השאר) און זיך געלוינט אלע געלטער און אפקומענישן פאר די סייענטיסטן און אינדשענירן וואס ווייסן אפצושאצן די וויכטיגקייט פון אזא אונטערנעמונג. פאר די גסי השכל וואס דמיון'ען אז מ'איז געפארן קיין מארס זוכן א גלעזל וואסער זאלן בעסער קויפן Poland Springs, ס'איז ביליגער, און וויכטיגער נאך, מ'דארף נישט צולייגן דערצו קיין קאפ.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

נאסא שרייבט אז די פריימערי ציל פון מארס עקספלארעישען איז צו טרעפן "סימנים פון וואסער" - יא. נישט א גלעזל וואסער נאר א צייכן פון וואסער.

קוק דא ווי נאסא שרייבט עס בלעק-אן-ווייט.

Primary among the mission's scientific goals is to search for and characterize a wide range of rocks and soils that hold clues to past water activity on Mars. The spacecraft are targeted to sites on opposite sides of Mars that appear to have been affected by liquid water in the past. The landing sites are at Gusev Crater, a possible former lake in a giant impact crater, and Meridiani Planum, where mineral deposits (hematite) suggest Mars had a wet past.

http://mars.nasa.gov/mer/overview/
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:נאסא שרייבט אז די פריימערי ציל פון מארס עקספלארעישען איז צו טרעפן "סימנים פון וואסער" - יא. נישט א גלעזל וואסער נאר א צייכן פון וואסער.

קוק דא ווי נאסא שרייבט עס בלעק-אן-ווייט.

Primary among the mission's scientific goals is to search for and characterize a wide range of rocks and soils that hold clues to past water activity on Mars. The spacecraft are targeted to sites on opposite sides of Mars that appear to have been affected by liquid water in the past. The landing sites are at Gusev Crater, a possible former lake in a giant impact crater, and Meridiani Planum, where mineral deposits (hematite) suggest Mars had a wet past.

http://mars.nasa.gov/mer/overview/

ישמעו אזנך מה שפיך מדבר. דא שטייט א ווארט וועגן טרעפן וואסער, אדער "wide range of rocks and soils that hold clues to past water activity on Mars"?

לידיעתך, דאס וואס זיי האבן לכתחילה געזוכט האבן זיי שוין איינמאל געטראפן, ועוד ידם נטויה.

אויב שרייבסטו מיר אז דו האסט א שטיקל ידיעה אין chemistry קען איך אריינגיין אין פרטים, אדער קענסטו אליינס ליינען פונעם מקור. אין קורצן, די מארס מיסיע איז געווען, און איז א געוואלדיג הצלחה.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

זיי ווארטן בכליון עינים צו הערן די בשורה טובה: "מצאנו מים".


אויף דעם גיט מען אויס ביליאנען און מעגליך טריליאנען דאלאר.

דערווייל איז ונפשינו קצה במארס הקלוקל. קיין טראפקעלע וואסער!
צי ס'איז א דורכפאל צי נישט, וועל איך לאזן פאר NASA!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:זיי ווארטן בכליון עינים צו הערן די בשורה טובה: "מצאנו מים".


אויף דעם גיט מען אויס ביליאנען און מעגליך טריליאנען דאלאר.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז מען זוכט דארטן וואסער?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?


קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אבער אקסעדזישן יא. נו, זוכער וויאזוי געט זיך ענסערס אין דזשענסיס אן עצה?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זוכער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?


קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html


טאקע א חידוש. קאמעטס ווי באקאנט זענען באדעקט מיט אייז, פון דעם נעמסט זיך די וויידל. טייל זאגן טאקע אז הייבט זיך נישט אן, די וויידל איז גאז. דארט אין ארטיקל זעצן זיי איין אז נארמאל איז יא אייז, אבער ס'איז מסתמא געווען אמאל זייער נאנט צו די זון.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער קאמעט איז באדעקט אין אייז, איז נישט דאס h20?


קיין טראפ אייז נישט
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... -data.html


טאקע א חידוש. קאמעטס ווי באקאנט זענען באדעקט מיט אייז, פון דעם נעמסט זיך די וויידל. טייל זאגן טאקע אז הייבט זיך נישט אן, די וויידל איז גאז. דארט אין ארטיקל זעצן זיי איין אז נארמאל איז יא אייז, אבער ס'איז מסתמא געווען אמאל זייער נאנט צו די זון.


זיי טוישן זייער מיינד שנעלער ווי איך טייפ!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוכער האט געשריבן:זיי טוישן זייער מיינד שנעלער ווי איך טייפ!

א באנדע טיפשים לא לנו'ס די גאנצע חברה דארט. זאלן זיי נאר קומען איין מאל אהער וועלן זיי זעהן ווי ווייניג זיי ווייסן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די משוגעים טוישן זייער מיינד יעדע מאל זיי באגעגענען קאמפעלינג עווידענס וואס צייגט איבער זייער פריערדיגע טעות, אונז? מיר טוישן נישט אונזער מיינד קענסטיך שטעלן אויפן קאפ! ווייזט מיר אויף קלאר ווי די טאג וועל איך מיך נישט רירן פון מיין פריערדיגע שיטה.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:זיי טוישן זייער מיינד שנעלער ווי איך טייפ!

א באנדע טיפשים לא לנו'ס די גאנצע חברה דארט. זאלן זיי נאר קומען איין מאל אהער וועלן זיי זעהן ווי ווייניג זיי ווייסן.

דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו זאגסט. עס איז פון די גרעסטע סקעמס זייט בריאת העולם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

חלילה. בריאת העולם איז קיין סקעם נישט!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מר. זוכער, איך פארשטיי אז די ראקעטן וואס דער נאבעל פרייז געווינער פראפעסאר אביגדור מיללער האט געבויט האבן טאקע איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס דער גענויער סדר פון ששת ימי בראשית, פארט זענען אבער די סייענטיסטן ביי נאסא אויך נישט אוועקצומאכן. קענסט גיין אנפירקלען דיינע עקסקלעמעישן מארקס בעניני תורה ומדע, אבולוציה ואביזרייהו אין דעם אנדערן אשכול. לאז דעם אשכול איבער פאר אנדערע צוועקן. יישר כח.
האדם לא נברא אלא להתענג
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

געפילטע פיש האט געשריבן:די משוגעים טוישן זייער מיינד יעדע מאל זיי באגעגענען קאמפעלינג עווידענס וואס צייגט איבער זייער פריערדיגע טעות, אונז? מיר טוישן נישט אונזער מיינד קענסטיך שטעלן אויפן קאפ! ווייזט מיר אויף קלאר ווי די טאג וועל איך מיך נישט רירן פון מיין פריערדיגע שיטה.


נישט קיין פעלער צו מודה זיין על האמת. אדרבה איז שעץ שטארק דעם אטעאיסט פלו פארן מודה זיין באחרית ימיו אז ער האט גגעלעבט אין א טעות א גאנץ לעבן.

האבעל האט אויך איינגעזען אז די וועלט איז נישט "אייביג" געווען, ווי דארווין האט געהאלטן.


איך בין פארן אמת! אויב איך וועל איינזעהן אז איך בין אומגערעכט, וועל איך מודה זיין!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

יאיר האט געשריבן:מר. זוכער, איך פארשטיי אז די ראקעטן וואס דער נאבעל פרייז געווינער פראפעסאר אביגדור מיללער האט געבויט האבן טאקע איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס דער גענויער סדר פון ששת ימי בראשית, פארט זענען אבער די סייענטיסטן ביי נאסא אויך נישט אוועקצומאכן. קענסט גיין אנפירקלען דיינע עקסקלעמעישן מארקס בעניני תורה ומדע, אבולוציה ואביזרייהו אין דעם אנדערן אשכול. לאז דעם אשכול איבער פאר אנדערע צוועקן. יישר כח.


@יאיר איך פארשטיי דיין ווייטאג אז מ'טרעפט נישט קיין עיליענס, קיין צמחים, קיין טראפ וואסער אין די טריליאנען גאלאקסיען, סענטיליאן שטערנס, קוועיזערס אדער פלאנעטן.

בלאף+BS

אזוי האט גאט געוואלט! שעלט אים, נישט מיך!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ס'ארא דברי כפירה דו רעדסט דא! ס'איז א מפורש'ע פסוק אז עס געפינט זיך מים העליונים אין די הויכע ספערן, און ס'איז אן אפענע גמרא אז עס געפינען זיך ברואים אויף אנדערע פלאנעטן.
איך האב געמיינט אז נאר ספרי הרב מיללער קענסטו נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער זאגט בשם א ספר וואס ברענגט בשם א רוסישע ספר! אז דער רבי זאל האבען געזאגט צו געשריבן אז עס שטייט אזוי אין גמרא אבער גיבט נישט אן קיין מקור
אפשר ביסטו אזי קיינד און צייכענסט אן די גמרא? טענקס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

עפעס געדענק איך אורו מרוז, אז דבורה האט געשאלטן די איינוואוינער פון א שטערן לויט א געוויסע פשט אין די גמרא.
אבער באמת אז מ'וועט יא טרעפן אליאנס אויף אנדערע פלאנעטן איז גאנץ מעגליך אז זיי זענען שדים.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארשפארט